בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:24 pm
דורך כתר מלכות
עברי, איך האלט אבסולוטי אז אהבת הבן איז פאר מה שיאמרו הבריות, און דערפאר גלייב איך נישט אז עס איז דא א טאטע וואס זאל וועלן זיין קינד זאל שטארבן מחמת בושה מהסביבה.
אודאי זענען דא משוגעים אויף דער וועלט, אבער דא קומט נישט אריין צו דאס קינד מאכט אים בושה בענין יהדות צו נישט.
דעתי העניה זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס קען מדחה זיין די טבע האהבה מאב לבן איז נאר מכח א אמתע אהבה פאר׳ן קינד, מיט די הכרה אז זיין לעבן ווי א גוי איז שלעכט פאר אים בזה ובבא.
נ.ב. נישט חלילה אז עס איז בארעכטיגט, אבער דאס שטעלט זיך עטוואס אויפ׳ן שכל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:48 pm
דורך איש עברי
עס איז א לאנגע דיסקוסיע ואין כאן המקום, אבער עס איז נישט בלויז די בושה פון די סביבה, עס איז ווי איך האב פריער געזאגט סאציאלע טעראר וואס דאס נעמט אוועק די אהבה פון טאט'ן און דאס ברענגט ער זאל זיך וואונטשען די טויט פון קינד
איך גלייב אז א טאטע וואס וועט געוואור ווערן אז זיין זוהן איז א אפיקורס גמור און טוט אפ אלע עבירות חמורות - אבער בחדרי חדרים - ווי שטארק עס טוט נאר וויי וועט קין איין טאטע נישט קומען צו "די הכרה אז זיין לעבן ווי א גוי איז שלעכט פאר אים בזה ובבא"

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:51 pm
דורך כתר מלכות
א נארמאלע טאטע וועט נישט אזוי האלטן אפילו אויב דאס קינד איז א אפענע אפיקורס, ווידער דער נישט נארמאלער וועט אזוי טראכטן אפילו ווען דאס קינד טוט אלעס בצנעה. כנלע״ד, און איך צווינג אויף קיינעם נישט ארויף מיין מיינונג.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:11 am
דורך נולד מאוחר
אירע עלטרען גלייכען נישט אז זי איז otd, אבער זענען נישט מתפלל זי זאל שטארבען.

פינטעל איד מזעט בילדער פון א מיידל. כוויל דיר נישט מכשיל זיין אזוי יענער ביי די שפיצעל פרויען פינגווען דאנס.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:16 am
דורך לאליפאפ
נולד מאוחר האט געשריבן:פינטעל איד מזעט בילדער פון א מיידל. כוויל דיר נישט מכשיל זיין אזוי יענער ביי די שפיצעל פרויען פינגווען דאנס.

מכשיל איינער, יעצט וועט ער זיכער אריין אינעם לינק.