נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:59 pm
איך האב אריינגעפארקט אויף בראדוועי אין וויליאמסבורג. עפענענדיג די טיר ארויסצוגיין, זעה איך ווי די קאר וואס איז געווען געפארקט אונטער מיר, פארט ארויס און פאנגט אהן פייפען.
איך האב געטראכט אז מיין עפענען די טיר שטערט אים דורכצופארען. בלייב איך אין די קאר, קלערענדיג אז ווער אייגענטליך האט אים געגעבן די דין קדימה.
ער הערט אבער נישט אויף צו פייפען. בלית ברירה דריי איך מיך צום ריכטונג פון די קאר וואס איז יעצט שוין הארט לעבן מיין טיר.
א שווארצער גוי מיט זיין ווייב/גיורלפרענד ווייזט מיר איך זאל עפענען מיין פענסטער.
זי האלט אין איר האנט א צעטעלע פון די פארקינג מיטער, און געבט עס מיר איבער. דאס צעטעלע ערלויבטע מיר בערך צוואנציג מינוט פארקינג.
מי כעמך ישראל.