בלאט 2 פון 3

דריי מילשטיינער!! 40,000 הודעות, 1,500 אשכולות, 500 מעמבער'ס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
היינט קומט קאווע שטיבעל אן צו דריי מילשטיינער (מיילסטאון'ס בלע"ז).
40,000 הודעות

1,500 אשכולות

500 מעמבער'ס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:12 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט האלט עס אזוי
sts.JPG
sts.JPG (13.2 KiB) געזען געווארן 1700 מאל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:41 pm
דורך לעמיל
וויאזוי גיין מען עס סעלעברעטן? ווער גייט זיין די 500 מעמבער?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:55 pm
דורך שמיטה
לעמיל, שרייבט דיר שנעל איין מיט א פרישע ניק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:01 pm
דורך לעמיל
שמיטה האט געשריבן:לעמיל, שרייבט דיר שנעל איין מיט א פרישע ניק

וואס וועל איך האבען דערפון?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:06 pm
דורך לעמיל
נאך איין מעמבער און עס איז דא 500 מעמבערס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב!!
אלע מילשטיינער גע'ריטש'ט
sta.JPG
sta.JPG (11.88 KiB) געזען געווארן 1650 מאל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:49 pm
דורך לעמיל
מזל טוב מזל טוב וכשם שנכנס ל40.000 כן יכנס ל 80.000 כן ירבו

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:45 pm
דורך עסן עסט'זיך
מזל טוב קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:34 am
דורך דולה ומשקה
כ'האב א אינערליכע שמחה, א שמחה וואס קומט פון די טיפעניש פון מיין הארץ, ביז עס ברענגט מיר טרערן פון די אויגן. אדורך בלויז א קורצע צייט, א אפשניט פון א קארגע פאר חדשים, די פרייד וואס איך האב איז נישט נאר א אייגענע, איך פריי זיך מיט מיט די מנהלים, אחראים, גבאים, ועל ראשם די מייסדים פונעם קאווע שטיבל, זיי קענען יעצט רואיג צוקוקן ווי זייער שווערע האראוואניע, לאנגע שעות, פיל געדולד, האט זיך אויסגעצאלט.

די טירן פון 'קאווע שטיבל' האט זיך אפיציעל געעפענט דאנערשטאג פרשת תרומה א' דראש חודש א' שנת תשע"ב, אני הקטן 'דולה ומשקה' האב זיך אריין געשריבן צוויי וואכן שפעטער, דינסטאג פרשת כי תשא, י"ב אדר. ס'איז מיר געגאנגען בנפשי די הצלחה פון פארום, פונעם ערשטע מינוט וואס כ'האב געטרינקען פון איהר געשמאקע קאווע.

די הנאה איז א געוואלדיגע הנאה, דאס אויפקומען פון 'קאווע שטיבל' נאר אויפן געדאנק, די סאמע ערשטע הכנות צום שטיבל, די ערשטע פאר טעג פון ווען דער 'קאווע שטיבל' האט זיך געעפענט, די ערשטע פאר וואכן, עס שרייבט זיך צוביסלעך אריין נאך א ניק און נאך א ניק, די אשכולות נישט מיר נישט דיר, אבער די מנהלים ומייסדים האבן גרויס געדולד און איינגעהאלטנקייט, לאמיר מאכן א 'לאנג סטארי שארט', און געלויבט השי"ת היינט צו טאג, א פלאץ ווי יעדער ניק באזונדער, יעדער ניק אויף זיין אופן האט הנאה, די אשכולות פולן זיך אן מיט געשמאקע הודעות, יעדער ניק זיין אייגענקייט.

הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, כה יתן וכה יוסיף, רוב הצלחה וסייעתא דשמיא אויף ווייטער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:52 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב, מזל טוב!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:26 am
דורך לעמיל
אנאליזירער האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:די ערשטע צען טויזנט הודעות האט גענומען 69 טעג - א דורכשניט פון 145 הודעות פער טאג. (דורכשניט פאר וואכנטעג: 166)
די צווייטע צען טויזנט הודעות האט גענומען 52 טעג - א דורכשניט פון 192 הודעות פער טאג. (דורכשניט פאר וואכנטעג: 219)
די דריטע צען טויזנט הודעות האט גענומען 34 טעג - א דורכשניט פון 294 הודעות פער טאג. (דורכשניט פאר וואכנטעג: 336)

די פערטע צען טויזנט הודעות האט גענומען בלויז 28 טעג (פון אוגוסט 1 ביז אוגוסט 28) - א דורכשניט פון 357 הודעות א טאג. לייג צו א זיבעטל (51), קומט אויס אז דער דורכשניט פאר די וואכנטעג איז 408 הודעות א טאג.

וועמער זעין צו מ'וועט קענען מאכען די פיפטע צען טויזנט און ווייניגער פון 28 טעיג, עס קומט ימים טובים וואס עס וועט זיין וויינגער צייט צו שרייבען,
און עני קעיס שכויעך אנאליזירער מאכסט א גיטע דשאב

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:43 am
דורך שמואל הלוי
קוקט אויס אז דעם פרייטאג פרשת בראשית וועט 'קאווע שטיבל' פייערן איר פופציג טויזענסטע תגובה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:29 pm
דורך שמואל הלוי
נאך 150 הודעות צו גיין ביז צום חמשים אלפים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:59 pm
דורך שמואל הלוי
נאך 84 צו גיין

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:55 pm
דורך שמואל הלוי
פארבליבן נאך עטליכע דרייסיג צו גיין.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:43 am
דורך שמואל הלוי
נאך ארום 10 צו גיין.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:54 am
דורך שמואל הלוי
[center]פיינעלי דערגרייכט צו 50,000 תגובות[/center]

:קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:55 am
דורך [NAMELESS]
:קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש
שמואל
האסט א היסטארישע בילד??

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:56 am
דורך שמואל הלוי
נאופס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:56 am
דורך [NAMELESS]
א שאד
לאמיר אויסמעקן אפאר תגובות צו קענען מאכן א היסטארישע בילד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:58 am
דורך לאדיך אפ
די פיפטע צען טויזענט תגובות האבן גענומען 43 טעג נעם אראפ 5 (אדער 6) שבתים, צוויי טעג ר"ה, איין יו"כ, צוויי טאג סוכות און צוויי טאג שמ"ע און שמח"ת בלייבט 30-31 טעג. אנאלזירער העלף מיך פליז.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:11 am
דורך געפילטע פיש
געפילטע פיש דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 1:07 am האט געשריבן:קומט אויס אז יעדע צען טויזענט נעמט בערך 25-30% שנעלער פון די פאריגע צענער, אויב אזוי גייט די נעקסטע צען נעמען בערך 22 טעג, דערנאך נאר 16 טעג, העמער זען, ונזכה ונחיה.

נא? בין איך גערעכט געווען? מער ווייניגער. זינט אוגוסט דעם ערשטן האמיר געהאט בערך 42 וואכן טעג, ציפ אראפ אפאר ערב'ס, מוצאי'ס, חאלעמויד, ביזי שאפינג וכו', ודו"ק.