בלאט 2 פון 63
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:27 am
דורך טיטאניק
טאמבל סאס האט געשריבן:איך געדענק, כ'האב אזויפיל געהערט פון עמיצן ר' שמואל בנימין קרויס אין לאנדאן. מ'האט געזאגט, ביי אים זעט מען אפענע רוח הק'. ער טרעפט דיר אפ' אן אוצר אונטערן בריק.
זייענדיג אמאל אויף א באזוך אין דעם פאראייניגטן קינגדאם, בין איך אריין צו אים, כ'האב מיך געשטעלט אין די רייע, ס'געווען פאר מעריב, ווי נאר כ'האב געזען ווי ער זוכט זיין גארטל אין זיינע טאשן, האב איך ארויסגעפוצט פון דארטן.
איך האב געברענגט נעמען פון מענטשען וואס "איך" האב אויספראבירט, און איך בין א שוואכער מאמין אין צדיקים, איך האב ליב צי "טעסטן", און מה אומר? די חברה ווייסען זייער זייער גיט וואס עס טיט זיך, איך האב ביי יעדער פון די 3 געזען זייער אסאך
עס איז גיט בכלל צי האלטען די נאמבערס, אים קעיס פון נויט, זאל נישט זיין
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:28 am
דורך יואליש
די מקובלים וועלן זיך איטליכער אויפיקן זייער מופתים, נישט געזארגט. כ'בין מאמין אין דעם באמונה שלימה אז ערגעץ וועט וועט איינער האבן געזאגט עפעס וואס איז ענדליך צו די אויסגאנג, און ס'וועט פאראייביגט ווערן אין א גרויע קעסטל אין די צייטונג נייעס און מיט א אינטערוויוא פון א "מקורב" אויף קול מבשר.
יעצט אבער ברויך מען זיך קאנצעטרירן אויף טרעפן דעם אינגערמאן געזונטערהייט, דורך מגושמ'דיגע מיטלן, ווי סורוועילענס ווידיאו, זשי פי עס טרעקערס און אנדערע קריים פארענסיקס.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:35 am
דורך shem-tov
סארא לץ דער טאמבול. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס פונקט ביים זוכען זיין גארטל האסטו אפגעצויגן.
לגבי פריילעכס לינק. איך געדענק מיט א שיינע פאר יאר צוריק איז געווען באשריבן אן ארטיקל אין עפעס א צייטונג איבער אן אפארטמענט בילדינג וואס גיט צרות פאר זיינע טענעטס, דאכצעך אז סהאט באלאנגט פאר מנחם און נאך א שותף. אבער איך מיין סאיז נישט מענטשלעך מען זאל יעצט רעדן פון די ענינים. אוודאי דארף מען זיך אויך פארנעמן מען זאל אלץ מאכן א קידוש השם. סאיז שרעקליך צו זעהן אסאך מאל ווי יונגעלייט וואס אונען אדער מענעדשען אפאר דירות סרוחהלעך וויאזוי זיי קומען זיך אן צו זייערע הייזער און טוען אונטערדריקן זייערע גוישע ארימע טענענטס. אבער דא קומט עס נישט אריין יעצט. דער יוד ברויך יעצט רחמי שמים און נאר דאס זאל אים דער אייבערשטער שענקן אין זכות פון אונזערע קבלות טובות
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:37 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:39 am
דורך outspoken
טיטאניק, די טיטאניק האט געזינקען ווייל ער האט זיך געהאלטען פאר עפעס גרעסערס, לאז אפ די אלע שטותים, מ'דארף טון אלעס בדרך הטבע און נוצן אינזער3000 יעריגער געווער פון תהילים זאגן, די איבריגע זענען שטותים.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:42 am
דורך טאמבל סאס
אט אזוי! כ'האב הנאה אז אחינו בני ישראל היקרים טוען צו דער זאך.
ענדליך זעה איך שוין א אידישע אויספיהל-פראגע-בויגן אהן א שאלה "צו מ'פארמאגט אינטערנעט".
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:52 am
דורך בשםואין
צו האבן א קלארען בילד איבער וואס עס האנדלט זיך דא האב איך געמאכט א שטיקל גוגל זוכעניש אויף זיין נאמען (max stark) אדער (Menachem stark) און אויף זיינע ריעל עסטעיט קאמפאניס:
* South Side Associates, LLC
* Sage Franklin, LLC
* South Side Housing, LLC
* SYC Realty, LLC
* Greenpoint Management, LLC
* Israel Perlmutter, LLC
* Meserole Factory, LLC
* Melrose Realty, LLC
* Melrose Deals, LLC
און וואס זאל איך אייך זאגן, ער האט ליידער מער פיינט וואו פריינט.
ער האט אנגעקאקט עטליכע בענק אין פריוואטע לענדערס מיט צענדליגער מיליאנען:
http://therealdeal.com/blog/2011/07/12/ ... elopments/אין זיינע טענענטס רעדן זיך אפ וואו מ׳באהאנדלט זיי זייער אומ-מענטשליך, נישטא קיין הייס וואסער, די בילדונגס צופאלן אויף שטיקער, אלעס שטינקט און ס׳נישטא צו וועם צו רעדן:
http://www.yelp.com/biz/southside-assoc ... oklyn?nb=1http://www.chamberofcommerce.com/brookl ... iates-llc/ די ניו יארק טיימס האט באריכטעט און 2006 אז נישט נאר וואס די הייזער זענען נישט בעסער געווארן, מ׳האט זיי נאך געהעכערט די רענט מיט $200
http://www.nytimes.com/2006/01/01/nyreg ... d=all&_r=0כ׳וויל נישט ציען קיין מסקנות, אבער דער מצב קוקט נישט גוט אויס.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:07 am
דורך shem-tov
ביטער ווי א גאל. אויב האט ער שונאים ל"ע ברויך דאך ווען נישט צו זיין קיין שווערע ארבעט פאר די אינוועסטיגעיטארס צו לייגן די הענט. איבערהויפט אז ער האט שותפים מיט ארביייטער וואס קענען אויסקלארן די פיקטשער.
אבער מיר דארפן מתפלל זיין. אפי' חרב חדה מונחת על צאורו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים דער אייבערשטער קען אלעמאל העלפן. יעדער זאגט זיך אפאר קאפיטלעך תהלים וואס ער קען פון אויסענווייניג.
שיר המעלות ממעמקים
למנצח מזמור לדוד יענך ה' ביום צרה
אשרי יושבי און די הללוקה'ס
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:10 am
דורך לשוא הכיתי
While police are not officially calling Stark’s disappearance an abduction, they have confirmed that security footage show Stark leaving his office at 2:30 AM.
“We are still taking reports,” said an NYPD spokesman. “A male appears to have been taken from his place of work in a van by two people.”
איז דאס נישט א שטיקל סתירה?
According to Yoely Stark, security footage shows his brother fighting with the men briefly outside his office at 331 Rutledge Street before he was bound with duct tape and thrown into a light colored Dodge van. Stark urged volunteers to come forward immediately.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:11 am
דורך נאר,,פרייליך
זיך פארנעמען נישט צו מאכען א חילול השם
בפרט אז מען זעהט אז עס קען צומאל קאסטען טייער
וואלט אויך געקענט צונוצקומען דעם יונגערמאן וואס ברויך רחמי שמים מרובים
......
יעצט ווען יעדער איז פארנומען מיט די גשמיות'דיגע הילף, קעמרעס, עייצעס אויף די געוועבעכץ, הערן ק''מ, זאגען מיינונגען,
טארן מיר נישט פארגעסן דער שטארקסטער כח וואס איז דא בעולם וואס איז נאר די באשעפער אליין און נאר אין זיין כח קענען מיר זיך אנהענגעןאוודאי ברויכען מיר טון דאס ביסעל פון אינזער זייט וואסע שייך אבער דר'עיקר טאר מען נישט פארגעסן
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:26 am
דורך shem-tov
מה נאמר ומה נדבר. נאכן ליינען אביסל דא און דארטן פון בשם-ואיןס לינקס קומט צו וויינען מיט הייסע בכיות. רבותי לאמיר צוזאמן איינרייסן און זיך אויך פארנעמן צו פארבעסערען אונזערע מעשים בין אדם לחבירו, סאיז נישט קיין פשוטע זאך וואס דא קומט פאר.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:27 am
דורך בשםואין
נאר,,פרייליך האט געשריבן:זיך פארנעמען נישט צו מאכען א חילול השם
בפרט אז מען זעהט אז עס קען צומאל קאסטען טייער
וואלט אויך געקענט צונוצקומען דעם יונגערמאן וואס ברויך רחמי שמים מרובים
......
יעצט ווען יעדער איז פארנומען מיט די גשמיות'דיגע הילף, קעמרעס, עייצעס אויף די געוועבעכץ, הערן ק''מ, זאגען מיינונגען,
טארן מיר נישט פארגעסן דער שטארקסטער כח וואס איז דא בעולם וואס איז נאר די באשעפער אליין און נאר אין זיין כח קענען מיר זיך אנהענגעןאוודאי ברויכען מיר טון דאס ביסעל פון אינזער זייט וואסע שייך אבער דר'עיקר טאר מען נישט פארגעסן
שטארקע פונקט, ורחמיו על כל מעשיו גייט ארויף אפילו אויפן עם הדומה לחמור.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:32 am
דורך נאר,,פרייליך
נישט צו מאכען קיין חילול השם במו''מ מיט גויים האט פשוט מיט רחמנות אויף זיך און דעם ארום
שוין אפגערעדט פינעם איסור צער בעלי חיים וואס גייט אהן בין שהוא בן ברית ובין שאינו
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
א בעסערע בילד
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:35 pm
דורך [NAMELESS]
[left]פרישע ריפארט אויף ווי"נ
http://www.vosizneias.com/151322/2014/0 ... olunteers/Brooklyn, NY - UPDATE: Williamsburg Kidnap Victim’s Relatives Call For Volunteers
Police investigators on the scene in Williamsburg at the office of Menachem Stark. Stark was allegedly abducted early Friday morning
Brooklyn, NY - As police hunt for clues regarding the apparent abduction of a Williamsburg man, relatives of 39 year old Menachem Stark are issuing an urgent appeal for volunteers.
“We need people to come help with the cameras,” Yoely Stark, brother of the missing man, told VIN News. “We need volunteers to see which buildings have cameras and we need people who know how to access the security footage.”
While police are not officially calling Stark’s disappearance an abduction, they have confirmed that security footage show Stark leaving his office at 2:30 AM.
“We are still taking reports,” said an NYPD spokesman. “A male appears to have been taken from his place of work in a van by two people.”
Menachem Stark is described as being 5 feet 7 inches tall and weighing 185 pounds.
According to Yoely Stark, security footage shows his brother fighting with the men briefly outside his office Southside Associates at 331 Rutledge Street before he was bound with duct tape and thrown into a light colored Dodge van. Stark urged volunteers to come forward immediately.
“We have to move quickly,” said Stark. “Shabbos is coming and time is very important. Remember Leiby Kletzky? They only got him through the security cameras and we need people to come forward now to help. The fastest way possible to get information is through the cameras which give the most accurate information.”
Stark asked volunteers to contact Shomrim at 718 237-0202
A July 2011 report on real estate website TheRealDeal.com names Stark as one of two men facing $51 million in personal guaranty and foreclosure lawsuits for five separate loans made in Williamsburg and Greenpoint in 2006 and 2007. It is unknown at this time if there is any connection between the lawsuit and the kidnapping.[/left]
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:40 pm
דורך חד גדיא
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:52 pm
דורך חביבי
אפאר טעג ציריק האט איינער געפענט א אשקול אינטערן נאמען גנבים היימישע געגענטער זענען אפען פאר אייך אין ער האט געשריבען אז יעדער זאל אינסטערלירען סירוועליענס קעמרעס פארענט פון די הייזער ער האט גראדע גערעט פון קאר גנבות אבער צים סוף האט ער אויסגעפירט און געשריבען פאר וואס ווארטמען פאר נאך א קלעצקי מעשה?
למעשה האט די עולם עם פארשריגען אז ער איז די גאנצע שולדוגער פארן איבער לאזען זאכען אין די קאר
אבער ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס זעט יענער אויס צי זיין גערעכט ווער ווייסט צו ווען אינזער גאסען וואלטן געווען אנגעפילט מיט קעמרעס אפשר וואלט מען שוין געהאלטען ערגעץ
סא רבותי יעצט ווען מען איז דערשראקען טו כאטש עפעס צים זאך רוף אן א סעקיארעטי קאמפעני אז זיי זאלען אינסאלען קעמרעס אויף דיין לאט
אמת׳דיג הגיע עת דודים קארג שוין נישט אויף דיין געלט אזוי פיל ניץ עס אויף גיטע זאכען
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:55 pm
דורך קאווע טרינקער
חביבי האט געשריבן:אפאר טעג ציריק האט איינער געפענט א אשקול אינטערן נאמען גנבים היימישע געגענטער זענען אפען פאר אייך אין ער האט געשריבען אז יעדער זאל אינסטערלירען סירוועליענס קעמרעס פארענט פון די הייזער ער האט גראדע גערעט פון קאר גנבות אבער צים סוף האט ער אויסגעפירט און געשריבען פאר וואס ווארטמען פאר נאך א קלעצקי מעשה?
למעשה האט די עולם עם פארשריגען אז ער איז די גאנצע שולדוגער פארן איבער לאזען זאכען אין די קאר
אבער ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס זעט יענער אויס צי זיין גערעכט ווער ווייסט צו ווען אינזער גאסען וואלטן געווען אנגעפילט מיט קעמרעס אפשר וואלט מען שוין געהאלטען ערגעץ
יא, את חטאי אני מזכיר.
ער איז גערעכט אז קעמרעס איז א דבר הגון.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:57 pm
דורך יעקעלע חכם
לאמיר האפן אז דער איבערפאל אויף אים איז געטאן געווארן און א פארזוך צו בעטן א רענסאם, און עקסטארטן די משפחה פאר געלט, ווייל דעמאלס וועלן זיי אים לכאורה נישט שעדיגן ווייל זיי ווילן דאך באקומען דאס געלט, און ביי רוב פעלער וואס די קידנעפינג איז מאטאווירט צו בעטן א רענסאם מאכן די קידנעפער א מיסטעיק און לויף פון די קאמיונעקעשאנס ווען מען פארהאנדעלט און דאס פירט געווענטליך צו גינסטיגע רעזולטאטן, אנדערש איז אבער ווען די קידנעפינג איז ריין פאר רעווענדש (נקמה) וואס דאן איז אסאך שווערער זיי צו טרעקן און זיי האבן אויך אן איטערעסע צו שעדיגן דעם פארכאפטן.
עס זעהט מיר אויס ווי א גוט געפלאנטע זאך, נישט ווי אפאר יונגאטשעס וואס ווילן האבן א גוט טיים.
1) די ווען האט נישט קיין פלעיטס מען זאל נישט קענען טרעקן די קאר.
2) די פאליציי האט פון זיי נישט ארויסגעלייגט (דערווייל) קיין בילד, דאס קען זיין ווייל זיי זענען געווען גוט פארמאסקירט.
3) די וועטער און וואס זיי האבן דאס געטאן, עס קען זיין אז זיי האבן דווקא געווארט אויף אזא וועטער פאר אפאר סיבות, איינס ווייל די גאסן זענען דאן ליידיג, אבער נאך מער וויכטיג פון דעם, אז עס זאל זיין א פארנומענע נאכט פאר Law אינפארסמענט אזוי עס איז ביי יעדן שטורעם, ממילה זאל עס נעמען לענגער צו ריספאנדען.
לאמיר האפן אז מיינע השערות זענען טאקע סתם הוילע לופט און מען וועט דעם יונגערמאן און טאטע, מאן, ברודער פריינט, שנעל טרעפן בעז״ה געזונטערהייט בלי שום מכשול ונזק כלל וכלל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:00 pm
דורך חביבי
ביי די ווע איך האב די פיקטשער פין די גאס ביי מיר אין קאפ אין דע גאס איז אנגעפאקט מיט קעמרעס
אבער ווי מער אלץ בעסער
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:03 pm
דורך ברעט מענינג
אין דאכצעך מיר אז אויף broadway איז אויך דא קאמערע'ס
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:06 pm
דורך יואליש
כ'האף די פאליציי רעספאנדט מיטן פולן ערענסטקייט און ווארטן נישט אויף די 24 שעה, ווי זייער פראטאקאל זאגט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:09 pm
דורך יעקעלע חכם
געווענטליך ווען עס איז דא קלארע רגלים לדבר אז עס איז א פארכאפונג (ווי דא, ווי מען זעהט קלאר אויף די קאמארע׳ס ווי מען צווינגט אים אריין און א ווען) ווארטן זיי נישט קיין 24 hours.