בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:42 am
דורך איחוד פעלד
ביי דער מעשה אין באסטען האבען פריוואטע מענטשען אויך געהאט בילדער מיט ראיות וכו', און מען האט זיך איינגערעדט אז מען ווייסט ווער ער איז, דערווייל האט זיך אויסגעשטעלט פין אלע פלפולים פין די פריוואטע מענטשען א גרויסע הויקער.

די אלע זאכען וואס אפאר ליידיג גייערס זוכען אפיר אויף גוגל וכו', ווייסען זיי אלע, זיי ווייסן פין ווי דער ווען קומט, זיי דארפען נישט אונזערע העלפ. די שאלה איז אויב זיי ווילען טאקע טרעפען נאר דער היטמאן, אדער דער גאנצער בנין.

ווי "סאך" אדער ווי "פול"

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:51 am
דורך יונה כהן
ילמדו רבותי
איך בין נישט דער גרויסער בקי אויף אידיש, איך מיין אבער אז ס'קומט דא "וויפול". ווייל אויב דער שאלה איז ווי "סאך" איז דאך נכלל אין דער שאלה אן הנחה מוקדמת אז מ'ווייסט א סאך (נישט ווייניג) נאר דער שאלה איז אויף דער מאס ידיעה. אבער אויב דער שאלה איז אויף בכלל וויפול ידיעה איז דא ביים היימישער עולם קען געמאלט זיין אן ענטפער פון "ווייניג". כנלע"ד
אדער אפשר בין איך פון די אלד-טיימערס וואס קריטשעט זיי אין די אויערן די נייע אידיש, איך האף אז איר (ענק בלע"ז) פארשטייטס מיך - ובאם טעיתי אתכם הסליחה

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 6:52 am
דורך איש עברי
איך מיין אז די קעפל פונעם אשכול דארף זיין וויפיל טאלאנט ליגט באגראבן ביי אונזערע יונגעלייט
די פאקט אז עס איז דא אסאך טאלאנט ביי אונזערע יונגעלייט איז אמת ויציב, אבער עס איז נישט קיין סיבה זיך צו פאטשען אין בייכל. עס איז ליידער באגראבן און מען מוז עס ארויסגעבן אויף אומקאנווענציאנעלע אופנים, ווייל ביי אונז איז ארויסגעבן טאלאנטן [חוץ פון מאכן א ריזן ליקוט אויף גירוד האף כהלכתו וכדומה] פאררעכנט פאר א פארלעצונג פון די סיוויל קאוד פון אונזער סאסייעטי.
הגם פון די ספעציפישע פאל זעה איך נישט ווי עס ליגט טאלאנט, אבער די פאקט איז אמת עס ליגט באגראבן ביי אונז א געוואלד טאלאנט וואס דערווייל איז ליידער נישטא קיין וועג ווי עס צו נוצן פאר א גרויס חלק

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 2:38 pm
דורך ודי למבין
למעשה האט מען געפינען די קערפער דורך אן אנדערן אופן... דורך דעים וואס דער בעה'ב פינעם געז סטעשין האט גערופען אז עס קימט רויך פינעם דאמסטער

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 3:00 pm
דורך זלמן זאפיר
זיכן אויף גוגל איז לאו דוקא חכמה

ס'איז אמבישעס אין שניידן קארנער'ס מען לאזט אלע פראטאקאלן וואס די פאליציי בוירעקראטיע אין געבענטש

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 3:07 pm
דורך כתר מלכות
מ׳האט נאר גערעדט פון גראבען, און די אלארעם ביי די הויפטקוואטיר פון זאפיר׳ל האט זיך האסטיג צופיפען, והנה ער איז ארויסגעלאפן פון צימעס מיט די נשמה אין די האנט, און אראפגעפלאטשקעט אין די אידישע נייעס אפטיילונג.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 3:43 pm
דורך עסן עסט'זיך
א שאד זר זהב איז שוין דא, בשעתו וואלט ער זיכער געמאכט אן אשכול גלייך נעבן די דאזיגע "ווי סאך טשאלענט ליגט ביי אונזערע יונגעלייט" מיט א גאנצע באשרייבונג איבער די טשאלענט וואס ליגט ביים עולם

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 4:47 pm
דורך איך אויך
ניכר אז עסן עסט זיך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 8:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
פיטומי מילי האט געשריבן:
האסט איין הו״ה אמינא ווען נישט אמעריקע וואלט דער גאנצע מדינה געשטאנען פין תענות אסתר ביז פורים, ווי שטארק קליג מען איז נאר

דאס גייט שוין אריין אין די חילוקי דיעות [שיין גערעדט..] אויב ס'געווען ניסים אין ישראל ביי די ששת הימים, אדער ס'געווען פון די אנדערע זייט מחיצה חס ושלום אזוי צו זאגן

אם השם לא ישמור עיר שווא שקד שומר, ביסטו מגיה.. אם אמריקא לא ישמור עיר?

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:01 pm
דורך פיטומי מילי
מנשה,

וואס אימער סאיז נאר פון חכמה איז עס זיכער נישט