בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:27 pm
דורך קאווע טרינקער
די נייעס איז גוט, אלץ איז בסדר, חסדי השם.

אבער יעצט גייט הערשן א שטיל שווייגעניש, וואס? ווען? וואו?
נאר אויף צו פארציילען שלעכטס, און סטראשענען מיט don't break the chain תהילים מעסידזעס, אויף דעם איז יעדער דא,
און אויב איינער ווערט נישט איבערגענומען באשולדיגט מען אים גלייך מיט שקצות און אויפגעקלערטקייט
און [tag]שמעקעדיג[/tag] וויינט אויף צרות ישראל, מיט זיין גאנצע גרויסע הארץ

ומכאן הקריאה יוצאות פאר די אלע וואס שיקן מיר אזכרות:
ר' מנחם שטארק איז נישט גע'הרג'ט געווארן ווייל איך האב נישט געזאגט תהילים ווען ער האט שוין נישט געלעבט, און דער בחור פון באסטאן (וואס זיינע עלטערען האבן נישט געוואלט רעדן צו די מיעדיע) האט זיך צוריק אהיים געקערט אפילו אן מיינע קבלות און בליי געגיסעכץ.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:33 pm
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:די נייעס איז גוט, אלץ איז בסדר, חסדי השם.
אבער יעצט גייט הערשן א שטיל שווייגעניש, וואס? ווען? וואו?

אן אלטע טענה וואס איך האב אויף קול מבשר, ער פארפירט געפערליך ווען איינער ווערט פארלוירן, און ווען מען טרעפט שוין ענדליך יענעם, דאן כאפט אים אן א שטילשווייגעניש אז מען קען טויב ווערן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:36 pm
דורך days
אויף נייעס שטייט אז ער איז אנטלאפן פון זיינע עלטערן קיין נ"י
וואס ווילסטו זאל קול מבשר אזא צייט זאגן?...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:39 pm
דורך קאווע טרינקער
days האט געשריבן:אויף נייעס שטייט אז ער איז אנטלאפן פון זיינע עלטערן קיין נ"י
וואס ווילסטו זאל קול מבשר אזא צייט זאגן?...

דעם אמת.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:42 pm
דורך העלא
ר' יואל זלמן ווידער וויל נישט זיין קיין מלבין פני חבירו,
ווילאנג עס איז עמערדזשענסי מעלד ער, אז עס איז נאו מאר עמערדשזענסי איז ער נישט אויסן צו מעלדן זאכן וואס פארשעמען מענטשן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:46 pm
דורך קאווע טרינקער
העלא האט געשריבן:ווילאנג עס איז עמערדזשענסי מעלד ער,

זאל ער רופן 911.

מיר גייט דאס נישט אן, איך רוף אים נאר ווען קאווע שטיבל איז "אונטער קאנסטראקציע"...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:19 pm
דורך יושב אהל
קאווע טרינקער האט געשריבן:
days האט געשריבן:אויף נייעס שטייט אז ער איז אנטלאפן פון זיינע עלטערן קיין נ"י
וואס ווילסטו זאל קול מבשר אזא צייט זאגן?...

דעם אמת.


:דיסלייק:

מה דעלך סני לחבריך לא תעביד. קיינער גלייכט נישט אז ווען זיין זון אנטלויפט פונדערהיים זאל עס ווערט באריכטעט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:20 pm
דורך פיקציע
מ׳קען שוין צושרייבן צום קעפל אז דער בחור איז געפינען געווארן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:23 pm
דורך קאווע טרינקער
יושב אהל האט געשריבן:מה דעלך סני לחבריך לא תעביד. קיינער גלייכט נישט אז ווען זיין זון אנטלויפט פונדערהיים זאל עס ווערט באריכטעט.

ווער האט זיי געבעטן צו פאבליצירן די מעשה?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:32 pm
דורך Lexus
העלא האט געשריבן:ר' יואל זלמן ווידער וויל נישט זיין קיין מלבין פני חבירו,
ווילאנג עס איז עמערדזשענסי מעלד ער, אז עס איז נאו מאר עמערדשזענסי איז ער נישט אויסן צו מעלדן זאכן וואס פארשעמען מענטשן


יא איר שרייבט גוט,
און איך האב דיר כמעט געגעבן א לייק, אבער איך האב מיר צוריקגעהאלטן נאכדעהם וואס איך האב באמערקט אז איר פארגינט נישט פאר א צווייטן א לייק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:42 pm
דורך העלא
איך פארגין פאר יעדעם,
מיר ליגט נישט אין קאפ בשעת'ן ליינען אז עס איז דסא אזא זאך ווי א לייק,
סארי

נטירה איז אסור

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:00 am
דורך היימישער ליטוואק
העלא האט געשריבן:איינמאל ההיימישע ליטוואק האט אנגעהויבן טוהן השתדלות,
האט מען אים געטראפן ב"ה
געזונט און פריש כבתחלה

איך גיי ווערן א רבי. ווער וויל מיך מכתיר זיין?

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:01 am
דורך שמעקעדיג
הממ.. ביסט צו א בייזער רבי... :P :P

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:02 am
דורך רויטע וואנצעס
דער זעלבער וואס האט געקרוינט עדעלשטיין אלס מרן, ער פארשטייט צו הכתרת ליטאים.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:20 am
דורך היימישער ליטוואק
שמעקדיג,
איך ווארף דיך ארויס פון מיין ישיבה. אויך פון בהמ"ד.
גייט אייך פון וואנעט איר זענק גקומען.
איר מוטשעט אין דרייט מיר דעם קאפ.
גענוג.
ארויס.

נאך א מזל דו ביסט נישט מיינס א חסיד...

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:22 am
דורך שמעקעדיג
רבי רבי.. איך בין מקבל אייער פסק באהבה, איך וויל מקבל נזיפה זיין :roll:
א רבי וואס קען שרייבן שיינע פאעזיעס אויף מאראנצן זאפט, דאס איז וואס איך זוך! פה אשב כי אויתיה.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:24 am
דורך היימישער ליטוואק
דער שטארק פרשה האט מיך בארירט, איך קלער באמת פון גיין פאר הילף.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:28 am
דורך היימישער ליטוואק
שמעקעדיג האט געשריבן:רבי רבי.. איך בין מקבל אייער פסק באהבה, איך וויל מקבל נזיפה זיין :roll:
א רבי וואס קען שרייבן שיינע פאעזיעס אויף מאראנצן זאפט, דאס איז וואס איך זוך! פה אשב כי אויתיה.

און וואס וועסטו טוהן אז די רבי וועט "גוזר" זיין אז דו דארפסט אראפ פון דער טמא'נער אינטרנעט פאר א חודש?

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:59 am
דורך חביבי
חביבי האט געשריבן:א זעכצען יעריגע בחור ווערט נישט אזוי פארלוירען פין איין מיניט אויפן צווייטען
סאמטינג איז גאינג אן
וואס מען געט נישט ארויס פאר די פאבליק

עס מאכט זיך פון צייט צי צייט אז איך זאל זיין גערעכט

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:38 pm
דורך סאשי פיש

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm
דורך קאווע טרינקער
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס איז ער אנטלויפען??!

אז ס'איז נישט מיין ביזנעס, דאן פארוואס מעלדסטו מיך אז ער איז אנטלאפען?