בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:53 am
דורך פישלע העררינג
זאפטיגע מאראנצן,
קענסט אונז אלע לערנען טאנצן.
צו נעמען א פשוט'ע פאפיר,
און מאכן א פאעזיא פון איר!
צו פארמאגן אזא קראפט,
מוז מען זיין [tag]מאראנצןזאפט[/tag].
אבער וויבאלד דו שרייבסט נאר אחת לארבעים יום,
דארף מען נישט שניידן צופיהל פונעם בוים...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:24 am
דורך רויטע וואנצעס
סרק ביימער וויינען אירע צווייגן שאקלן ניין,
מיר וועלן מיט די ראסיסטן אין מלחמה גיין,
די קאווע בונדלעך און די מאראנצן מיט גאות,
האלטן זיך פאר בעסערע מיט זייערע דעות,
אונזער פאפיר האלט איר זאפט פריש,
אונזער קאפס די קאווע פון גיסן אויפן טיש,
אלזא הערטס אויף מיט מחלוקת אין די צייט,
זייטס ביזי מיט ענקער 15'טן אין שבט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:31 am
דורך ברסלבער
קעניינע הארע. עס גיסן זיך דא פאעזיעס איינס בעסער פונעם צווייטן.
אזא פאעזיע פארמעסט, אזוי אומגערישט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:35 am
דורך רויטע וואנצעס
נא, [tag]ברסלבער[/tag] איכה?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:36 am
דורך ברסלבער
עפעס גייט פאר מיט מיין ארבעל, איך שאקל און איך שאקל און עס קומט גארנישט ארויס...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:37 am
דורך פישלע העררינג
[tag]ברסלבער[/tag], א פאעזיא איז בלויז דאס וואס [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט געשריבן. אלע אנדערע, מיינס אינקלודעט, זענען בלויזע גראמען. א פאעזיא איז האלב פאנטאזירנד, ווי אין א טרענס, די גראמען איז נאר א עדד-אן פיטשער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:43 am
דורך ברסלבער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:[tag]ברסלבער[/tag], א פאעזיא איז בלויז דאס וואס [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט געשריבן. אלע אנדערע, מיינס אינקלודעט, זענען בלויזע גראמען. א פאעזיא איז האלב פאנטאזירנד, ווי אין א טרענס, די גראמען איז נאר א עדד-אן פיטשער.
אמת. אבער נאך אלץ זענען די גראמען זייער שיין.
דאכציך אז שלום בערגערס איז יא פאעטיש געשטימט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:03 am
דורך ברסלבער
צוריק צום פתיחת האשכול. [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט געמאכט א הערליכע ארבעט מיטן אראפלייגן אזוי שיין דער צער פונעם בוים וואס איז נעבעך אנגעקומען צו זיין א פלאטפארמע צו אראפרייסן מענטשן מיט פאשקעווילן.
ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא, דער פסוק רעדט שוין פון דעם. דער אייבערשטער וואונדערט זיך: כי האדם עץ השדה? דער בוים איז דען א מענטש, אז ער זאל דארפן ליידן בשעת מלחמה?
מילא דו ווילסט אראפרייסן מענטשן, דו ווילסט דיך אויסגעבן דיינע מידות מגונות, פארשטיי איך נאך, כי פרא אדם יוולד, האסט נאכנישט עספיעט צו אויסארבעטן דיינע שלעכטע זיטן. אבער דער בוים איז דאך נישט קיין מענטש, וואס איז ער שולדיג אז דו נוצט אים פאר דיינע נידערטרעכטיגע אקטן?
מיין פאפיר!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:40 am
דורך הילל
* א דאנק אלע פאעטיקער פאר'ן מיך אינספירירן און אוועקפירן.
אָן קיין הענט, גלעט איידל
אָן קיין שטימע, שרייט קניידל.
פרירט היץ, ווארעמט קעלטן
בויט עולמות, ציווארפט וועלטן.
פרעגט, ענטפערט, זאגט, טראכט
שטעכט, הרג'עט, שמייכלט, לאכט.
א טרייסט, האפענונג, טרוים, חלום
שרעק, צער, דעפרעסיע, עליו השלום.
מאטיוואציעס, מעדיטאציעס, פּענעטראציעס
פאפירענע פליגל צו אומבאקאנטע גאלאקסיעס.
כישוף פון געפילישקייט, דערהויבנקייט
ים הגדול פון טרערן, דאטא, אטאמישע קייט.
דערטאפט די אומטאפעדיגסטע
צעשמעלצט די פארהארטעוועטסטע.
פארבינדט גבול צווישן וועזן און אומוועזן
אויף תחיית המתים אפילו שפעזן.
עכט, אדער געווען קיינמאל
אינערליכע ווינק פארשטייט אלעמאל.
נישט די באן, נישט דער קאנדאקטור קען גיין
נאר די רעלסן – די פאפיר אליין.
דיו אילו ימי, אין מיר און דיר
טינט, טינט, וואו איז דיין פאפיר?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:55 am
דורך פישלע העררינג
ווער נעמט זיך א נייע חתימה?
"מילא א מענטש, אבער א בוים??!!..." (קרעדיט: ברסלבער)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:54 pm
דורך געפילטע פיש
אזוי יונג אוועקגעשניטן מ'האט
אפגעריסן פון משפחה, פריינט, וואוין ארט
געשלעפט עלענד אליין
צומאלן ווערן על קידוש השם
אויפן עולם האמת אנגעקומען
ווייס ווי פאפיר אלעס ארומגענומען
אין פרינטער אריינגעשטעלט
מ'טרעפט ביימער נשמות פון ארום די וועלט
קופקעס פילאסיפירן
מיטגעמאכטע פאפירן
שוין עטליכע גילגולים
די אמת פאטשט אין פנים
בעסער פאר אשר יצר דינען
ווי איידער אראפ פון זינען
שינד בלעטער דברים כדורבנות
איבערלאזן אזויפיל קרבנות
ענדערש טוילעט פאפיר זיין
ווי לייגן א צווייטן אין חרם אריין
ענדערש אפווישן אפפאל און שמוץ
ווי אויף צו פארשמירן יעדעם ווערן באנוצט
ענדערש ווערן צושניטן אום ניטל
ווי אויף אריינשניידן אין יענעם זיין די מיטל
אט אט כ'בין שוין נעקסט אין די רייע
ס'הויבט זיך אן א לעבן א נייע
די נשמות אין פרינטער האבן נאר איין בקשה
תהי צדיק ואל תהי רשע
ווען כ'האב ווען א בחירה וואלט געווען גוט
אבער מ'שמירט מיר אן, וואס מ'וויל מ'טוט
וואס וועט זיין מיט מיר, ווער ווייסט?
דער שטענדיגער מלחמה צווישן לייב און גייסט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:07 pm
דורך מאטי
דער עולם איז אנגעשטעקט מיט פאעזיעקאליירעס , כ׳בין זיכער אז לעמאנס ביינער שאקלען זיך אין קבר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:18 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א מיטמאכעניש איז עס צו צו קוקן
אלע אזוי גערופענע ''ריזן''
קלאפן זיך איינער-צווייטן אין רוקן
איין חדר אלע מיט דע זעלבע קופריזן
אויפן באנק איך זיץ אן עפל שיילעך
אין מיינע געדאנקען אזוי פארעך
איך מוז באגריסן דעם קנאי [tag]נאר,,פרייליך[/tag]
ואתו עמו דעם באשיידענעם [tag]zurich[/tag]
פון אפגעריסענע טפילים נישט מאכן אן עיקר
און פון זעלבסט פראקלאמירטע "גרויסע" נישט האבן מורא
ס'האנדעלט זיך פון א ערליכן [tag]היסטאריקער[/tag]
און וויאזוי וואלט מען אויסגעזען אן דעם קוואל [tag]דעת תורה[/tag]
דאס עפל נאר ביים צווייטן רעפטל
איך שרייב ס'נישט מיין פאלד
א זכיה צו האבן אונזער טאלאנטפולר [tag]שעפטל[/tag]
און ווי איז פארשווינדען [tag]גאלד[/tag]?
זאל עס זיין מיין זכות
און גענוג מיט דע נאנסענס
אזא ערליכער [tag]כתר מלכות[/tag]
און גראדע גלייך איך אויך [tag]רויטע וואנצעס[/tag]
יעדער איינער וואס איגנארט ווערט
איבערגעהיפט פונעם "ריזן" עגאיסטשן ליסט
נעם חיזוק אלעס איז באשערט
גאוה איז מיסט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:41 pm
דורך יאיר
לאמיר נישט פארגעסן די איינגערינגלטע נקודה
איידער מען ענדיגט דעם פאעזיע רקידה
דאס אידישע פינטעלע ווערט נישט פארלאשן
ווי א גאלדענעם קרוין פונדאסניי אויפגעשאסן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:46 pm
דורך יואב
לאמיר באגריסן אונזער באליבטן פינטל איד
מיט דרייסט ארויסגעשטעלט זיין אהבת ישראל
א פנים ווי א תם שטויסט ווי א מועד
א חלום איבער בייעסטי קעגן מימיני מיכאל.
טאקע אונטערגענומען א הייליגן אגענדע
אבער געווענטליך נישט אין פלאץ
ס'נעמט פשוט נישט קיין ענדע
הוילע דמיון און פאנטאזיע אין יעדן זאץ.
מ'האט פון ניקס נישט געמאכט א סעלעקציע
הפנים נישט אינערהאלב די קונסט ראמען
די אזויגערופענע "ריזן" קאלעקציע
באשטייט נאר פון ווער ס'האט געשריבן גראמען.
ס'איז דו וואס מאכט דא קלעס ווארפער
פון צווישן דיינע תגובות עס טוהט שטארצן
אצינד איז דאס מערקבאר אסאך מער
מיטן אשכול פון ידידינו מאראנצן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין אזוי פארפאזיעט פונעם שמועס
אזוי האניג, צוקער, און ספלענדא זיס
איך קען שוין נישט טראכטן אן גראם
כשתי רעין צוויי צוויי צוזאם
מיין ווייב וויל וויסן אויב ס'איז מארוכאנע
ביסטו געווען אויף ביזנעס אין קאלעראדע
ניין זיסקייט ס'איז אן אווערדאז פון קאווע טאלאנט
די עולם דארט האט רעבישע ארבעל אויפן האנט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:49 am
דורך מאראנצןזאפט
יאיר האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן די איינגערינגלטע נקודה
איידער מען ענדיגט דעם פאעזיע רקידה
דאס אידישע פינטעלע ווערט נישט פארלאשן
ווי א גאלדענעם קרוין פונדאסניי אויפגעשאסן
אוי טאטע, איך קייך פאר געלעכטער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:55 am
דורך פישלע העררינג
איין זאך זעה איך. האלב פון די תגובות רעדן אין קאוד שפראך... פינטעלע, קרוין, לעמאן דזוס, כ'ווייס נישט וואס, אבער אז דער עולם איז בשמחה איז שוין גוט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:14 am
דורך היימישער ליטוואק
לידידי מאראנצנזאפט,
אין דער ערד אריינגפלאצן,
בעארבייט מיט מיה און קראפט
ווען צודריקט די מאראנצן,
ארויסנעמן זייער זאפט.
מאראנץ מארארנץ זיי נישט סעד
אז מקוועטשט דיין דזשוס,
דו וועסט גאר זיין אהעד
אין א קאלטע גשמאקע גלאז.
אויסגטריקנטע וועסטו דערקווויקן,
דורשטיגע האסטו פארשוינט,
דאן וועסטו נאר צורקבליקן,
זאגן עס האט זיך אלעס גלוינט
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 9:14 am
דורך דעת תורה
יאיר האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן די איינגערינגלטע נקודה
איידער מען ענדיגט דעם פאעזיע רקידה
דאס אידישע פינטעלע ווערט נישט פארלאשן
ווי א גאלדענעם קרוין פונדאסניי אויפגעשאסן
א אנפראגע אין אישי א צייט צוריק
האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן,
ביז עס קומט יאיר און מאכט די זשאב קוויק
ער נעמט עס צום רשות הרבים
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:32 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווער דארף לייקס, ניטאמאל גוט פאר קינוח
ס'וואלט גערעגנט אגודלים, אויב נישט ווען ס'מיך
ואטו כי רוכלא, אויסרעכענען ס'ארט אים
א גאנצע ליסטע, ואי אפשר לפורטם
איינמאל פאר אלעמאל, אויפ'ן קאפ נישט לאזן האקן
די ריזן בני ענק, איינס ביי איינס גוט אויספראקן
א רויעך זאל גיין, איך בין הייס ווי סטים
געלויבט דער פון אויבן, מ'האמיר שוין א גאנצע טים
כ'פייף ענק אריין, כ'על אנהויבן מיינע ווערטער
מיט'ן גר צדק פון פאפא, אן [tag]אויפגעקלערטער[/tag]
צווייטער אין ליניע, זאל יעדער נעמען סיריעסלי
כל העולם לא נברא אלא [tag]בשבילי![/tag]
קיין 770 מיין נעקסטע סטאנציע
[tag]ישמעאל הכהן[/tag] ראקט, נאך א ראדיא-סענזאציע
אויף זיינע טיטביצלעך לאמיר מאכן א בורא מאורי
סאומהאו טראגט עס מיך גלייך צו מאחורי
סאניטאציע אין באנקראט, א פעסטע קאמפעטישן
[tag]גד החוזה[/tag] מיט גארבעזש, תרי רעין דלא מתפרשין
ווען משוגע מאכט קליין, פון געלעכטער זיך דערפרישן
א פעטיש פאר אלטע, אוי וויי א בראך
לוקס ככה ככה, אבער ונשים באוהל תבורך
פון אן אונטער טירל, מאכט נישט קיין געפילדער
ווען קריטיש וויכטיג, והנה [tag]ירחמיאל הויטשינדער[/tag]
מוחה מוחה, איך בין [tag]קעגן די נעט[/tag]
יעדער אין שטיבל, בראטן ער וועט
[tag]חנניה זרח שטיגליץ[/tag] כ'באשטעל שוין צום קידוש
]}געקעסטלט[{ )גערינגלט(, מיר רעדן בלויז שטיגליש
ווי יתרו און משה, מיט די אלטע מסורה
פיי סאמעך און חלק ח, וואו תורה דארט סחורה
על אפם וחמתם, מיר בומן אוועק
וועדער יו לייק איט אר נאט, גענוג מיט די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:11 pm
דורך משה געציל
אויפן חזקה כ'שטעל
מאראנצן האט שנעל
צום זיבעטן געגרייט
ממילא איז דא צייט
ווי א שנארער ביים טיר
זיך בעטן ביי דיר
שענק א לייק
ווייז נישט קיין פייג
ווי דער פינטל איד
וואס ווערט נישט מיד
אבסעסט איז ער
מיטן אגודל פינגער
נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 7:28 pm
דורך איך אויך
לאמיך אייך זאגן אפען און קלאר
צו קיין פויעזע טויג איך נישט קיין האר
צו שרייבן איינס וואלט מיר גענומען מיטוואך מיט א יאר
אבער איך בין מיך מצטרף צום כאר
און צו ליינען פון אנדערע בין איך צופרידן גאר.
דאס מיינט נישט אז איך פיל מיך שלעכט
אדרבא איך פריי מיך פאר די וואס קענען מיט רעכט
א שטיקל לייטיש פויזיע זיך איך מיט לעכט
עבדים היינו און היינט מער נישט קיין קנעכט
נפש פיוטית שוכנת בי בהחבא
אפילו א קרעטשניפע גרעבטץ קען איך געבן באתגליא
פאר אלע גדולי האפאעזירערס מיט זייער פמליא
וועלכע פארשיינען אונזער שטיבלתא