בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:15 pm
דורך געוואלדיג
פארוואס עס איז א דעבאטע איז ווייל עס איז געמאכט פאר די וואס שערן נישט די האר זיי זאלן האבן וואו עס צו באהאלטן.

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:30 pm
דורך נופת צופים
געוואלדיג האט געשריבן:פארוואס עס איז א דעבאטע איז ווייל עס איז געמאכט פאר די וואס שערן נישט די האר זיי זאלן האבן וואו עס צו באהאלטן.

מיט א בענדענע קען מען נישט באהאלטן די האר. מסתם רעדסטו פון א סנוד.
בענדענעס איז שוין אלטע נייעס. היינט איז עס סנודס.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:14 am
דורך Kool man
1. ווי קומט דא ארין צניעות? מיט וואס איז עס ווינציגער צניעות ווי טורבאן אדער סנאד?

2. כדברי מילק שייק, די גאנצע טרענד פון טשעינזשען צו אונטוהן א סנאד אדער בענדענע איז ווייל יענער טוט, גארנישט מיט שיינקייט אדער צניעות :|

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:21 pm
דורך יעקב מענטש
אזוי ווי רוב עולם דא זעה איך זעה נישט קיין צניעות אישו, און ס'קומט נאך די סטאנדארטן אראפגעשטעלט לויט די פרומסטע גדולי ישראל, און איך האב נאך נישט געזעהן קיין קול קורא אדער בריוו פון עני רב וואס זאל האבן א פראבלעם דערמיט און איך גלייב באמונה שלימה אז וואלט דאס געווען די מינדעסטע אפנויג פון צניעות אדער מסורה, וואלט שוין ארויסגעקומען כאטש 'איין' רב, בסך הכל רעדט מען דא פון די מעלות...., נו ער האט אן אפיניאן, אזוי ווי איך און די און יעדער איינער איז ענטייטעלט צו האבן אן אפיניאן, אבער ס'איז נישט מאסגעבנד, און ס'איז נישט קיין ראיה אויף די גרעסערע בילד פון אכשור דרא,

מיין קליינע אפניאן,

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:39 pm
דורך שמעון וואלף
איך מיין גראדע אז א טורבאן איז ווייניגער צניעות'דיג ווייל אסאך מאל דעקט עס נישט צו אלע האר פון אינטן.

מיין ווייב טענה'ט אז ס'איז סאך באקוועמער ווי א טורבאן, פארדעם האט זי געטוישט. היינט האט זי שוין נאך א סיבה צו גיין דערמיט ווייל איך האב איר שטארק קאמפלימענט וויפול שענער זי זעהט אויס מיט א באנדענע ווי א טורבאן.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:48 pm
דורך יעקב מענטש
שמעון וואלף האט געשריבן:איך מיין גראדע אז א טורבאן איז ווייניגער צניעות'דיג ווייל אסאך מאל דעקט עס נישט צו אלע האר פון אינטן.

מיין ווייב טענה'ט אז ס'איז סאך באקוועמער ווי א טורבאן, פארדעם האט זי געטוישט. היינט האט זי שוין נאך א סיבה צו גיין דערמיט ווייל איך האב איר שטארק קאמפלימענט וויפול שענער זי זעהט אויס מיט א באנדענע ווי א טורבאן.

דאס איז גוט ווילאנג ס'איז נאך ניי און ס'הייסט א 'בעסערע זאך',

שטעל דיר פאר אז דער גאנצער עולם גייט ווען מיט בענדענעס און איינער איז אויפגעקומען מיט א נייע מאדע א טורבאן! וואלט שמעון וואלוועלע קאמפלימענטירט זיין ווייב ווי גוט זי זעהט אויס דערין.....

איין קושיא וועגן די צניעות,

איך קען הערן אז צניעות זאל זיין תלוי צו די זאך איז אויפפאלענד אדער נישט, און די דעפעניצע פון אויפפאלענד איז 'בפשטות' עפעס וואס איז "אנדערש" פון יעדעם, אויב אזוי וואס איז פשט פון די גמרא (געדענק נישט ווי) אז מ'זאל נישט קוקן אויך קיין רויטע בגד ווייל דאס קען ברענגן הרהורים רעים, לו יצוייר אז 'יעדער' איינער וואלט ווען געגאנגען מיט רויט, וואלט דאס די גמרא געזאגט אויף בלוי אדער שווארץ ?

אלא מאי דא ליגט עפעס אנדערש,

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:04 pm
דורך געוואלדיג
רויט איז אנדערשווייל עס ציהט די אויג.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:17 pm
דורך העלא
כ'האב נישט קיין אנונג וואס א בענדענא איז,
קען מיר איינער דא שיקן א בילד?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:57 am
דורך דעת תורה
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך מיין גראדע אז א טורבאן איז ווייניגער צניעות'דיג ווייל אסאך מאל דעקט עס נישט צו אלע האר פון אינטן.

מיין ווייב טענה'ט אז ס'איז סאך באקוועמער ווי א טורבאן, פארדעם האט זי געטוישט. היינט האט זי שוין נאך א סיבה צו גיין דערמיט ווייל איך האב איר שטארק קאמפלימענט וויפול שענער זי זעהט אויס מיט א באנדענע ווי א טורבאן.

דאס איז גוט ווילאנג ס'איז נאך ניי און ס'הייסט א 'בעסערע זאך',

שטעל דיר פאר אז דער גאנצער עולם גייט ווען מיט בענדענעס און איינער איז אויפגעקומען מיט א נייע מאדע א טורבאן! וואלט שמעון וואלוועלע קאמפלימענטירט זיין ווייב ווי גוט זי זעהט אויס דערין.....

איין קושיא וועגן די צניעות,

איך קען הערן אז צניעות זאל זיין תלוי צו די זאך איז אויפפאלענד אדער נישט, און די דעפעניצע פון אויפפאלענד איז 'בפשטות' עפעס וואס איז "אנדערש" פון יעדעם, אויב אזוי וואס איז פשט פון די גמרא (געדענק נישט ווי) אז מ'זאל נישט קוקן אויך קיין רויטע בגד ווייל דאס קען ברענגן הרהורים רעים, לו יצוייר אז 'יעדער' איינער וואלט ווען געגאנגען מיט רויט, וואלט דאס די גמרא געזאגט אויף בלוי אדער שווארץ ?

אלא מאי דא ליגט עפעס אנדערש,

נישטא אזא גמרא, די גמרא רעדט וועגן בגדי צבעונים לאו דוקא רויט, אדרבא רויט איז סייווי אסור אנצוטאן בכלל לויט אסאך דעות. און די גמרא איז נאר ביודעה ומכירה ווען ער קען די בעלת הבגד, און ווי רש"י איז מסביר דארט איז די פשט אז מען רעדט פון ספעציעל שיינע בגדים וואס אויב קען ער די פרוי קען דאס ברענגען הרהורים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:22 am
דורך שמערל
און די גמרא רעדט "להסתכל" בבגדי צבעונים וואס פרויען מעגן און "דארפן" גיין. כמבואר שחייב לשמח את אשתו ברגל בבגדי צבעונים.
עס איז ח"ו נישט בייגעפאלן די גמרא צו דיסקרימינירן קעגן פרויענ'ס שיינקייט, צוליב מענערישע בעלי תאוה.

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:35 pm
דורך קליינע צדיק'ל
לעני"ד איז עס מער צניעות'דיג

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 1:18 am
דורך האי פרושא
די מעלות ווערט געשריבן דורך א פרוי אן קיין הכשר....

א פראגע האסטו?

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:41 pm
דורך סקעפטיקער
די אשכול (געפנט אין 2014) מאכט מיך לאכן, די פרומסטע שבפרומסטע גייען היינט מיט בענדענעס

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
דורך חב''ד הויזן
ס'איז אפילו יאנטשי.

אזוי בערך קוקן אויס אונזערע פירצות.

פון די אנדערע זייט איז אויך מערקווערדיג אז די אלע דא וואס האבן זיך געשוואוירן ווי גוט ס'ווייבל קוקט אויס מיט א בענדענע קענען עס יעצט נישט אנקוקן....

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:45 pm
דורך עמרם
ווען די טורבאן איז ארויס געקומען האט עס אויך געהייסען א בעסערע זאך
אזוי גייט עס

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:30 pm
דורך פינקע בלומען
אינטערעסאנט צו זעהן ווי שנעל זאכן טוישן זיך.
ווער גלייבט היינט אז עס איז אמאל געווען א פראבלעם

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:14 am
דורך Yesh
ווען טערבענס איז געווען א נייע זאך האט מען אויך פארפירט

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:48 am
דורך ווייסעכניש
פינקע בלומען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:30 pm אינטערעסאנט צו זעהן ווי שנעל זאכן טוישן זיך.
ווער גלייבט היינט אז עס איז אמאל געווען א פראבלעם
א פראבלעם איז נאר ווילאנג מען געוויינט זיך צו, איך געקענט נאך ווען ס'געווען א פראבלעם פאר פרויען צו האבן סעל פאונס, ביז מ'האט זיך צוגעוואוינט

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:04 pm
דורך קליינע צדיק
היות רוב יונגע ווייבלעך גייען עס און רוב עלטערע פרויען גייען טורבאנס
איז דא אסאך יונגערלייט וואס ווילן זייער ווייב זאל עס גיין און אזוי אויך פרויען וואס ווילן עס גיין פשוט אויסצוזען יונג
וויל א טורבאן ווערט מער און מער אן עלטערע פרוי זאך

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:50 pm
דורך זה חלקי
קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:04 pm היות רוב יונגע ווייבלעך גייען עס און רוב עלטערע פרויען גייען טורבאנס
איז דא אסאך יונגערלייט וואס ווילן זייער ווייב זאל עס גיין און אזוי אויך פרויען וואס ווילן עס גיין פשוט אויסצוזען יונג
וויל א טורבאן ווערט מער און מער אן עלטערע פרוי זאך
אזוי אויך מלבושים עוואלוון און טוישן זיך
עס ווערט אויך אפעקטירט פון די קולטור פון די לאנד ווי מען לעבט
דאס איז עפעס וואס די היינטיגע עקסטרעמיסטן ווילן נישט פעיסן

אברהם אבינו דאכצעך איז נישט געגאנגען מיט קיין הויזן

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:46 pm
דורך עמרם
זה חלקי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:50 pm

איך מיין סאיז שוין צייט צירוק צי טוישען און אויפהערן גיין מיט הויזן

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:55 pm
דורך קליינע צדיק
עמרם האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:46 pm
זה חלקי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:50 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:04 pm היות רוב יונגע ווייבלעך גייען עס און רוב עלטערע פרויען גייען טורבאנס
איז דא אסאך יונגערלייט וואס ווילן זייער ווייב זאל עס גיין און אזוי אויך פרויען וואס ווילן עס גיין פשוט אויסצוזען יונג
וויל א טורבאן ווערט מער און מער אן עלטערע פרוי זאך
אזוי אויך מלבושים עוואלוון און טוישן זיך
עס ווערט אויך אפעקטירט פון די קולטור פון די לאנד ווי מען לעבט
דאס איז עפעס וואס די היינטיגע עקסטרעמיסטן ווילן נישט פעיסן

אברהם אבינו דאכצעך איז נישט געגאנגען מיט קיין הויזן
איך מיין סאיז שוין צייט צירוק צי טוישען און אויפהערן גיין מיט הויזן
און די פרויען אויך די גאנצע אראבישע צודעק?
(לויט ווי די קאלארינג בוקס לייגן עס אראפ)

Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:57 pm
דורך הייליג
נופת צופים האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:פארוואס עס איז א דעבאטע איז ווייל עס איז געמאכט פאר די וואס שערן נישט די האר זיי זאלן האבן וואו עס צו באהאלטן.
מיט א בענדענע קען מען נישט באהאלטן די האר. מסתם רעדסטו פון א סנוד.
בענדענעס איז שוין אלטע נייעס. היינט איז עס סנודס.

פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.