בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:34 am
דורך ברסלבער
יוסף מ האט געשריבן:Lets take a look at the first few hundred years from matan torah, there was all type of sins on a mass scale. The dor hamidbur kept on sinning every Monday and Thursday. Avodeh zureh and gily aroyes.
You can’t even compare to our times, we are much better, aren’t we?


די חילוק איז אז דעמאלט האט מען עס נישט באהאלטן, דער אייבערשטער האט עס אפגעשריבן אין די תורה. משא"כ היינט באהאלט מען עס אונטער די קארפעט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:17 am
דורך ודי למבין
ירידת הדורות איז ליידער א פאקט, און נישט ווייל ס'דא ווייניגער פון תורה אדער עבודה, נאר ווייל ס'דא ווייניגער מדות טובות!

נעמענדיג אין באטראכט אז די תורה איז ברבו מצוות שבין אדם לחבירו וואס אנשים זענען ניטאנאל דש בעקבם נאר מ'קוקט ניטאמאל אויף דעם, קען מען ליידער זאגן, יא! די דורות טראסקענען!
איך האב באמת אנגעהויבן נעכטן נאכט צו שרייבן דערוועגן, אבער היינט צופרי האב איך געזען אז הוגה האט שוין געשריבן א לענגס און א ברייטס און איך האב נישט צופיל צוצושרייבן. אזויפיל יא אז נאכן ליינען זיין ארטיקל קען מען זאגן אז יא! די דורות פאלן! יא! עס איז דא מער תורה, סאך מער שיעורים סאך סאך מער מוסדות'ן און אפילו סאך מער ארגעניזאציעס למיניהם, אבער מידות טובות? א נעכטיגע טאג! די גאנצע תורה איז ביי אסאך נאר א קרדום לחפור בה און מוסדות'ן איז געווארן א וועג צו אקווייערן מער פאוער און פאטשן אין בויך אריין.
מענטשן זענען ליידער אזוי אריינגעטון אין טרעפן מער חומרות און מער משוגעת'ן למיניהם אז מ'זעט נישט ווי שטארק די תורה איז מקפיד אויף כבוד אדם. אין אמעריקא האבן אונז צוויי ארגעניזאציעס וואס געבן אכטונג אויף כבוד המת, וויפיל ארגענעזאציעס געבן אכטונג אויף כבוד החי?

ירידת הדורות, אה יע!!!

צו ליינען הוגה'ס ארטיקל, נעמט א קאווע, זעצט אייך אוועק רואיג, גרייטס צו אפאר טישאס לעת הצורך און לייענט דא viewtopic.php?f=24&t=5678

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:37 am
דורך איש עברי
איך בין ממליץ לכל מי שעמדו רגלי אבותיו על הר סיני צו ליינען די ארטיקל פון הוגה

אבער איך בין נישט זיכער צו די זאכן וואס ער שרייבט האט א שייכות צו ירידת הדורות, ס'איז א ווייטאגליכע מציאות וואס לויט וויפיל מיר קענען וויסן איז עס אלעמאל געווען
באוזני שמעתי פון א אלטע אונגארישע איד וואס האט זיך בארימט אז ביי זיי אין שטעטל האט מען אויפגעזאגט דעם שוחט ווייל ער איז געגאנגען קורצע גאטקעס...
משוגעים און שלעכטע מענטשן וואס רעדן אין נאמען פון רבוש"ע איז אלעמאל געווען און ווי ס'זעהט דערווייל אויס וועלן אייביג זיין...

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:55 am
דורך ודי למבין
אוודאי איז עס אלעמאל געווען און ביז משיח'ס טאג וועט עס זיין. אבער אויף איך בין נישט זיכער אויב עס איז געווען אויף אזא מאסן פארנעם און אזוי שטארק אין די נאמען פון ג-ט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:00 pm
דורך ודי למבין
צו מיך אביסל בעסער מסביר זיין: יא, אוודאי זענען אלעמאל געווען שלעכטע מענטשן מיט מדות מושחתות, אבער אז די גאנצע בנין און עיקרי הדת זאלן זיין אזוי פארפוילט אדורך און אדורך, איז, מיין איך, קיינמאל נישט געווען. די מוסדות, בתי דין, רבנים, קהלות אלעס זאלן זיין געפירט ביי פערזענליכע אגענדעס מיט שלעכטסקייט און פויסט, דאס איז ירידת הדורות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 2:01 pm
דורך איש עברי
ודי למבין האט געשריבן:צו מיך אביסל בעסער מסביר זיין: יא, אוודאי זענען אלעמאל געווען שלעכטע מענטשן מיט מדות מושחתות, אבער אז די גאנצע בנין און עיקרי הדת זאלן זיין אזוי פארפוילט אדורך און אדורך, איז, מיין איך, קיינמאל נישט געווען. די מוסדות, בתי דין, רבנים, קהלות אלעס זאלן זיין געפירט ביי פערזענליכע אגענדעס מיט שלעכטסקייט און פויסט, דאס איז ירידת הדורות.


סליגט א אמת אין וואס די זאגסט אבער די ווארט איז לאו דווקא א ירידת הדורות נאר מער אז די וועלט האט זיך געטוישט, און אלעס איז געווארן קאמערשעלייזט און עס האט זיך פארמירט גרויסע קאמפאני'ס וואס דאס ציהט קארופציע.
אמאל אין שטעטל איז פשוט נישט געווען שייך די סארט קארופציע, הגם סאיז דארט אויך געווען די והותר

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 3:33 pm
דורך לעיקוואד
כתבתי תגובה בבקר אבער די ירידת הדורות פון מיין בראוזער האט עס פארמעקט, מאך איך דא חזרת השיעור..

קודם כל, הרב איש עברי, איך האב דווקא נישט געמיינט וואס איר האט געשריבען לגבי מאראל, דאס מיינט אבער נישט דאס איז נישט קיין ריכטיגע סברא. נאר כאמור נלאיתי אביסעל אריינגיין אין די גאנצע נושא פון מאראל, בקיצור סתם צו ענטפערן וואס איר האט געשריבען, עס איז נישט געווארען קלארער און קלארער דער מאראל, נאר דווקא ווייניגער קלאר, וואס דאס איז דער יסוד פון דער היינטיגער ליבעראלער מאראל. אבער דער נושא פון היסטאריע פון מאראל איז פארצווייגט און אכמ"ל. אין עצכח איז דא א שיינער אשכול פון מיכאל אברהם וועגן דעם האם ישנה מגמת התקדמות מוסרית בעולם ומה משמעותה עיי"ש.

איך האב הנאה געהאט פון אייער הגדרה "כננס על גבי הרבה ננסים". אין אנדערע ווערטער, דער ענק אין דער משל איז דער צירוף פון די ערגרייכונג פון אלע אנדערע דורות, נישט איין געוויסער דור אדער מענטש. דאכציך דאס איז (קרוב צו) דער אריגענעלער כוונה.

----

איך וויל קלאר מאכען נאך א נקודה/חידוש. מען רעדט דא אויב איז דא, במציאות אדער בהשקפה, "ירידת הדורות", און מען ברענגט ראיות לכאן ולכאן פון פארשידענע לשונות און ביטויים. אסאך מאל אבער אז מען פארשטייט די אריגענעלער קאנטעקסט און כוונה פון די לשונות, זעהט מען אז עס מיינט בכלל נישט די יסוד פון ירידת הדורות. איין זאך האב איך פריער מסביר געווען און דאס איז נאסטאלגיע. איך וועל צולייגען נאך א זאך.

רוב פון די לשונות וואס מען רעדט דא וועגן וואסארא דור שפל עס איז היינט, וכדומה, קומען פון מוסר דרשות און תוכחה וואס מנהיגים, מוכיחים, אדער דרשנים, זאגען. ברויך מען ארויסהאבען וויאזוי די סארט מציאות פון תוכחה ארבעט. אין יעדער מצב אין יעדער ציבור אין יעדער דור איז פארהאן אסאך וואס מענטשען האבען צו מתקן זיין צו זיין בעסער ריכטיגער און ערליכער. און דער תפקיד און פלאץ פון דער מוכיח איז דאס צו זאגען. מען דארף פארשטיין אז צו זיין אין אז מצב פון זאגען מוסר איז גאר שווער און קאמפליצירט, וויאזוי שטעלט זיך איינער אויף און זאגט פאר מענטשען, פאר א ציבור, איר זענט נישט גוט איר דארפט זיין אנדערש.

די צוויי עיקר טשעלענדזשעס זענען אז מען דארף א שטארקער מקור אז דער מוכיח איז גערעכט, ווי למשל אז דאס שטייט אין די תורה וכדומה, און צווייטענס דארף מען אן אופן ווי מענטשען זאלן קענען הערען אז זיי זענען נישט גוט. עס איז דא אסאך נאטורליכע הגנות וואס מענטשען שיצען זיך פסיכאלאגיש פון אזא זאך. איינע פון די אפט גענוצטע מעטאדען איז נוצען די שפראך פון דור שפל, להחזיר עטרה ליושנה, וכו'. דער וועג ענפערט די צוויי זאכען, סיי עס איז אסאך גרינגער פאר מענטשען צו הערען. סיי נוצט מען זייער נאטורליכע נאסטאלגיע וועגן דער עבר און זייערע עלטערן, און סיי שרייט עס נישט דירעקט איר זענט נישט בסדר, נאר מער פון די זייט ווי דער דור פאלט מען מוז עפעס טוהן וכו'.

נאך מער איז אין א רעליגיעזער/קאנסערוועטיווער געזעהלשאפט, ווי איינער פון די ערשטער טענות אויף יעדער וואס קומט מתקן זיין /בעסער מאכען איז "דו ווילסט זיין בעסער פון אונזערע זיידעס?" דו מחוצף וכו', אסאך מאל איז אפילו אמת אז די זיידעס זענען גאר געוון ערגער. אבער אויב וויל מען מתקן זיין מוז מען זאגען אז אמאל איז געווען בעסער, און דא איז מען נאר מחזיר עטרה ליושנה. אז ידידי הרב [tag]הוגה[/tag] וויל שרייבען א מוסר דרשה איבער זאכען וואס שטערען עם, נוצט ער ירידת התורה אלץ א שפרונג ברעט ארויסברענגען זיין פוינט. אזוי איז עס סיי זיך תולה אין שטארקע מקורות און סיי רופט נישט ארויס קיין קריטיק פארן זיין א מחדש אדער מחוצף.

ווען ירמיה הנביא האט געשריגען אויף די אידען זיי זאלן קוקן אויף די אבות, אויף דור המדבר, און זיך פארבעסערען, האט ער געוואוסט אז ווען ער וועלט געווען אין דור המדבר וואלט ער אויך געהאט מוסר זיי צו זאגען, והא ראיה, משה רבינו אין יענער דור איז אויך נישט צופרידען געווען. דאס איז א כלל אין טבע כמעט, אז אלעמאל איז דא וואס מוסר צו זאגען. אבער ווען מען זאגט מוסר זאגט מען אזוי. די זעלבע ווען חז"ל זאגען חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי. מיינט עס נישט זיי האלטען דווקא די אבות גערעכט אין אלעס, אין חז"ל טרעפט מען פיל ביקורת אויף מעשי האבות, אבער דאס איז גאר א שטארקע טעכניק און דעווייס צו מאכען א מענטש וועלען בעסער ווערן, פיל בעסער פון סתם שרייען דו ביסט נישט גוט דו דארפסט זיין אנדערש.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:12 pm
דורך איש עברי
עס ואלט געוועהן אינטרעסאנט צו וויסען צו די מושג פון קלאגען אויף ירידת הדורות איז איינגעווארצלט געווארן ביי די מוכיחים און דרשנים אין די תקופה פון השכלה ווען עס איז באמת געוועהן א ירידה אין שמירת התורה והמצוות לעומת א דור פריער, און עס איז ווי אלע זאכן - ביי אונז קאנסערוואטיוון - געבליבן א טאבו

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:56 pm
דורך ברסלבער
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט דערמאנט די גמרא וואס מען זעהט אז חז"ל האבן אויך געהאלטן אז די דורות ווערן קלוגער און בעסער, און פון דעסט וועגן ווערט עס נאך אלץ שוואכער מדור לדור.
די גמרא זאגט:
בשני דרב יהודה כולי תנויי בנזיקין הוה, ואנן קא מתנינן שיתא סדרי. וכי הוה מטי רב יהודה בעוקצין האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים, אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא, ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא. ואילו רב יהודה, כי הוה שליף חד מסאניה אתי מטרא, ואנן קא מצערינן נפשין ומצוח קא צוחינן ולית דמשגח בן.

דאס מיינט אז כאטש זיי האבן געזעהן למעשה אז דער דור ווערט קלוגער, און מען לערנט אפילו מער בכמות ובאיכות, איז אבער נאך אלץ דער פריערדיגער דור געווען מער נענטער צום באשעפער און געהאט גרעסערע כוחות צו פועל'ן ישועות.

אויף די קשיא האט די גמרא דריי תירוצים אויף באזונדערע פלעצער.
אין תענית כ"ד זאגט די גמרא, "אי משום עובדא, אי איכא דחזא מידי לימא. אבל מה יעשו גדולי הדור שאין דורן דומה יפה", דאס הייסט אז די גדולי ישראל זענען נישט געפאלן נאר דער המון עם איז געפאלן.
(בדרך צחות קען דא זיין מרומז דער חידוש פון [tag]לעיקוואד[/tag] אז באמת איז מען נישט געפאלן נאר אזוי ווי דער המון עם פאלט דארפן די גדולים נוצן די אויסדרוק פון ירידת הדורות און מיט דעם אויפוועקן דעם עולם)
אין סנהדרין ק"ו זאגט די גמרא, "הקדוש ברוך הוא ליבא בעי, דכתיב וה' יראה ללבב", און לכאורה איז דאס אויך די כוונה פון די דריטע תירוץ אין די גמרא תענית כ' וואס זאגט, "קמאי הוו קא מסרי נפשייהו אקדושת השם, אנן לא מסרינן נפשין אקדושת השם", דאס הייסט אז טאקע אין תורה איז מען געשטיגן, אבער אין הארץ און אין געפיהל איז מען געפאלן, דאס איז אזוי ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] האט געשריבן אז די יראת שמים און די אינערליכע געפיהל צום אייבערשטן איז געפאלן.

בכל אופן האט דאך שוין דער עולם געשריבן אז איינער וואס דערהאלט זיך אפילו ווען דער דור איז געפאלן, עס איז דא פיל מער נסיונות און מען זעהט גארנישט קיין התגלות, דאן איז עס אסאך מער חשוב.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אויפן זהר די וואכעדיגע סדרה (פ' יתרו) "כיון דאתא יתרו דאיהו כומרא עלאה דכל טעוון אחרנין, כדין אתתקף ושליט יקרא דקודשא בריך הוא על כלא", אז דוקא ווען יתרו - וואס איז געווען אזוי ווייט, ער האט געדינט אלע ע"ז'ס פון די וועלט - איז געקומען צום אייבערשטן, דאן איז דעם אייבערשטנ'ס נאמען געווארן זייער גרויס. די זעלבע איז ביי יעדן איד, ווען ער פילט אז ער איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, ער פילט אז ער האט שוין עובר געווען אויף כל עבירות שבתורה, און דאך שטארקט ער זיך און ער כאפט אריין א מצוה, איז דאס זייער חשוב ביים באשעפער, מער ווי ווען דער גרויסער צדיק פון די פריערדיגע דורות וואלט עס געטוהן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:04 pm
דורך יאיר
לעיקוואוד האט געשריבן:ווען ירמיה הנביא האט געשריגען אויף די אידען זיי זאלן קוקן אויף די אבות, אויף דור המדבר, און זיך פארבעסערען, האט ער געוואוסט אז ווען ער וועלט געווען אין דור המדבר וואלט ער אויך געהאט מוסר זיי צו זאגען, והא ראיה, משה רבינו אין יענער דור איז אויך נישט צופרידען געווען. דאס איז א כלל אין טבע כמעט, אז אלעמאל איז דא וואס מוסר צו זאגען. אבער ווען מען זאגט מוסר זאגט מען אזוי. די זעלבע ווען חז"ל זאגען חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי. מיינט עס נישט זיי האלטען דווקא די אבות גערעכט אין אלעס, אין חז"ל טרעפט מען פיל ביקורת אויף מעשי האבות, אבער דאס איז גאר א שטארקע טעכניק און דעווייס צו מאכען א מענטש וועלען בעסער ווערן, פיל בעסער פון סתם שרייען דו ביסט נישט גוט דו דארפסט זיין אנדערש.

גראדע אין די נביאים זעט מען על פי רוב פונקט פארקערט, דער נביא שרייט אז אידן זענען שטענדיג געווען אן עם קשה עורף, און אפילו אין מדבר האט מען אויך נישט געפאלגט דעם באשעפער. אפילו ווען ירמי' זאגט זכרתי לך חסד נעוריך איז עס מער א בענקעניש צו אן אמאליגע ליבשאפט ממש ביי יציאת מצרים, נישט בכלליות. והא ראי', ער זאגט דארט מה מצאו אבותיכם בי עול כי רחקו מעלי, זעט מען דאך אז די זיידעס זענען שוין געווען שולדיג.
ווייטער חז"ל איז שוין געמישט, פון איין זייט זעט מען די עקסטרעמע אויסדרוקן ווי כל האומר חטא אינו אלא טועה, און די שרעקעדיגע חילוקים צווישן דורות הראשונים און דורות האחרונים, פון די אנדערע זייט קען מען צומאל נאך זען קריטיק אויף די אבות ווי דו שרייבסט. איך האב א חשד אז דער ירידת הדורות מיתוס האט זיך אנגעהויבן ביי די פרושים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:26 pm
דורך לעיקוואד
אז מיר האבען נישט געברענגט א גמרא, מילא, דא זענען דאך א באנדע עמארצים. און גמרות ומאמרי חז"ל קען מען פארטייטשען לכאן ולכאן אלעמאל. אבער אז [tag]ברסלבער[/tag] פארזעהט אן אפענער שטיקל שיחות הר"ן שאינו משתמע לשני פנים, איז שוין יא א פלא.

שיחות הר"ן שז
לְעִנְיַן מַה שֶּׁדֶּרֶךְ הָעוֹלָם לוֹמַר בְּכָל שָׁנָה וּבְכָל עֵת שֶׁעַכְשָׁו אֵינָם עִתִּים טוֹבוֹת וּבַשָּׁנִים הַקּוֹדְמִים הָיָה טוֹב יוֹתֵר וְכוּ' כַּיָּדוּעַ שִׂיחוֹת כָּאֵלּוּ בֵּין רב הָעוֹלָם דִּבַּרְנוּ עִמּוֹ מִזֶּה הַרְבֵּה וְרב. הַשִּׂיחָה הָיָה שֶׁסִּפְּרוּ לְפָנָיו הַרְבֵּה שֶׁבַּיָּמִים הָרִאשׁוֹנִים הַטּוֹבִים הָיָה הַכּל בְּזוֹל גָּדוֹל הַרְבֵּה יוֹתֵר מִשֶּׁל עַכְשָׁו כִּי לא הָיָה אָז נְגִידִים וַעֲשִׁירִים גְּדוֹלִים כְּמוֹ עַכְשָׁו וּמַה שֶּׁמּוֹצִיא עַכְשָׁו בַּעַל הַבַּיִת פָּשׁוּט וַאֲפִילּוּ מְקַבֵּל חָשׁוּב הוּא יוֹתֵר מֵהַהוֹצָאוֹת שֶׁל הַנְּגִידִים, שֶׁבַּשָּׁנִים הַקּוֹדְמִים כַּיָּדוּעַ וּמְפֻרְסָם כָּל זֶה עָנָה וְאָמַר הֲלא אַדְּרַבָּא, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַנְהִיג עַתָּה הָעוֹלָם יָפֶה יוֹתֵר מִקּדֶם !


הגם ער רעדט לכאורה לגבי גשמיות, מען דארף מעיין זיין מער וואס ער האט געהאלטען לגבי רוחניות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:59 pm
דורך יאיר
רבי נחמן האט געהאלטן ירידת הדורות לכל הפחות לגבי חסידות, אז עס איז אסאך געפאלן זינט דעם בעל שם טוב. ענליך צו נשתכח דרך הבעל שם טוב. דער חילוק איז אז דער סאטמאר רב האט געהאלטן אז ער ווייסט עס אויך נישט (עכ"פ אזא שפיל האט ער געשפילט).

איך כאפ מיך יעצט אז דער קעפל פון דעם אשכול איז ממש כפירה ומינות (ליידער, היינטיגע דורות...). די שאלה איז אויב ירידת הדורות איז א פאקט אדער עס איז אמונה. ודוק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:02 pm
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט געהאלטן ירידת הדורות לכל הפחות לגבי חסידות, אז עס איז אסאך געפאלן זינט דעם בעל שם טוב. ענליך צו נשתכח דרך הבעל שם טוב. דער חילוק איז אז דער סאטמאר רב האט געהאלטן אז ער ווייסט עס אויך נישט (עכ"פ אזא שפיל האט ער געשפילט).

איך כאפ מיך יעצט אז דער קעפל פון דעם אשכול איז ממש כפירה ומינות (ליידער, היינטיגע דורות...). די שאלה איז אויב ירידת הדורות איז א פאקט אדער עס איז אמונה. ודוק.


א שיינע דיוק יאיר, אבער ביזט נישט גערעכט. אן אמונה קען נישט זיין א פאקט, ווייל אויב עס איז א פאקט ברויך מען דאך נישט קיין אמונה. ודוק.

אגב, איך מיין אז רבי נחמן האט געהאלטן אז די דורות זענען געוואקסן בעלייה פון רשב"י, צום אר"י, צו ריב"ש צו די נחל נובע מקור החכמה. כך מונח בזכרוני אז א יעדער איינס איז געווען העכער פון די צווייטער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:10 pm
דורך יאיר
דאס איז קלאר אז לגבי אים אליין האט ער זיכער נישט געהאלטן פון ירידת הדורות, אדרבה ואדרבה. (הגם ווען עס האט אים אנגעכאפט די מוחין דקטנות איז ער אריינגעפאלן אין א מורא'דיגע שפלות עצמי און האט זיך אנגעקוקט פאר די נידריגסטע בריאה, ואין כאן מקומו). די שאלה איז נאר לגבי דעם דור. מעגליך אז דאס איז אויך געווען תלוי אין די מצב המוחין (מוד סווינגס בלע"ז).
בנוגע פאקט און אמונה לא הבנתי שיחתך, אודאי מוז אמונה זיין א פאקט, אויב נישט גלייבט מען דאך שקר. דו מיינסט מסתם צו זאגן אז אמונה איז נישט ידיעה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:27 pm
דורך הוגה
עפעס וואס איז א פאקט ווייסט מען, מען דארף שוין נישט גלייבן. קיינער גלייבט נישט אז שניי איז ווייס, מען גלייבט אבער יא אז מארגן גייט זיין א בליזערד.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:29 pm
דורך יאיר
א פאקט מיינט עפעס וואס עקזיסטירט אין מציאות. אויב למשל איך גלייב אין גאט, מיינט דאס אז איך האלט אז גאט איז א פאקטישע מציאות. איך קען נישט סיי גלייבן אין גאט און סיי האלטן אז גאט איז נישט א פאקט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:41 pm
דורך לעיקוואד
לגבי ר' נחמן, קלער איך יעצט אז דאס איז א חלק פון דער שיטה פון אין יאוש בעולם כלל. דאס זיך באקלאגען כסדר וועגן שפלות הדור מזעהט נישט און מקען נישט וכו איז אלץ אזוינע דיבורים פון ייאוש, תירוצים וואס מען טרעפט זיך פארוואס מקען נישט זיין קיין ערליכער איד. ר' נחמן איז געווען ברויגז אז מענטשען זאגען אויף צדיקים זיי האבען הויכע נשמות און פארדעם זענען מיר נישט ווי זיי, נאר אלעס איז עבודה דער צדיק איז דער וואס האט זיך געמוטשעט מחזק געווען זיך נישט געלאזט. די זעלבע איז לגבי דורות הראשונים. זיי האבען נישט געהאט אנדערע נשמות צו עפעס אויב זענען זיי געווען בעסער איז דאס ווייל זיי האבן נישט געגלייבט די ירידת הדורות טעאריע און האבען זיך געשלאגען ביז עס איז געגעגאנגען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:44 pm
דורך יאיר
א שיינע אבזערוואציע לגבי ר' נחמן. מ'וואלט געדארפט עפענען אן אשכול פאר דעם איש פלא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:49 pm
דורך ברסלבער
לעיקוואד האט געשריבן:אז מיר האבען נישט געברענגט א גמרא, מילא, דא זענען דאך א באנדע עמארצים. און גמרות ומאמרי חז"ל קען מען פארטייטשען לכאן ולכאן אלעמאל. אבער אז [tag]ברסלבער[/tag] פארזעהט אן אפענער שטיקל שיחות הר"ן שאינו משתמע לשני פנים, איז שוין יא א פלא.


גראדע האב איך לכתחילה אינזין געהאט עס מעתיק צו זיין, אבער איך בין געווארן ביזי מיט די גמרא, און בשעת'ן שרייבן איז מיר עס ארויס פון קאפ.
דער עיקר איז דער רצון...

---
לעיקוואד און יאיר האקן.
איך געדענק נישט יעצט וואו רבי נחמן זאל רעדן וועגן ירידת הדורות ברוחניות דוקא. אבער לעיקוואד זאגט זייער גוט, דאס איז דאך געווען זיין גאנצע זאך אז יעדער איד קען צוקומען צו אלע מדריגות אויב ער וויל נאר.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:03 pm
דורך יאיר
ברסלב'ער, די ווערטער וואס ער שרייבט כסדר קעגן די פאלשע צדיקים באטראכסטו נישט אלס אזא סארט ירידת הדורות צוגאנג, א שטייגער ווי אויף קאווע שטיבל איז מען ביזי אז די רבי'ס זענען קארופטירט? אדער אפשר האט ער געמיינט צו זאגן אז ס'שטענדיג געווען פאלשע צדיקים?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:03 pm
דורך נהורא נפישא
דא וועט איר טרעפן אלע שליסל ווערטער וואס די מחבבי צרות ותוקף הגלות באנוצן זיך כסדר "נתמעטו הלבבות" "עקבתא דמשיחא" "נשתכחו "פסקו" "בטלו" "דור יתום" אנן יתמי דיתמי" "אין אנו בקיאין" "נשתנו הטבעיים" (מיין סירטש ענזשין איז א גרויסער גאון)
ס'קען אויך זיין אז די אמונה וואס מ'גלייבט אין יעדן דור שוין פאר די לעצטע צוויי טויזענט יאר אז ס'איז שוין בעקבתא דמשיחא וואס די אופן תיאורו בתלמוד איז געווארן שטארק אויפגעפיקט האט בהכרח מיט געברענגט די אמונה אז ס'איז א חשכות הדור אזוי אז די נעקסטע דור האט איינגעזען ניין אז יעצט איז די ריכטיגע עקבתא דמשיחא אאז"וו
אזוי אויך אין הלכה אויטאריטעט איז דאס א וויכטיגע מיטל , ווער ס'האט אמאל געלערנט יורה דעה האט זיך אוודאי באגעגנט מיט די צענדליגע אין אנו בקיאין .
משמתו נביאים הראשונים בטלו אורים ותומים משחרב בהמ"ק בטל השמיר ונופת צופים ופסקו אנשי אמנה מישראל שנאמר (תהילים יב) הושיעה ה' כי גמר חסיד וגו' רשב"ג אומר העיד ר' יהושע מיום שחרב בהמ"ק אין יום שאין בו קללה ולא ירד הטל לברכה וניטל טעם הפירות ר' יוסי אומר אף ניטל שומן הפירות ר' שמעון בן אלעזר אומר הטהרה נטלה את <הטעם ואת> הריח המעשרות נטלו את שומן הדגן וחכמים אומרים הזנות והכשפים כילו את הכל:
משמת ר"מ בטלו מושלי משלים משמת בן עזאי בטלו השקדנים משמת בן זומא בטלו הדרשנים משמת ר"ע בטל כבוד התורה משמת ר' חנינא בן דוסא בטלו אנשי מעשה משמת ר' יוסי קטנתא פסקו חסידים ולמה נקרא שמו קטנתא שהיה קטנתא של חסידים משמת רבי יוחנן בן זכאי בטל זיו החכמה משמת ר"ג הזקן בטל כבוד התורה ומתה טהרה ופרישות משמת רבי ישמעאל בן פאבי בטלה זיו הכהונה משמת רבי בטל ענוה ויראת חטא
[ת"ר] ר' פנחס בן יאיר אומר משחרב בהמ"ק בושו חברים ובני חורין וחפו ראשם ונדלדלו אנשי מעשה וגברו בעלי זרוע ובעלי לשון ואין דורש ואין מבקש ואין שואל על מי לנו להשען על אבינו שבשמים
ר"א הגדול אומר מיום שחרב בית המקדש שרו חכימיא למהוי כספריא וספריא כחזניא וחזניא כעמא דארעא ועמא דארעאדף מט,ב גמרא  אזלא ודלדלה ואין שואל ואין מבקש על מי יש להשען על אבינו שבשמים
בעקבות משיחא חוצפא יסגא ויוקר יאמיר הגפן תתן פריה והיין ביוקר ומלכות תהפך למינות ואין תוכחת בית וועד יהיה לזנות והגליל יחרב והגבלן ישום ואנשי הגבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו וחכמות סופרים תסרח ויראי חטא ימאסו והאמת תהא נעדרת נערים פני זקנים ילבינו זקנים יעמדו מפני קטנים בן מנוול אב בת קמה באמה כלה בחמותה אויבי איש אנשי ביתו פני הדור כפני הכלב הבן אינו מתבייש מאביו ועל מה יש לנו להשען על אבינו שבשמים:
אמר רבה בר בר חנה א"ר יוחנן משום רבי יהודה בר' אלעאי בא וראה שלא כדורות הראשונים דורות האחרונים דורות הראשונים עשו תורתן קבע ומלאכתן עראי זו וזו נתקיימה בידן דורות האחרונים שעשו מלאכתן קבע ותורתן עראי זו וזו לא נתקיימה בידן ואמר רבה בר בר חנה אר"י משום ר"י בר' אלעאי בא וראה שלא כדורות הראשונים דורות האחרונים דורות הראשונים היו מכניסין פירותיהן דרך טרקסמון כדי לחייבן במעשר דורות האחרונים מכניסין פירותיהן דרך גגות דרך חצרות דרך קרפיפות כדי לפטרן מן המעשר
רבי שמעון בן יוחאי לא שנו אלא בדורות הראשונים שאין בנות ישראל פרוצות בכשפים אבל בדורות האחרונים שבנות ישראל פרוצות בכשפים מעבירין
מאי שנא ראשונים דאתרחיש להו ניסא ומאי שנא אנן דלא מתרחיש לן ניסא אי משום תנויי בשני דרב יהודה כולי תנויי בנזיקין הוה ואנן קא מתנינן שיתא סדרי וכי הוה מטי רב יהודה בעוקצין האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא ואילו רב יהודה כי הוה שליף חד מסאניה אתי מטרא ואנן קא מצערינן נפשין ומצוח קא צוחינן ולית דמשגח בן אמר ליה קמאי הוו קא מסרי נפשייהו אקדושת השם אנן לא מסרינן נפשין אקדושת השם כי הא דרב אדא בר אהבה חזייה לההיא כותית דהות לבישא כרבלתא בשוקא וכו'
אמר ר' זירא אמר רבא בר זימונא אם ראשונים בני מלאכים אנו בני אנשים ואם ראשונים בני אנשים אנו כחמורים ולא כחמורו של ר' חנינא בן דוסא ושל רבי פנחס בן יאיר אלא כשאר חמורים
אמר רבי יוחנן טובה צפורנן של ראשונים מכריסו של אחרונים א"ל ריש לקיש אדרבה אחרונים עדיפי אף על גב דאיכא שעבוד מלכיות קא עסקי בתורה אמר ליה בירה תוכיח שחזרה לראשונים ולא חזרה לאחרונים שאלו את רבי אלעזר ראשונים גדולים או אחרונים גדולים אמר להם תנו עיניכם בבירה איכא דאמרי אמר להם עידיכם בירה
משמתו נביאים האחרונים חגי זכריה ומלאכי נסתלקה רוח הקודש מישראל ועדיין היו משתמשין בבת קול
לפיכך נקראו ראשונים סופרים שהיו סופרים כל האותיות שבתורה שהיו אומרים וא"ו (ויקרא יא) דגחון חציין של אותיות של ס"ת (ויקרא י) דרש דרש חציין של תיבות (ויקרא יג) והתגלח של פסוקים (תהילים פ) יכרסמנה חזיר מיער עי"ן דיער חציין של תהלים (תהילים עח) והוא רחום יכפר עון חציו דפסוקים בעי רב יוסף וא"ו דגחון מהאי גיסא או מהאי גיסא א"ל ניתי ס"ת ואימנינהו מי לא אמר רבה בר בר חנה לא זזו משם עד שהביאו ספר תורה ומנאום א"ל אינהו בקיאי בחסירות ויתרות אנן לא בקיאינן
בזמן הזה תקפו הצרות יתירות ודחקה שעה את הכל ואבדה חכמת חכמינו ובינת נבונינו נסתרה ולפיכך מעטים הם המבינים בדורו את התלמוד ופירוש הגאונים ולכן ניערתי חוצני אני משה בן מימון הספרדי ונשענתי על הצור ברוך הוא וראיתי לחבר דברים המתבררים מכל אלו החיבורים (התלמוד והספרא, ספרי, תוספתא ופירושי הגאונים) כולם בלשון ברורה ודרך קצרה וכו' עד שיהיו כל הדינין גלויין לקטן ולגדול בדין כל מצווה ומצווה (רמב"ם בהקדמה למשנה תורה).

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:10 pm
דורך יאיר
א געלונגענעם ארבעט געמאכט!

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:13 pm
דורך ברסלבער
יאיר האט געשריבן:ברסלב'ער, די ווערטער וואס ער שרייבט כסדר קעגן די פאלשע צדיקים באטראכסטו נישט אלס אזא סארט ירידת הדורות צוגאנג, א שטייגער ווי אויף קאווע שטיבל איז מען ביזי אז די רבי'ס זענען קארופטירט? אדער אפשר האט ער געמיינט צו זאגן אז ס'שטענדיג געווען פאלשע צדיקים?

היינט האט יעדער ביי זיך אין קאפ אז רוב רבנים זענען פאלש, און יעדער האט זיך זיין ליסטע וואס זיי זענען די געציילטע צדיקי הדור, און אזוי איז עס אייביג געווען, און עס איז טאקע אמת, אייביג און נאך יעצט זענען דא פאלשע און אמת'ע צדיקים. נאר דור לדור ישבח מעשיך, יעדער דור זאגט אייביג אז דער פריערדיגע דור איז געווען שענער, די גוטע זאכן געדענקט מען און די שלעכטע פארגעסט מען. און געווענליך זענען די גוטע זאכן געבליבן פארשריבן אין ספרים, און די שלעכטע זענען נאר געגאנגען מפה לאוזן.
האט רבי נחמן אבער געהאט א געטרייען תלמיד רבי נתן, וואס האט אפגעשריבן ככל היוצא מפיו, סיי געשמאקע זאכן און סיי פארקערט, איז געבליבן כתוב וחתום וואס רבי נחמן האט געהאלטן אויף די צדיקים אין זיין דור, פון טייל יא און פון טייל נישט (דאס איבריגע קען מען זעהן בהשמטות חיי מוהר"ן).
זיין נקודה איז געווען אז א רבי דארף זיין איינער וואס קען אויפהייבן זיינע חסידים און זיי אויך מאכן פאר מענטשן, אויב נישט איז ער גארנישט ווערט, דאס איז איבער גע'חזר'ט בספרי ברסלב כמה פעמים.
און דאס האט גארנישט מיט ירידת אדער עליית הדורות.
ער פערזענליך האט געהאלטן אז ער איז א גוטער דאקטער וואס קען העלפן מענטשן, האט ער ארויסגעשטעלט א סיין אז דא וואוינט א דאקטער, און ווער עס וויל קען קומען זיך היילן, וכך הוה.