נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 5:35 am
די נקודה איז אבער נישט אינגאנצן אמת ווייל אנטיסעמיטיזם זאגט נישט אז יודן און נישט יודן זענען גלייך און וועגן דעם טארסטו מיך נישט דיסקרימינירן, נאר ווי די נאמען זאגט, די טארסט נישט דיסקרימינירן אייניקלעך פון שם, משא"כ סעקסיזם און ראסיזם זאגן – ווי זייער נאמען זאגט אן – אז אלע דזשענדערס און ראסעס זענען גלייך, און דו טארסט נישט מאכן קיין באשלוס אויף א געוויסע דזשענדער אדער ראסע אנדערש ווי די אנדערע דזשענדער און ראסע,הילל האט געשריבן:צווייטנס, דאס איז די זעלבע ווי אויב א איד זאל זאגן אז עס איז דא אנטיסעמטיזם. וועסטו זאגן אז מיט דעם באשטעטיגט ער אז עס איז פאקטיש דא חילוק צווישן אידן און גוים, און גוים זענען ווייניגער? ניין, ער זאגט נאר דעם פאקט. די זעלבע זאגט די פרוי א פאקט אז פרויען ליידן פון דעם אז מען קוקט זיי אן ווי זיי זענען ווייניגער ווערד.יאיר האט געשריבן:אין דעם שמועס מיט מיין חבר האב איך אים געזאגט אז איך האב א לאגישע טענה אויף די וועג ווי אזוי דער טיטל פון סעקסיזם ווערט באנוצט היינטיגע צייטן. מיט דעם וואס דער פעמיניסט (געווענליך א פרוי) זאגט אז עס הערשט סעקסיזם אויף די וועלט, מיינט זי געווענליך צו זאגן אז מענער קוקן אראפ אויף פרויען. אלזא, מיט דעם באשטעטיגט זי אז עס איז פאקטיש דא א חילוק צווישן מענער און פרויען, ווייל מענער זענען מער סעקסיסט ווי פרויען. קומט אויס אז זי איז אליין א סעקסיסט.
און אנדערע ווערטער ווען אנטיסעמיטזם וואלט ווען געהייסן ראסיזם אדער ענליך, אדער ווען סעקסיזם און ראסיזם וואלט געהייסן אנטיפימעיליזם אדער אנטיקאלאריזם וואלט געווען א מקום צאמצושטעלן די צוויי, לכאן או לכאן, אבער יעצט שפיגלען זיי אפ צוויי אנדערע צוגאנגען