בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:אה, מ'העט אים דאך עס נישט געבן. מ'וועט טענה'ן ער האט שוין געוואוסט. קיין קונץ נישט.

קען נישט זיין, די גויים גלייבן דאך נישט אז ער ווייסט...

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:40 pm
דורך טאמבל סאס
האסט פארגעסן אזא די תלמידי בעל שם זענען אפ' ביי די גוים געווען באקאנט פאר געוואלדיגע בעלי מופתים?

און כ'פארשטיי דיר נישט. קומט א איד אין שטאט. קינד און קייט ווייסט ער קען זאגן עתידות, און לייענען עבירות פון שטערן, און מיטאמאל געווינט ער די פאווערבאל לאטערי, און ווילסט נאך אפילו האבן די העזה נישט צו גלייבן אין אים?

כ'זאג דיר צו, אויב איך זע דאס, הויב איך אן קויפן די לאטערי יעדן טאג!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
האסט פארגעסן אז זינט יענע קרעטשמע/פריץ/עגונה/קפיצת הדרך צייטן זענען שוין די גויים געווארן 'אויפגעקלערט'?
ווי ס'אידיש'ט זיך אזוי גוי'ישט זיך!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:46 pm
דורך יאיר
גענוג געווען. אלעס וועל איך דולדן ביז כפירה ממש.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
דורך טאמבל סאס
און די קרעטשמע/פריץ/עגונה/קפיצת הדרך האט זיך אויך מאדערנעזירט און רעפארמירט. זיי זענען אויך אויפגעקלערט געווארן.
היינט גייט עס תהלים כולל/אונטערנעט/אלטע בחור/רינגל/סייעתא דשמיא!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:26 pm
דורך נהורא נפישא
יאיר האט געשריבן:גענוג געווען. אלעס וועל איך דולדן ביז כפירה ממש.

ועד בכלל ?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:אה, מ'העט אים דאך עס נישט געבן. מ'וועט טענה'ן ער האט שוין געוואוסט. קיין קונץ נישט.

זאל ער נישט אויסזאגן אז ער איז א איד... א בעל מקוגל. :roll: 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:32 am
דורך טעפל
דרך אגב, ווער איז טאקע דער הרב עקשטיין? מאראנצען זאפט העלפ פליז..

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:39 pm
דורך שלמה המלך
הער אויס, קליא מאכען קען א קאץ אויך! חוזק מאכען איז סך הכל אפאר קוועטשעס מיט קיבארד.... די טווין טויערס האט געדויערט צי בויען יארן, אפגערעדט פון יארן אינדשזאנירינג אין פלענינג וכו' וכו' און ווילאנג האט געדויערט עס אראפ ציברענגען? אפאר שטונדען וזה הוא... חוזק מאכן פון א אינגערמאן וואס זוכט פרנסה איז זייער גרינג און אפשר איז דאס אלעס טאקע א דשויק! אפשר קען אים איינער העלפען אויך? שאפטס אים א צווייטע פרנסה קלה ונקיה ער וועט עס זיכער אננעמען אויך... אדער זייטס אים מחזק איף זיין אופן פארוואס דען נישט? וואס איז עס אנדערש פון לעבעל מיט כל השמות הנרדפים? מאכען אפשר אבעסערע אנשטעל איז וואס?
היצט לעצם הענין איז ער אמאל געוועהן אין מאנסי, כ'האב א אינגערמאן א חבר וואס מיר זענען ביידע געגאנגען צוזאמען אויסשמעקעו דעם ענין, רופט ער זיך אן צו יענעם די האסט אפשר א בית מדרש? אינטעראסט אז יענער האלט אינמיטן מאכען איינס....

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:25 pm
דורך יואב
ר' שלמה המלך, כל זמן איך אטעם און איך בין מגדל קינדער אין דער דאזיגער געזעלשאפט, באדערט מיך אז ער מאכט פרנסה אויף דעם אופן. איך קען אים נישט שאפן א דשאב, אז ער וויל קעמיר צוזאמען זוכן, און אויפדערנאכט פראבירן צו דעריאגן אביסל קאלידש.

איך האב גארנישט קעגן אים פערזענליך, און זיכער נישט קעגן פעולות וויאזוי צו לייזן אפאר דאללער. איך בין גרייט צו געבן געלט ביי א טיי-אווענט פאר עמען דעם זעלבן סכום ווי פאר הרב לעבל ודומיהן, איך פראביר צו געבן א  סכום צדקה כפי מיין יכולות פאר ארימע יחידים, איך גיב דאס מיט דעם גאנצן הארץ. (להוציא מוסדות התורה וואס איך גיב נישט קיין פעני בכוונה) זיי קענען זיין גאנץ פיינע אידן, נאר ביטע קומט נישט ביי מיר אין קינדערגארטן, און פארקלענערט די אזוי אויך קליינע מוחות. ס'טוט מיך זייער וויי.

נב. איך פארגין אויך נישט תהלים כולל און כולל חצות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:31 pm
דורך א איד
ר' יואב און די לעצטע וואכעדיגע הפטורה שטטיט שוין וואס דוד המלך האט געהייסן שלמה המלך ער זאל דיר טוהן.
פארוואס פארגינסטו נישט ווי אזוי יענער מאכט געלט, אפשר פארגינסטו נישט די גראסערי אז זיי מאכן געלט אויף די עסן וואס זיי פארקויפן, אדער די קאר ליעסערס אויף די קאר וואס זיי מאכן געלט.
אז דו ווילסט נישט געבן געב נישט.
בלייבסט נאכאלץ אן ערליכער איד, ווי די משנה זאגט ישראל קדושים הם יש מי שרוצה ואין לו, ויש מי שי לו ואין רוצה.

סתם וואס איז דיין הסבר פאר נישט געבן פאר מוסדות התורה? ווי אויך פאר דיין זוהנס מוסד גיסטו יא?

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 6:07 pm
דורך קאך_לעפל
איך האב אמאל געהאט די זכיה צו פארן מיט אים אויפן פליגער קיין ארץ ישראל, און זיצען אין זיינע ד אמות, און מיטהאלטן זיין התנהגות פון די נאנט.די גאנצע רעדע דא פון א אינגערמאן פון עטליכע 30 יאר, און לפי ידועתי לעבט ער אליינס, (זיין פרוי האט נישט געקענט פארנעמען זיין קדושה ופרישות)

דעריבער ווען איך האב געליינט דעם לאנדערי ליסט פון זאכן מיט וואס אונזער צדיק שטאלצירט זיך אז ער קען, האבן זיך 2 שנירליך זידיגע טרערן זיך אראפגעשלענגעלט פון מיינע אויגן, איך וועל זאגן פארוואס.

ווען א איד איז ח''ו אין א קלעם, ער איז צובראכן, עס גייט אים נישט גוט, וועט ער זיך אפילו אנכאפן אין א שטרוי, און ער וועט טוהן וואס אימער עס זאל נאר זיין אז זיינע צרות און פיין זאל קומען צו א ענדע... און דא קומט דער צדיק אריין אין בילד:

שטייט א איד אין בית מדרש וואס האט שוין נישט קיין פרנסה די לעצטע 4 יאר, ער האט דריי קינדער וואס זיכען שדוכים, דאס ווייב זיינער איז א שקלאפטע וואס מען טרעפט זעלטן איר'ס גלייכען.... ער ווערט פשוט גערירט פון זינען פון צרות און פיין, און ער ליינט אפ דעם צעטל, און עס נעמט זיך טיליען ביי אים אין הארטץ א פינק פון האפאנונג, עס זעהט זיך אים שוין אין חלום א ליכטיגען עתיד, ער שרייבט זיך אויף דעם נימער פינעם באגעגעניש-האטליין.

ער פארבינדט זיך מיטן משב''ק און ער באשטימט א באגעגעניש מיטן צדיק, אלעס איז קאמפידענשעל כמובן, און ער שטייט און ווארט בכליון עניים ווען ער וועט שוין האבן די געלעגנהייט אריין צו גיין צום צדיק, וואס וועט מיט זיינע מיסטישע כוחות וואס ער האט לרחצה, ווי אויסגערעכענט אויפן צעטל, אים זיכער ברענגען די ישועה.

דער לאנג-ערווארטערטער צייט איז ענדליך אנגעקומען, ער שטייט שוין ביים צדיק אין צימער.

דער צדיק זיצט אויף זיין פאטעל, און אויף זיין פרצוף איז פארהאן אזא סודות-פולע מינע, און דער צדיק ריפט זיך תיכף אן מיין קינד איך ווייס וואס די גייסט דירך, די שטריכען פון דיין פנים פארציילן מיר אלעס, אבער זעצט דיך מיין קינד, און פארצייל מיר וואס עס קוועשט דיך.

דער איד וואס מינט אז ער שטייט שוין בלויז א שפאן אוועק פון דער ענגילטיגער ישועה, עפענט זיך אויף זיין הארטץ, און ער הייבט עס אן אויסצוגיסן פארן צדיק, ער שוינט נישט קיין טרערן, און אונזער צדיק וויינט מיט אים מיט...וועה.... וועה.... און ער האלט זיך אזוי אן ביים הארטצען אז עס זאל חלילה נישט פלאצען פון דעם איד'ס צרות, און עס וועט זיין לב צדיק אבד....

ווי נאר דער איד ענדיגט זיך אויסוויינען, פארגלייזט זיך דער צדיק די אויגן, און פארווארפט זיך אזוי דעם קאפ זיינער אויף אונטערוויילעכס, און ער נעמט זיך שוועבען אזוי אין די הויעכע עולמות, און ער זיכט מיט זיינע מיסטישע אויגן א לעזונג פאר דעם איד'ס צרות.....

עס גייט אריבער א שטיק צייט, דער צדיק מאכט זיך אויף די אויגן, און גיבט זיך אזא כאפ אויף, ער קומט דאך אצינד פונעם עולם אצילות, ער הייבט אן צו זאגן פארן איד, טוה א קיק איך זעה אז עס הערשט אויף דיר גרויסע דינים, און די האסט א געשוואלענע עיין הרע, און די חצונים האבן זיך פארלייגט אויף דיר, די מקטריגים קאמאנדעווען איבער דיר, בקיצור עס איז צרות....... און דער צדיק זאגט ווייטער: איך האב פראבירט אפצוטאן די דינים פון דיר, און פארלעשען דער גראבער עיין הרע, און פארווארפן די מקטריגים לנקבא דתהומא רבא, אבער ליידער ליידער... אה אה אה ..... אוי אוי.... אן ערפאלג, איך זעה נישט וואס איך קען טאן פאר דיר אצינד.

דער איד נעבאך וואס האט געמיינט אז ער שטייט שוין ממש לעבן די ישועה, האט אנגעהויבן ביטער צו וויינען רבי האב רחמנות אויף מיר איך ווער שוין גערירט פין זינען פון די צרות יגון ואנחה.

דער צדיק פארווארפט זיך ווידער דעם קאפ, און צוזינגט זיך אזא טרויעריגער מעדאליע....... או או או....איי ......איי........ או און מיטאמאל שיינט דער צדיק אויף, און זאגט פאר דעם איד יא! יעס!!!!!!!! יעך האב געטראפן אן עיצה....

דער איד קיקט דעם צדיק אין מול אריין, און קען קוים ווארטן וואס דער צדיק וועט זאגן...

דער צדיק ציהט אזוי זיינע ווערטער פאמעליך... און ער זאגט אים עס ווערט געברענגט כתבי האר''י, און דער רשייש ברענגט דאס אויך... טראץ דעם וואס די מקובלים הראשונים זענען נישט אינגאנצען אזוי איינשטימיג דערמיט... אבער איך האלט אז עס וועט ארבייטען...

דער איד שרייט שוין... וואס רבי? וואס קען מען טאן?

דער צדיק זאגט ווייטער צושטייטעליך צדקה..... צדקה תציל ממות... וחטאתך בצדקה פרוק..... צדק לפיו יהלך..... אז די וועסט געבן צדקה וועט דער גראבער עיין הרע פארלאשען ווערן, די דינים וועלן נמתק ווערן, און די מקטריגים וועלן פון דיר אראפקריכען.... און עס וועט זיין ישמחו..... וועסט פארגעסן פון אלע צרות, די צינורות פון חסד ורחמים וועלן זיך ברייט צו עפענען, און עס וועט ארויף שטראמען אויף דיר א שטראם פון השפעות, ביז די לעפצען דיינע וועלן זיך נעמען פוילן פון דיין שרייען גענוג......

דער איד שיינט און טראכט ביי זיך איך האב דאך געוויסט אז איך בין אויפן ריכטיגען פלאטץ.... און ער ציהט ארויס דעם טשעק ביכל און שטעלט אויס א טשעקל פון 72 דאלאר פארן חצות כולל.... און ווענדט זיינע פוס טריט ספאנטאניש צו די ריכטונג פון דעם טיר, בעפאר דער הייליגער צדיק בארעכענט זיך....

אבער עס איז נישט געלונגען......פאוואליע. פאוואליע... הערט זיך דאס געשריי פונעם צדיק.... קום נאר ציריק.

ער קומט ציריק מיט וואקלדיגע טריט און דער צדיק זאגט אים.... אז אויב ווילסטו זען רעזילטאטען פון מיינע כוחות, דאן באדארפסטו צו געבן די צדקה פאר די מוסדות הק' קאנג.שערי עקשטיין (עס איז טעקס דידאקטעבאל) וואס דאס איז דאס הייליגסטע צדקה וואס איז נאר שייך, און ווי נאר די וועסט אויסשטעלן א טשעק פון שלוש מאות ושבע פעמים ח''י, פאר די שערי עקשטיין מוסדות, און עס וועט דירך גיין אינעם באנק כמובן, ווען דאס געשוואלענע עיין הרע פארלאשען ווערן, די מקטריגים וועלן עקסטערמענירט ווערן, אד''ג.

דער איד האט נישט קיין צוויי ברירות ער שטעלט אויס דעם טשעק, און ער ווענדעט זיינע טריט אהיים, מיט א הארטץ מלא שמחה ותקוה, עס גייט זיין.... פרנסה, שדוכים, געזינט... שלום בית... וואס דען נישט??

רבותי די מעשה איז נאך נישט גענדיגט......

דער צדיק ריפט אריין דעם גבאי'ן און ביידע שיסן אויס אין א הילכיגען געלעכטער....... און האלטן זיך אונטער אויפן חשבן פון דעם מר לב.

זאל דער אלמעכטיגער העלפן אז די אלע בלאפערס זאלן נתגלה ווערן..... ויבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו, און דער שקר זאל אונטער גיין... און אלע מרי לב זאלן האבן א ישיעה פינעם הייליגען באשעפער זעלבסט בב''א

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 6:25 pm
דורך יואב
א איד האט געשריבן:ר' יואב און די לעצטע וואכעדיגע הפטורה שטטיט שוין וואס דוד המלך האט געהייסן שלמה המלך ער זאל דיר טוהן.
פארוואס פארגינסטו נישט ווי אזוי יענער מאכט געלט, אפשר פארגינסטו נישט די גראסערי אז זיי מאכן געלט אויף די עסן וואס זיי פארקויפן, אדער די קאר ליעסערס אויף די קאר וואס זיי מאכן געלט.
אז דו ווילסט נישט געבן געב נישט.
בלייבסט נאכאלץ אן ערליכער איד, ווי די משנה זאגט ישראל קדושים הם יש מי שרוצה ואין לו, ויש מי שי לו ואין רוצה.

סתם וואס איז דיין הסבר פאר נישט געבן פאר מוסדות התורה? ווי אויך פאר דיין זוהנס מוסד גיסטו יא?

אויב קענט איר נישט מאכן כאטש א שטיקל אונטערשייד פונעם גראסערי-מאן צו כולל חצות דאן וועל איך זיכער נישט פראבירן צו ענטפערן דערויף.

כלפי מיין זונ'ס מוסד אוודאי גיב איך נישט, איך צאל דאך שכר לימוד ווי א חמור רובץ תחת משאו, ער מאכט פראגראמען אויף עמען און לערנט אים גארנישט. נאך געבן?

יעצט כלפי מוסדות איז אזוי. קודם כל, איך בין נישט קיין פארמעגליכער אינגערמאן, איך פלאג מיך פאר דעם דאללער אלזא איז נישטא קיין שום פשט איך זאל טיילן געלט סתם אזוי. אויב זאל מיך גאט באגליקן מיט אפאר דאללער, וועל איך ליבערשט וועלן געבן געלט פאר וויסענשאפטליכע פארשונגען צו טרעפן הייל-מיטלען צו געוויסע קרענק וכדו' ה"י. כידוע וואס טוט זיך אלץ אפ צווישן די חסידי אומות העולם ובראש הרבני הנגיד הרב ר' ביל גייטס שליט"א.

אז איינער קומט און שרייט מיין מוסד – אדער דער מוסד וואס ס'האט מייסד געווען מיט בלוט און פלייש דער מלאך אלוקי בלא בלא בלא – שטייט שוין ביים שוועל פון אונטערגיין, איז מצידי קען און זאל דאס שיינערהייט אונטערגיין במעמד רבתי בהתאסף ראשי עם. כל הכבוד.

 די נקודה איז צווייפאכיג. קודם כל איז דאס א פראיעקט וואס עמיצער האט זיך אליינס אונטערגענומען פאר כבוד, זאל אפילו זיין לשם שמים. נו, קען ער דאס דעקן, אשרי לו ואשרי חלקו, זאל דער אייבערשטער העלפן אז אינעם זכות וואס ער דעקט די מוסדות זאל ער ווערן געדעקט אין אלע אויסגאבעס בכפלי כפליים. קען ער דאס נישט דעקן, דאן לייג א ריגל אויף דעם מוסד, אדער שטרעק אויס דיין האנט צו גענוג היימישע פילאנטראפן וועלכע זוכן צו פיגורירן אויף זאת נדבת שילדן. ועוד, ווען מיין נדבה זאל מיך געבן אפילו א האלבע ווארט אין דעם מוסד, איך זאל האבן א שטיקל מיינונג אין דער קאריקולאם וואס יעדעס קינד ברויך מסיים זיין ס'זאל זיין אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו, ווער זאל מעגן ווערן אנגענומען אא"וו, נו, וואלט איך מיך אנגעשטרענגט צו געבן. אבער נישט נאר וועלן זיי מיין ווינטש נישט ערפילן, נאר הוא השטן הוא המשחית, דער זעלבער עלעמענט וואס שאפט קאפוויי און הארץ עסענישן פאר מיר און פאר פילע אנדערע, זאל איך גיין בידים שטיצן? העלפן זאל האבן א קיום?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:30 pm
דורך ציבעלע-קיגל
יאיר האט געשריבן:וואס איז דער פראפעסיאנעלער עין הרע לעשער שולדיג אז ער הייסט נישט טייטלבוים, רוקח, אדער אבוחצירא?


ער דארף וויסען אז "וואס טוהט מען נישט פאר פרנסה?" זאל ער זיך רופען טייטעבוים פון (א נאמען פון א פלאץ) אדער זיין נאמען און מען לייגט צו נין ונכד לבית טייטלבוים, רוקח, אבוחצירא. הגר... עס ווענדט זיך וועלעכע טיפ מענטשען ער וויל זאלען קומען צו איהם

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:43 pm
דורך קאצקע ציקער
מען מאכט גיטע לצנות פון דעם הרב עקשטיין אבער איך וויל זעהן אײַנער וואס איז געווען ביי עים זאל אזוי רעדן.... אדרבא ספיעק אפ!

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:59 pm
דורך מאטי
יואב האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:ר' יואב און די לעצטע וואכעדיגע הפטורה שטטיט שוין וואס דוד המלך האט געהייסן שלמה המלך ער זאל דיר טוהן.
פארוואס פארגינסטו נישט ווי אזוי יענער מאכט געלט, אפשר פארגינסטו נישט די גראסערי אז זיי מאכן געלט אויף די עסן וואס זיי פארקויפן, אדער די קאר ליעסערס אויף די קאר וואס זיי מאכן געלט.
אז דו ווילסט נישט געבן געב נישט.
בלייבסט נאכאלץ אן ערליכער איד, ווי די משנה זאגט ישראל קדושים הם יש מי שרוצה ואין לו, ויש מי שי לו ואין רוצה.

סתם וואס איז דיין הסבר פאר נישט געבן פאר מוסדות התורה? ווי אויך פאר דיין זוהנס מוסד גיסטו יא?

אויב קענט איר נישט מאכן כאטש א שטיקל אונטערשייד פונעם גראסערי-מאן צו כולל חצות דאן וועל איך זיכער נישט פראבירן צו ענטפערן דערויף.

כלפי מיין זונ'ס מוסד אוודאי גיב איך נישט, איך צאל דאך שכר לימוד ווי א חמור רובץ תחת משאו, ער מאכט פראגראמען אויף עמען און לערנט אים גארנישט. נאך געבן?

יעצט כלפי מוסדות איז אזוי. קודם כל, איך בין נישט קיין פארמעגליכער אינגערמאן, איך פלאג מיך פאר דעם דאללער אלזא איז נישטא קיין שום פשט איך זאל טיילן געלט סתם אזוי. אויב זאל מיך גאט באגליקן מיט אפאר דאללער, וועל איך ליבערשט וועלן געבן געלט פאר וויסענשאפטליכע פארשונגען צו טרעפן הייל-מיטלען צו געוויסע קרענק וכדו' ה"י. כידוע וואס טוט זיך אלץ אפ צווישן די חסידי אומות העולם ובראש הרבני הנגיד הרב ר' ביל גייטס שליט"א.

אז איינער קומט און שרייט מיין מוסד – אדער דער מוסד וואס ס'האט מייסד געווען מיט בלוט און פלייש דער מלאך אלוקי בלא בלא בלא – שטייט שוין ביים שוועל פון אונטערגיין, איז מצידי קען און זאל דאס שיינערהייט אונטערגיין במעמד רבתי בהתאסף ראשי עם. כל הכבוד.

 די נקודה איז צווייפאכיג. קודם כל איז דאס א פראיעקט וואס עמיצער האט זיך אליינס אונטערגענומען פאר כבוד, זאל אפילו זיין לשם שמים. נו, קען ער דאס דעקן, אשרי לו ואשרי חלקו, זאל דער אייבערשטער העלפן אז אינעם זכות וואס ער דעקט די מוסדות זאל ער ווערן געדעקט אין אלע אויסגאבעס בכפלי כפליים. קען ער דאס נישט דעקן, דאן לייג א ריגל אויף דעם מוסד, אדער שטרעק אויס דיין האנט צו גענוג היימישע פילאנטראפן וועלכע זוכן צו פיגורירן אויף זאת נדבת שילדן. ועוד, ווען מיין נדבה זאל מיך געבן אפילו א האלבע ווארט אין דעם מוסד, איך זאל האבן א שטיקל מיינונג אין דער קאריקולאם וואס יעדעס קינד ברויך מסיים זיין ס'זאל זיין אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו, ווער זאל מעגן ווערן אנגענומען אא"וו, נו, וואלט איך מיך אנגעשטרענגט צו געבן. אבער נישט נאר וועלן זיי מיין ווינטש נישט ערפילן, נאר הוא השטן הוא המשחית, דער זעלבער עלעמענט וואס שאפט קאפוויי און הארץ עסענישן פאר מיר און פאר פילע אנדערע, זאל איך גיין בידים שטיצן? העלפן זאל האבן א קיום?

איך שטים צו צו יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט, כ'וועל אבער מאכן א יוצא מן הכלל פאר "ר' יואל ראטה'ס מוסד." אויב וואלט איך געהאט די מעגליכקייט וואלט איך געספאנסערד דעם גאנצן בודזשעט חודש'ליך.

Re: געטראפן דעם געטליכן מאן

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 4:34 pm
דורך טאמבל סאס
יאיר האט געשריבן:איך האב מורא אז דער מלמד פון שאול בערלין'ס כתב יושר איז נישט קיין אנדערער ווי אונזער הרב הצדיק שליט"א:

כתב יושר האט געשריבן:אני סופר סת"ם, קורא, בעל תוקע, מוהל, מבקר חולה וקברן, ויש לי ידיעות ג"כ בחכמות הרפואה שהתירה התורה, ולא יאמין אדוני שח"ו למדתי חלילה החכמה הזאת בספרי הגויים וכנסיה שלהם, כמו שיעשו פריצי בני עמנו חלילה! האם אין ספרי רפואות בישראל עד שנלך לדרוש מחכמי הגויים, הלא יש ספרים הרבה מאוד כמו מפעלות אלהים ושער אפרים מלאים סגולות ורפואות שאין לכל חכמי הגויים השגה לדעת דבר מהם כי הם למעלה מהטבע, ואנכי יודע להסיר עין הרע בלחש, ולרפא חולי הקדחת בכתיבה על שקדים, ולשפוך עופרת לחולי הבהלה, ולהשתיק נזילת הדם על ידי השבעה וכיוצא באלו.

כתב יושר פון שאול בערלינער.
http://www.hebrewbooks.org/23825

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 5:32 pm
דורך געוואלדיג
רבותי עיני ישועה מיט א נייע עפפ

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 6:07 pm
דורך [NAMELESS]
איך טרעף עס נישט אין די עפפ סטאר. העלף מיר ארויס

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 6:13 pm
דורך שמעקעדיג
אויב דו טרעפסט עס נישט קען זיין א ווירוס... אופס, כ'מיין א עין הרע פון דיין שוויגער וואס בלאקט עס אויף דיין פאון.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 6:17 pm
דורך [NAMELESS]
אה, כ'האב עס שוין געטראפן

(די שוויגער ווייסט נישט אז כ'האב א פאון, סאו ס'שאדט נישט).

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 6:25 pm
דורך דולה ומשקה
shem-tov האט געשריבן:משא"כ יעצט מאכסטו ליצי ליצנות פון א יוד א מקובל


אגב, מיט דעם בלויזען ידיעה אז דער שם הוי"ה פארמאגט פיר אותיות, און איז בגימטריה זעקס און צוואנציג, וה"ה אז עס איז פארהאן די ארבעה מילואים ווערוט מען נאך נישט קיין מקובל...

נאכן אפזאגען דעם אויבערדערמאנטער, קען איך זאגען אז דער ג-ט פארכטיגע מאן קען מער פון דעם. עס וועט גארנישט פאסירען ווען א קנאבל-אנשפרעכער וועט זיין איינער מיט אזא סארט נאמען ווי עקשטיין. - ועוד לדלות ולהשקות עפעס וואס איך האב אליינס געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגען, געזעהן האב איך א בילד ווי ער מאכט הבדלה, ווארשיינדליך טוט ער דאס אויך יעדע וואך, לכאורה.

אבער איין עצה האב איך, אז דער באקאנטער צדיק בא לעיר רבי הרב שנעבאלג הנודע בכינוי בשם פעלו 'ווערצעקי' החונה בעיר התורה בני ברק, מאכט עס בעסער.