בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:30 pm
דורך טעפל
נעה, אין דיין אוועטער זעסטו אויס אסאך שענער..
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:04 pm
דורך ממרום שלח אש
בין איך דער איינציגסטער וואס שעפט אידיש נחת אז אידעלעך ווערן נישט דערשראקן פון אייגענעם שאטן און שטייען אויף פאר זייערע רעכטן?
@איש עברי
דיין טענה איז נישט גערעכט. פארוואס זאל איך אויפגעבן מיין קאר ווייל דו האסט פוד סטעמפס? קאלעקטיוו פאנישמענט?
נאר וואדען, מען ברויך דעם עולם לערנען פרישע סלאגאנען, אנטי סעמיטזם און ראסיזם קומט נישט אהער, מען דארף שרייען "סטאפ פאליס ברוטאליטי" און "ווי אר נאט עי פאליס סטעיט".
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:11 pm
דורך שרייבער
ממרום שלח אש האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס שעפט אידיש נחת אז אידעלעך ווערן נישט דערשראקן פון אייגענעם שאטן און שטייען אויף פאר זייערע רעכטן?
@איש עברי
דיין טענה איז נישט גערעכט. פארוואס זאל איך אויפגעבן מיין קאר ווייל דו האסט פוד סטעמפס? קאלעקטיוו פאנישמענט?
נאר וואדען, מען ברויך דעם עולם לערנען פרישע סלאגאנען, אנטי סעמיטזם און ראסיזם קומט נישט אהער, מען דארף שרייען "סטאפ פאליס ברוטאליטי" און "ווי אר נאט עי פאליס סטעיט".
אט דאס האב איך געשריבן אין א אנדערע אשכול, לאמיר עס אהערברענגן מענין לענין באותו בנין
שרייבער האט געשריבן:פונקט דערציילט מיר א חבר פאריגע וואך, ער איז געווען געפארקט ביי א מיטער, ער קומט ארויס פונקט ווען די מיטער איז אפגעלאפן כדי עס אנצופילן, אבער ער זעט שוין א פאליס שטיין דארט, ער נעמט שנעל א צעטל און לויפט צום קאר, און דער פאליציאנט נישט מער און נישט ווייניגער שרייבט אים אויס א טיקעט פארן פארקן 3 פיס נעבן א פאמפ בו בזמן ווען דער נעקסטער פאמפ איז דארט 20 פיס אוועק
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:43 pm
דורך געפילטע פיש
שרייבער האט געשריבן:פונקט דערציילט מיר א חבר פאריגע וואך, ער איז געווען געפארקט ביי א מיטער, ער קומט ארויס פונקט ווען די מיטער איז אפגעלאפן כדי עס אנצופילן, אבער ער זעט שוין א פאליס שטיין דארט, ער נעמט שנעל א צעטל און לויפט צום קאר, און דער פאליציאנט נישט מער און נישט ווייניגער שרייבט אים אויס א טיקעט פארן פארקן 3 פיס נעבן א פאמפ בו בזמן ווען דער נעקסטער פאמפ איז דארט 20 פיס אוועק
נעמט מען אפיר דעם צעלפאון, און מ'כאפט א ווידיאו פונעם פאליציי מאן ווי ער שרייבט דעם טיקעט און ווי ווייט די פאמפ איז.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:29 pm
דורך איש עברי
ממרום שלח אש האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס שעפט אידיש נחת אז אידעלעך ווערן נישט דערשראקן פון אייגענעם שאטן און שטייען אויף פאר זייערע רעכטן?
@איש עברי
דיין טענה איז נישט גערעכט. פארוואס זאל איך אויפגעבן מיין קאר ווייל דו האסט פוד סטעמפס? קאלעקטיוו פאנישמענט?
נאר וואדען, מען ברויך דעם עולם לערנען פרישע סלאגאנען, אנטי סעמיטזם און ראסיזם קומט נישט אהער, מען דארף שרייען "סטאפ פאליס ברוטאליטי" און "ווי אר נאט עי פאליס סטעיט".
ווען די פאליציי באגייט א עוולה קעגן א ווייסע גוי אין א בעסערע געגנט וועלן נישט די מאסן ארויסקומען שרייען אין די גאסן, נאר אין א געגנט פון מינאריטעטן אדער גענגס וכדומה,
דעריבער דאס אז מיר גייען ארויס פארפירן צייגט אז מיר באטראכטען זיך אלס א קאלעקטיוו און אז מיר קוקען אהן א עוולה וואס די פאליציי טוט קעגן א יחיד ווי א באקריוודונג קעגן די גאנצע קאמיוניטי, מיט דעם אליין לייגט מען די פאליציי אויף די אפענסיווע קעגן די גאנצע ציבור.
עס קומט נישט אריין קאלעקטיוו פאנישמענט עס קומט אריין נוצן שכל און נישט אויפרעגן די שטאט טאטעס ווייל דאס וועט בערפייערען קעגן מיר וואס איך האב יא פודסטעמפס
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:13 am
דורך ממרום שלח אש
איש עברי האט געשריבן: ווען די פאליציי באגייט א עוולה קעגן א ווייסע גוי אין א בעסערע געגנט וועלן נישט די מאסן ארויסקומען שרייען אין די גאסן, נאר אין א געגנט פון מינאריטעטן אדער גענגס וכדומה,
דעריבער דאס אז מיר גייען ארויס פארפירן צייגט אז מיר באטראכטען זיך אלס א קאלעקטיוו און אז מיר קוקען אהן א עוולה וואס די פאליציי טוט קעגן א יחיד ווי א באקריוודונג קעגן די גאנצע קאמיוניטי, מיט דעם אליין לייגט מען די פאליציי אויף די אפענסיווע קעגן די גאנצע ציבור.
ווייל זיי זענען א באנדע אותו מקום'ס, נישטא וואס ארויפצוקוקן.
כוועל מעתיק זיין פון גאנדי'ן
“That we should obey laws whether good or bad is a new-fangled notion. There was no such thing in former days. The people disregarded those laws they did not like and suffered the penalties for their breach.”
ווי עס איז נאר אמאל געווען א טויש אין די וועלט צום גוטן איז עס נישט געקומען פון די סארט מענטאליטי וואס דו רופסט (נישט ריכטיג) "ווייסע בעסערע גויים".
למשל הצלה און נאך פיל אנדערע חלקים פון אונזער מחנה וואס איז ווייט פאראויס פון אנדערע, איז א דאנק אונזער מענטאליטעט פון נישט קענען שטיין אין א זייט און שווייגן ווען מען קען בעסער מאכן.
דא האב איך פונקט נעכטן געשריבן עפעס ענליכס.
ביי די וועי, די אקיופיי וואל סטריט זענען געווען על פי רוב "ווייסע בעסערע גויים" קאלעזש סטודענטן פון בעסערע היימען (כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט זייער סאציאליזם).
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:09 am
דורך איש עברי
איך פארשטיי נישט וואס די פארגלייך צו אקופיי וואל סטריט, און איך פארשטיי נישט די התחלה אויך נישט.
איך האלט נישט אז מיר האבן נישט קיין רעכט צו שרייען און פאדערן אונזערע רעכטן, זיכער אז יא, אבער ווי די אויסדרוק זאגט זיי נישט גערעכט זיי קלוג, מען דארף קוקען שכל'דיג צו מען וועט פארדינען דערפון אדער דאס וועט אונז נאר צוריקפאטשען אין פנים
מיר זענען א קליינע פארפיינטעטע מינאריטעט און מיר דארפן זיין געווארנט נישט ארויסצוברענגען די שנאה קעגן אונז ווייל מיר וועלן קענען שרייען וויפיל מיר ווילן אבער איך בין נישט זיכער ס'וועט זיין ווער ס'וועט וועלן אויסהערן
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:15 am
דורך איחוד פעלד
און פארדי וואס זאגען אז מען טאר נישט מאכען א רעש, הצלה פלעגט כאפען טיקעטס פאר ספידען אין די ערשטע צייטען.