בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:33 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שלמהלע, גיי אן!

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:43 pm
דורך איך אויך
איינער האט מיר מעורר געווען אז עס קוקט אויס ווי איך טשעפע הרב אפטעמיסט ,איך זאג דיר צו איך האב עס נישט געמיינט אויף דעם אופן אבער אויב דו האסט דיך באליידיגט ביטע זאג מיר און איך וועל מעקן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:53 pm
דורך אפטעמיסט
יא. דיינע טשעפעס זענען זייער שפיזיג. כ'קען מיך ממש נישט בארוהיגן. אויך בין איך "הרב" אפטעמיסט, נישט "מיסטער".
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:00 pm
דורך איך אויך
קעי כבוד הרב ,אחרי בקשת מחילת כבודו וואלט איר געוואלט איך זאל מעקן?
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:05 pm
דורך אפטעמיסט
יא. טויש צו "הרב אפטעמיסט", אבער זאפארט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:33 pm
דורך פיטומי מילי
אפטעמיסט,
אויף ווי פיל איך ליין דיינע תגובות זעהט נישט אויס אז דו קענסט אמאל זיין דיפרעסד
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:44 pm
דורך יאיר
אל כבוד אפטעמיסט, איך פיל מיט דיין צער. ערלויב מיר נאר צו פרעגן, איז דא נאך עפעס וואס גייט דיר שווער אין לעבן אויסער וואוינען אין וויליאמסבורג?
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:49 pm
דורך פיטומי מילי
[
דער אייבערשטער איז נישט באנקראט. ער האט ערליכע אידן בכל קצווי תבל. אין מדינת ישראל איז דא אסאך, אין ענגלאנד, פראנקרייך און שפאניע איז דא יהודים נאמנים לה' ולתורתו. ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא גאטספארכיגע אידן, אין מאנהעטאן, פלעטבוש, פייו טאונס און אפילו אין בארא פארק. אבער אין וויליאמסבורג? ממש ווי סדום. אויסער [tag]יואב[/tag], [tag]יאיר[/tag] [tag]טיטאניק[/tag] ואני הקטן איז כמעט נישט דא קיין .[/quote]
איך דענק אז ״טיטאניק״ איז פון מאנסי
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:54 pm
דורך אפטעמיסט
יאיר האט געשריבן:אל כבוד אפטעמיסט, איך פיל מיט דיין צער. ערלויב מיר נאר צו פרעגן, איז דא נאך עפעס וואס גייט דיר שווער אין לעבן אויסער וואוינען אין וויליאמסבורג?
מיין לעבן גייט מיר קע"ה בעסער ווי געפלאנט. כ'קלאג נישט אזוי אויף מיין גורל נאר ענדערש אויף מיינע קינדער'ס און באקאנטע. גאט זאל זיי אויפרעכטן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:56 pm
דורך פיטומי מילי
אפטעמיסט האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אל כבוד אפטעמיסט, איך פיל מיט דיין צער. ערלויב מיר נאר צו פרעגן, איז דא נאך עפעס וואס גייט דיר שווער אין לעבן אויסער וואוינען אין וויליאמסבורג?
מיין לעבן גייט מיר קע"ה בעסער ווי געפלאנט. כ'קלאג נישט אזוי אויף מיין גורל נאר ענדערש אויף מיינע קינדער'ס און באקאנטע. גאט זאל זיי אויפרעכטן.
צוקער זיס
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:00 pm
דורך שלמהלע
אפטעמיסט האט געשריבן:שלמהלע,
1) מיין קלענסטע דאגה איז וואס מענטשן זאגן וועגן מיר.
וואלסט ווען געטראכט א סעקונדע פאר דו שרייבסט וואלסטו שנעל געכאפט אז דיין זאץ דא איז ממש קעגן דיין ערשטע תגובה, וואס שטערט דיר אין ווילאמסבורג? איך כאפ נישט? "און שבת ווער איך פארשריגן פארן בלויזן חטא פון גיין אין די דרכים פון שלמה המלך"?...
אפטעמיסט האט געשריבן:2) איך דאנק נישט דעם באשעפער אז כ'וואוין דא ווייל ער אליין קלאגט און וויינט אז ס'איז דא אזא שטאט.
אז דו האלטסט אזוי מן הסתם וויינט ער און קלאגט ער טאקע.
אפטעמיסט האט געשריבן:3) איך פלאן מיר נישט צו גט'ן אדער שלום מאכן מיטן מצב, נאר זיך אויפהייבן איין טאג און אנטלויפן כמתחוי קשת.
יהי רצון שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך.
אפטעמיסט האט געשריבן:4) א האבי צו וואוינען אין ווילי? וואט דע העק?
שווער צו פארשטיין, איך פארשטיי אויך נישט דו וואס גלייכן חצולים על האש.
אפטעמיסט האט געשריבן:5) וואס מיינט פרום?
א וויליאמסבורגער איד וואס לעבט מיט א שמייכל און נוצט אויס יעדע מינוט צו טון וואס דער בורא עולם גלייכט.
אפטעמיסט האט געשריבן:6) עליות דארף איך נישט, ניטאמאל שישי.
7) שכר לימוד קען איך ב"ה צאלן אן אראפ האנדלן.
אז דו דארפסט נישט צוקומען צו קיינעם, עס שטערט דיך נישט וואס קיינער זאגט אויף דיך, האסטו נישט קיין שום פראבלעם אין וויליאמסבורג כנ"ל.
צום לעצט, מיר וויליאמסבורגער פרייליכע אידן, וואס לעבן און לאכן פון די וועלט, וואונטשן דיר א פרייליכע רייזע, פארסם נישט די שטאט וויליאמסבורג מיט קיין מרה שחורה און עצבות.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:03 pm
דורך פיטומי מילי
שלמל׳ה,
אמסארי דיך צו פרעגן אויב די ביסט אינגאנצן צודרייט
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:04 pm
דורך יאיר
אפטעמיסט האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אל כבוד אפטעמיסט, איך פיל מיט דיין צער. ערלויב מיר נאר צו פרעגן, איז דא נאך עפעס וואס גייט דיר שווער אין לעבן אויסער וואוינען אין וויליאמסבורג?
מיין לעבן גייט מיר קע"ה בעסער ווי געפלאנט. כ'קלאג נישט אזוי אויף מיין גורל נאר ענדערש אויף מיינע קינדער'ס און באקאנטע. גאט זאל זיי אויפרעכטן.
דיינע קינדער קענסטו דאך מחנך זיין ווי אזוי דו ווילסט. און אויב דו ביסט דעפרעסט צוליב דיינע באקאנטע באלאנגסטו באמת אין וויליאמסבורג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:05 pm
דורך שלמהלע
פיטומי מילי האט געשריבן:שלמל׳ה,
אמסארי דיך צו פרעגן אויב די ביסט אינגאנצן צודרייט
אין די אויגן פון פרעמדע מענטשן? יא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:07 pm
דורך פיטומי מילי
נו שוין, שלמה העלבראנץ זינגט די זעלבע ניגון
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:12 pm
דורך אפטעמיסט
שלמהלע האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:שלמהלע,
1) מיין קלענסטע דאגה איז וואס מענטשן זאגן וועגן מיר.
וואלסט ווען געטראכט א סעקונדע פאר דו שרייבסט וואלסטו שנעל געכאפט אז דיין זאץ דא איז ממש קעגן דיין ערשטע תגובה, וואס שטערט דיר אין ווילאמסבורג? איך כאפ נישט? "און שבת ווער איך פארשריגן פארן בלויזן חטא פון גיין אין די דרכים פון שלמה המלך"?...
וואט דע העל? די חוצפה פון שרייען איז וואס רעגט מיר אויף. וואס האט איינס מיט די צווייטע? אפטעמיסט האט געשריבן:2) איך דאנק נישט דעם באשעפער אז כ'וואוין דא ווייל ער אליין קלאגט און וויינט אז ס'איז דא אזא שטאט.
אז דו האלטסט אזוי מן הסתם וויינט ער און קלאגט ער טאקע.
קענסט זאגן בדחנות ביי חתונות. האסט א טאלאנט.
אפטעמיסט האט געשריבן:3) איך פלאן מיר נישט צו גט'ן אדער שלום מאכן מיטן מצב, נאר זיך אויפהייבן איין טאג און אנטלויפן כמתחוי קשת.
יהי רצון שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך.
אמןאפטעמיסט האט געשריבן:4) א האבי צו וואוינען אין ווילי? וואט דע העק?
שווער צו פארשטיין, איך פארשטיי אויך נישט דו וואס גלייכן חצולים על האש.
וואו קומט אריין דאס ווארט "האבי"? איינער קען אפשר מנדב זיין א וועבסטערס? אפטעמיסט האט געשריבן:5) וואס מיינט פרום?
א וויליאמסבורגער איד וואס לעבט מיט א שמייכל און נוצט אויס יעדע מינוט צו טון וואס דער בורא עולם גלייכט.
אה, כ'האב געמיינט אן ערליכע איד מיינט איינער וואס שרייט, שפייט און שפריצט האס און שנאה. אפטעמיסט האט געשריבן:6) עליות דארף איך נישט, ניטאמאל שישי.
7) שכר לימוד קען איך ב"ה צאלן אן אראפ האנדלן.
אז דו דארפסט נישט צוקומען צו קיינעם, עס שטערט דיך נישט וואס קיינער זאגט אויף דיך, האסטו נישט קיין שום פראבלעם אין וויליאמסבורג כנ"ל.
מה ענין שמיטה אצל הר סיני? צום לעצט, מיר וויליאמסבורגער פרייליכע אידן, וואס לעבן און לאכן פון די וועלט, וואונטשן דיר א פרייליכע רייזע, פארסם נישט די שטאט וויליאמסבורג מיט קיין מרה שחורה און עצבות.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:34 pm
דורך יין שרף
שלמהלע האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:5) וואס מיינט פרום?
א וויליאמסבורגער איד וואס לעבט מיט א שמייכל און נוצט אויס יעדע מינוט צו טון וואס דער בורא עולם גלייכט.
OMG איך וואוין נישט און וויליאמסבורג, בין איך נישט פרום???
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:35 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:ומה יעשה הבן שלא יחלה.
גוטע אויסדרוק.
א בפירוש'ער רמב"ם לעולם ישתדל אדם שיהיו מעיו רפין כל ימיו ויהיה קרוב לשלשול מעט. וזה כלל גדול ברפואה...

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:56 am
דורך פלעין יודיש
איך מיין אז ווילי דארף יא זיין גאנץ געשמאק
הערן הער איך אז מ'רעדט דארט פלעין אידיש
which i love to hear
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:27 pm
דורך zurich
אפטעמיס פריי דיך אז דו וואוינסט אין ווילי וויליאמסבורגע זענען סאך מער פרענדלי מענטשן אין האבן נישט אזא איגא!! און שפייען נישט קיין עריטוט אזוי ווי אין בארא פארק, גיי אין א מקווה אין בארא פארק ערב שבת קענסט הערן א פליג ארים פליען אזוי שטיל איז עס, עה נישט ממש די שאער נויז קען מען הערן אבער יו געט די פוינט! מאיז נישט פרענדלי דארט.
סא זיי נישט אזוי באטראפעצט אז דו וואוינסט דארט ענזוי לייף!!!