בלאט 2 פון 6
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 7:50 pm
דורך דער (פינטעל) איד
געפילטע פיש האט געשריבן:פאני אז דו זאגסט עס, כ'האב באקומען די זעלבע ראקאמענדאציע פון אפאר אנדערע חברים אין די לעצטע צוויי טעג.
איך האלט שוין פון לאנג אז דו דרייסט זיך מיט שלעכטע חברים
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:04 am
דורך פיש כאפער
איש עברי האט געשריבן:פיש כאפער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.
איך האב געהערט אז ער שרייבט זייער נעגאטיוו אויף ביבי נתניהו האסט געליינט?
זעט אויס איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען ביז אהין; איך האב יעצט געענדיגט מיט די בוש יארן. אבער עס שטייט אויס פון אים. פון זיין בוך שיינט ער צו זיין א זייער גראדער מענטש, כאטש קלוג אויך, וואס פארנעמט נישט פאליטיק און ליגנטס.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:17 pm
דורך ודי למבין
לעצטעמס האב איך אנגעהובן צו ליימען די היסטאריקעל-פיקשען ביכער פון קען פאללעט Ken Follett.ער האט געשריבן א סענטערי טריילאדזשי. די ערשטע בוק הייסט Fall of Giants איז פון די ערשטע וועלטס קריג. די קאראקטערס זענען מענטשן פון 5 אנדערע פלעצער פון די וועלט און אויף גאר אינטערסאנטע וועגן קומען זיי זיך צוזאם אימניטן די מעשה. די ערשטע איז א 1000 פעידזשעס בוק און איך האב עס ממש נישט געקענט אראפ לייגן פון אנפאנג ביזן סוף.
די צווייטע הייסט Winter of the World און עס רעדט זיך פוון די צווייטע וועלט קריג און די קאלטע קריג. איך האב עס געוואלט ארויס נעמען פון די לייברערי אבער זיי האבן געהאט נישט ווייניגער ווי 32 האלדס אויף דעם ( זיי האבן 10 קאפיעס פון דעם בוק)
איך האב באקומען א גאר גוטע םארשטאנד איבער אלע געשענישען פון יענע צייט ווי די אויפשטאנד פון די באלשאוויקן, לענין'ס געדאנקאנגאנג, די אויפגאנג און אונטערגאנג פון די דייטשע מאכט.
אלעס איז געבויעט אויף אמתע פאקטן און יעדע ווארט וואס די אמתע היסטארישע מענטשן זאגן אין די בוק האבן זיי באמת געזאגט. ווי ער שרייבט, "יעדע סיען איז באמת געשען אדער וואלט עס געקענט געשען, יעדעס ווארט איז געזאגט געוווארן אדער וואלט געקענט געזאגט ווערן"
הייעלי רעקאמענדעד.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:23 pm
דורך ישראל קאפקע
לאמיר הערן, וואס זאגט ער דארט עפעס חידושים?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 9:54 pm
דורך ודי למבין
ווי אויבענדערמאנט ליין איך יעצט די טריילידזשי פון קען פאללעט.
די צווייטע בוך Winter of the World האט מיך געהאלפן פארשטיין וויאזוי דייטשלאנד האט געקענט אויפנעמען אזא איינעם ווי היטלער ימ"ש אלץ א פירער. איך האב שוין געליינט כמה ביכער איבער דעם אבער דאס, מיט די פיקשען עספעקט, געט עס גאר אן אנדערע און מער לעבעדיגע בליק.
די שרעקעדיגע חלק איז, אז דיוועלט שטייט היינט אין א זייער ענדליכע מצב ווי עס איז געווען דעמאלטס... סקערי...
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:57 pm
דורך הירץ אייכל גומפרץ
דער פראנצויזישער שרייבער און נאוועליסט,
מישעל כ'העלבעק, האט
אנגעמאכט א שטורעם מיט זיין ניייער בוך 'סובמישען' אין וועלכן ער דמיונ'ט אויס א מוסלעמעניש גאווערנמענט אין פאווער אין 2022 נאכדעם וואס א מוסלעמענישע באפעלקערונג און פארטיי האט געווינען מיט א מערהייט און ארויסגעשטופט די ווייט רעכטע
נאצינאלע פראנט (FN - פראנט נאציאנאל) פון מארינא לו פען, די דריט גרעסטע פאליטישע פארטיי אין פראנקרייך. דער בוך מאלט אראפ ווי פראנקרייך ווערט ביסלעכווייז איבערגענומען דורך מוסלעמענער ראדיקאלן, א מוסלעמענער פרעזידענט ביי דער מאכט, פרויען מיט וועילס און Niqābs, די יוניווערסיטי ווערט מוסלעמעניש און די פראפעסארן דארפן זיך באראבעווען צו די איסלאמישע רעליגיע.
מישעל האט שוין אין 2011 געמישט א קעסל און אויפגעברויזט אן עולם ווען ער האט געזאגט, "לאמיר עס אלע אין פרצוף קוקן, די מערסט סטופיד רעליגיע איז איסלאם!"
within די אינטעלעקטואלע קרייזן טוט זיך א לעבעדיגע דעבאטע. עס הערן זיך צדדים לכאן ולכאן. פון אזעלכע קריטיק קעגן, און פון מאנכע שטיצע פאר'ן, בוך.
פילעזאפער 'אלעין פינקעלקרויט' לויבט אויס כ'העלבעק פאר'ן "האלטן זיינע אויגן אפן און זיך נישט לאזן איינשוכטערן פון פאליטיקעל קארעקטענעס."
אן ערשטע פרינט פון 150,000 וועט לויפן אויף מיטוואך און ווערט שוין אצינד באגריסט אלס די ליטערארישע 'געשעהעניש' פון 2015.
"In reality, they are in a totally schizophrenic situation. Because overall, Muslims aren't interested in economic issues, their big issues are what we nowadays call societal issues," he told the Paris Review.
"So if a Muslim wants to vote, what's he supposed to do? The truth is, he's in an impossible situation. He has no representation whatsoever."
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:30 pm
דורך טאמבל סאס
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:51 pm
דורך טאמבל סאס
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:01 pm
דורך ונבנתה העיר
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:יישר כוח יידל און וועלקאם בעק (אפילו אויב ס'איז נאכנישט פערמאנענט P:)
איך האלט יעצט אינמיטן לייענען
neither dog nor wolf: on forgotten roads with an indian elder. דאס בוך דערציילט וועגן די שמועסן וואס דער מחבר האט געפירט מיט אן עלטערן אינדיען (ווי די אריגינעלע רויט-הויטיגע אמעריקאנער איינוואוינערס ווערן אנגערופן אדאנק א געאגראפישן טעות וואס קאלאמבוס האט בשעתו געמאכט), איבער זייער לעבן, אויסקוק אויף דער וועלט, בליק אויף דער קולטור פון די "ווייסע מענטשן", און נאך. דער אינדיען, וועמען דער מחבר רופט אן Dan, איז נישט קיין פירער אדער אויסנאמליכע פערזענליכקייט. און אנדערש ווי א סך אנדערע ביכער וועגן אינדיענס, וועלכע פאקוסירן אויף דער חכמה און טראדיציעס פון די אינדיען שבטים און קולטור, גיט דאס בוך אן אויטענטיש, נישט-ראמאנטיזירט בילד איבער זייער לעבן און טראכטן.
דורכאויס זיינע לענגערע מאנאלאגן, גיט "דען" איבער אמת'ע דברי חכמה און א סך פשוט'ע, אבער גלייכצייטיג קלארע און טיפע רעיונות. כ'וועל נאך אפשר ברענגען דוגמאות, אויב די צייט וועט מיך דערלויבן.
[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag], כ'ווארט נאך.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:37 pm
דורך BAL TSHIVA
פיש כאפער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.
Donald rumsfeld איז אויך געווען דעפענס סעקראטאר פאר צוויי פרעזידענטן Gerald Ford and George Bush.
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:02 am
דורך טאמבל סאס
50 Incredibly Tough Books for Extreme Readers | Flavorwire | Page 12 -
http://flavorwire.com/423424/50-incredi ... readers/12
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 8:26 pm
דורך טאמבל סאס

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 1:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: catch the Jew .....ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר
וואס שרייבט ער אויף זיי?
אגב, זיין פריערדיגע בוך I Sleep in Hitler's Room איז געווען א היט. קען זיין ווייל איך בין נישט קיין דייטש גלייב איך אים זיינע לשון הרע'ס אויף זיי און באמת איז עס אזוי אויטענטיש ווי זיינע סטעיטמענטס פון חרדים.
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 2:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער לייברערי אין לעיקוואוד האט נישט געהאט די אנדערע בוך.
ער שרייבט אז ער געדענקט ר' חיים קאנייעווסקי אלס א גארנישט, און פלוצלונג שטייט מען אין רייע געבענטשט צו ווערען. יעצט, מ'קען לאכען אויף די רייע שטייער'ס, אבער דאס איז שקר.
ער דערמאנט ר' עובדיה יוסף'ס מימרות אויף גוים און דערנאך האט ער געזען 850000 מענטשען ביי זיין לויה, וואס ס'ווייזט אויף אז זיי זענען א באנדע ראסיסטען, כאילו ר' עובדיה איז געווען בלויז א ראסיסט און נישט מער. שטעל עס צו צום לינקע גרופע'ס וועט מען קענען זע'ען וואס ער האט מעגליך אויסגעלאזט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 2:07 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר מיינט ער "א גארנישט" אז קיינער האט זיך נישט געקימערט מיט אים? איז עס דען נישט אמת אז אין די יארן וואס רבי חיים איז נאכנישט געווען א חסיד'שע בעל מופת האט מען ביי אים אין שטוב געהונגערט פאר א פת לחם?
בנוגע רבי עובדיה יוסף ז"ל בין איך לגמרי איינשטימיג. כלל ישראל וואלט ווען געדארפט האבן עפעס א שטיקל סיסטעם וויאזוי צו בא'קנס'נען גדולים וואס רעדן שטותים און שפייען שנאה קעגן אלע וואס זענען נישט געבוירן פונקט בדמותו ובצלמו.
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 2:30 pm
דורך טאמבל סאס
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 3:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס דער מגיד האלט איז וויכטיג, אבער נישט נייטיג. 850000 מענטשען זענען געגאנגען צו זיין לוויה, אבער נישט ווייל זיי שטימען מיט זיין ראסיזם
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 4:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Across the street from my house I see people standing in a line that hardly moves, at the entrance to my old neighbor's house, Haim Kanyevski's. I remember him, a man of no special attributes and little wisdom. Why are people standing in a line to see him?
"To get his blessing," tells me a woman watching what I watch.
She would like to get his blessing too, but Haim blesses only men.
With the years, it seems, Haim has gained admirers, people who are sure that if he prays for them they will be cured of their diseases, and that if he looks at them they will gain wisdom
יעצט זאג מיר צו ער רעדט ליגענט צו נישט. יא, די עבודת אלילים פון גדולים און רבי'ס איז נעריש. אבער ער שרייבט עס נישט אמת'דיג. מ'גלויבט אז רח"ק איז א תלמיד חכם, א קלוגע מענטש, און דעריבער שטייט מען אין רייע. ווילסט לאכען, לאך. אבער ליגענט איז ליגענט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 4:45 pm
דורך טאמבל סאס
כלומר ס'פעלט אים קאממען סענס
ער איז נישט סטריט סמארט. די מענטשן פון וועם ער רעדט קומען נישט פרעגן א פשט אין גמ'. והאמת, יעדע ברכת צדיק איז על זו הדרך.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט זאג מיר צו ער רעדט ליגענט צו נישט. יא, די עבודת אלילים פון גדולים און רבי'ס איז נעריש. אבער ער שרייבט עס נישט אמת'דיג. מ'גלויבט אז רח"ק איז א תלמיד חכם, א קלוגע מענטש, און דעריבער שטייט מען אין רייע. ווילסט לאכען, לאך. אבער ליגענט איז ליגענט
תלמיד חכם יא, קלוג נישט. קיינער גלייבט נישט אז רבי חיים איז עפעס עקסטער שארף און זיין שיקול הדעת איז עפעס מער אויסגעבויעט ווי אנדערע. ער אליינס גלייבט אויך נישט אזוי, פארדעם זאגט ער אז רבי אריה ליב שטיינמאן איז דער וואס דארף מכריע זיין אין ענייני ציבור. מ'שטייט אין די רייע ביי רבי חיים האלב פאר חסידות און האלב פאר די ספארט שבו.
דאס וואס טוביה שרייבט "I remember him, a man of no special attributes" איז אויך נישט עפעס א ווייס איך וואס גראבע ליגענט, רעדענדיג אין די יארן וואס ער איז געווען זיין שכן, ד"ה נאך פאר ער איז ארויסגעקומען מיט זיינע געלונגענע ספרים.
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 5:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז דו גלויבסט נישט מיינט נישט אז זיי גלויבען נישט. מ'האלט איהם פאר אן אויסנאם, נישט ווייל ער מאכט מופתים, נישט ווייל זיין זיידע האט געטיילט פערפעל, נאר ווייל מ'מיינט אז קענען אסאך תורה מיינט עפעס. דו ווילסט זאגען אנדעריש, פיין. אבער ס'איז נישט אמת אז ער איז נישט קיין אויסנאם.
ער וואלט געקענט אזוי באשרייבען די נערישע אמעריקאנער וואס שטייען אין רייע צו באקומען א חתימה פון איינער וואס זיין עיקר כח איז צו קענען אריינשטופען א באל אין א נעץ.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 2:01 am
דורך טאמבל סאס
http://www.versobooks.com/אגב דאס איז פאררעכנט דוכט זיך מיר אלס א לינקע פובלישינג גרופ. זיי האבן אסאך ראדיקאלע ביכער פובליצירט.