בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:06 pm
דורך מצטמק ויפה
איך האב געהערט פון א אייניקעל אמאל, אז די מעשה איז שקר, און ער איז גאר געווען זייער דערקעגען אז די חתן כלה זאל'ן 'דעטען' פאר די שידוך.
ער האט אמאל געזאגט אויף די גמ' יבמות ( איך מיין סב') אז אין מערבא פלעגט מען פרעגן חתן מצא או מוצא? האט ער געזאגט וואס איז בכלל די שאלה? עס שטייט דאך קלאר "מוצא אני מר ממות" אויב איז עס מוצא אני, אז איך האב דאס אליין אויסגעקליבן, דעמאלטס איז מר ממות, אבער אויב איז עס "מצא אשה", אז מען האט איהם געטראפן א שידוך, און נישט ער אליין האט דאס געקליבן, נאר זיין טאטע און מאמע האבן פארשטאנען אז עס איז א גוטע זאך, דאן איז מצא טוב, ודפח"ח.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 2:45 pm
דורך געפילטע פיש
הרב שפירא רעדט טאקע אינעם זעלבע פאוסט (געהעריג תורה לשמה!) וועגן קינדער וואס פארדרייען זייער עלטערנ'ס און זיידעס היסטאריע\שיטות, ס'זאל בעסער שטומען מיט זייער פרומערע געזעלשאפט. ער ברענגט דארט אז אין קובץ אור ישראל איז געשטאנען אז הרב ירוחם גורעליק זצ"ל האט פארגעלערענט גמרא אין ישיבה יוניווערסיטי, אבער זיין זון ר' מרדכי לייב האט אריינגעשיקט א בריוו צום קובץ אז זיין טאטע האט קיינמאל נישט פארגעלערענט קיין גמרא דארט, און אדרבא, איז געווען זייער דערגעגן דאס פארלערנען גמרא פאר סטודענטען, און נאר תלמידי ישיבה וואס ווילן זיך מייגע זיין אויף תורה זענען ווערט פארצולערנען פאר זיי. ער טענה'ט אז זיין טאטע האט נאר פארגעלערענט "השקפה" אין YU, בשעת וואס טויזענטער תלמידים געדענקען זיינע שיעורים אין גמרא פאר 40 יאר נאכאנאנד.
נאך א דוגמא ברענגט ער אז ר' גדלי' נדל'ס קינדער און אייניקלעך שעמען זיך מיט זייער זיידעס היסטאריע, און זענען געווען אקעגן דאס ארויסגעבן די ספר 'בתורתו של ר' גדלי', און עס אפילו אראפגענומען פון Hebrew books. ער ברענגט נאך אפאר דוגמאות פון ענליכע מעשיות.
סאו יא, הרב ביק האט עס קיינמאל נישט געזאגט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 3:44 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:21 pm
דורך ראש הישיבה
רב ביק'ס יוצאי חלציו זענען נישט די ערשטע וואס שעמען זיך מיט די אמת פון זייער זיידע. ר' שלמה שלמן'ס א קינד האט לעצטע שמיטה ארויס געגעבן א ליקוט פון זיין טאטע (רש"ז ז"ל) אויף עניני שמיטה, ווי ער האט אינגאנצן אויסגעלאזט אז ער האט געהאלטן זייער שטארק אז די בעסטע היתר בנוגע שמיטה איז די היתר מכירה! וויבאלד היינט איז עס אינגאנצן נישט מקובל, זענען זיי עס משמיט. ועוד פרובירן זיי צו באהאלטן אז רש"ז איז א תלמיד מובהק פון הרב קוק ז"ל.
אזוי גייט עס יעדער וויל פארדרייען די היסטאריע אזויווי ער וויל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:42 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
ווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:18 pm
דורך shem-tov
ווער ס'שיסט סטעיטמענטס קעגן חז"ל איז א מאבד עצמו לדעת. אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים. די פראגע איז בלויז פארוואס מענטשן כאפן גאר יונג און מאכן חתונה. נעבך
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:18 pm
דורך its me
It depends on the boy/girl. Some are ripe at 17 and some aren't at 21
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:20 pm
דורך its me
[quote="shem-tov"] אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים.
Who told you that
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:22 pm
דורך ראש הישיבה
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
און ווער עס האט חתונה נאך די 22 איז פשוט א מקשה עצמו לדעת!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:29 pm
דורך shem-tov
its me האט געשריבן:shem-tov האט געשריבן: אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים.
Who told you that
ביסט נאך גרין אבער די פרעגסט גוט. וועל איך דיר זאגן פון ווי איך ווייס.
בעניני שידוכים און חתונות דארפסטו גארנישט מער ווי עפענען א יודישע צייטונג. נעם א המודיע, יתד אדער דשואיש פרעס און ליין די בריוון און ארטיקלען בנוגע שידוכים. די צרות און פיין דערגרייכט עד לב השמים, מען הערט וויי געשרייען כבין שוין 40 ואין מרחם און יעדער איז ביזי וויאזוי מקען אביסל זיך מער בייגן צו די חסידישע זייט. ממש א קרייסיס.
יעצט נעם א מער חסידישע צייטונג. ליין בריוון אדער ארטיקלען בנוגע דעם ענין . וועסטו זעהן מער ווייניגער באשטייט די פראבלעם וועגן הוצאות החתונה. נא נישט עק וועלט. כן ירבו וכן יפרוץ
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:30 pm
דורך געפילטע פיש
shem-tov האט געשריבן:ווער ס'שיסט סטעיטמענטס קעגן חז"ל איז א מאבד עצמו לדעת. אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים. די פראגע איז בלויז פארוואס מענטשן כאפן גאר יונג און מאכן חתונה. נעבך
שוין העכסט צייט צו געבן א נאמען פאר דעם טענה, כדוגמת Godwin's law, Poe's law, Law of exclamation וכדו'.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:31 pm
דורך געפילטע פיש
shem-tov האט געשריבן:בעניני שידוכים און חתונות דארפסטו גארנישט מער ווי עפענען א יודישע צייטונג. נעם א המודיע, יתד אדער דשואיש פרעס און ליין די בריוון און ארטיקלען בנוגע שידוכים. די צרות און פיין דערגרייכט עד לב השמים, מען הערט וויי געשרייען כבין שוין 40 ואין מרחם און יעדער איז ביזי וויאזוי מקען אביסל זיך מער בייגן צו די חסידישע זייט. ממש א קרייסיס.
יעצט נעם א מער חסידישע צייטונג. ליין בריוון אדער ארטיקלען בנוגע דעם ענין . וועסטו זעהן מער ווייניגער באשטייט די פראבלעם וועגן הוצאות החתונה. נא נישט עק וועלט. כן ירבו וכן יפרוץ
Man you're good!

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:38 pm
דורך its me
[quote="shem-tov"][quote="its me"][quote="shem-tov"] אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים.
Who told you that[/quote][/quote]
ביסט נאך גרין אבער די פרעגסט גוט. וועל איך דיר זאגן פון ווי איך ווייס.
בעניני שידוכים און חתונות דארפסטו גארנישט מער ווי עפענען א יודישע צייטונג. נעם א המודיע, יתד אדער דשואיש פרעס און ליין די בריוון און ארטיקלען בנוגע שידוכים. די צרות און פיין דערגרייכט עד לב השמים, מען הערט וויי געשרייען כבין שוין 40 ואין מרחם און יעדער איז ביזי וויאזוי מקען אביסל זיך מער בייגן צו די חסידישע זייט. ממש א קרייסיס.
יעצט נעם א מער חסידישע צייטונג. ליין בריוון אדער ארטיקלען בנוגע דעם ענין . וועסטו זעהן מער ווייניגער באשטייט די פראבלעם וועגן הוצאות החתונה. נא נישט עק וועלט. כן ירבו וכן יפרוץ[/quote]
That is true, however once married they have less shulem bayis problems then we do. I know that because I mingle a lot with these folks.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 5:42 pm
דורך shem-tov
שוין שלום על ישראל. איטס מי דרייט זיך צווישן מאדערענע און ער זאגט אז קיינער לעקט נישט קיין האניג, דעמאלטס לאמיר אלעס לאזן אזוי ווי סאיז. נישט אזוי...
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 8:53 pm
דורך שמו יגער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
נישט ממש ווייל גענוג אין נאך פון די ראשי ישובות האבן שוין גע'חתמט פארקערט אז מען זאל יא חתונה האבן ווי פריער
ווי אויך איז די ליטווישע וועלט אויף מיט דער גאר גרויסע פראבלעם וואס מען האט א נאמען געגבן "פארמאכן די געפ"
איז איינער פון די עצות צו דעם וויל מען אז יונגערע בחורים זאלן נעמען מיידלעך וואס זענען עלטער ווי זיי וואס דאן קען דאך נישט זיין אז מען בעט א 26 יעריגי בחור זאל נעמען א 30 יעריגע מיידל נאר א 20 יעריג בחור זאל נעמען א 22 יעריגע מיידל אין ארויסהעלפן פארמאכן די געפ
ועוד ווען אלע בחורים\מיידליך האבן חתונה בערך די זעלבע גיל ווי ביי די חסירישע קרייזן......דאן פאלט דער פראבלאם אויך אוועק
פרעג איבער די ראשי ישיבות.....
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
שמו יגער האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:ווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
נישט ממש ווייל גענוג אין נאך פון די ראשי ישובות האבן שוין גע'חתמט פארקערט אז מען זאל יא חתונה האבן ווי פריער
ווי אויך איז די ליטווישע וועלט אויף מיט דער גאר גרויסע פראבלעם וואס מען האט א נאמען געגבן "פארמאכן די געפ"
איז איינער פון די עצות צו דעם וויל מען אז יונגערע בחורים זאלן נעמען מיידלעך וואס זענען עלטער ווי זיי וואס דאן קען דאך נישט זיין אז מען בעט א 26 יעריגי בחור זאל נעמען א 30 יעריגע מיידל נאר א 20 יעריג בחור זאל נעמען א 22 יעריגע מיידל אין ארויסהעלפן פארמאכן די געפ
ועוד ווען אלע בחורים\מיידליך האבן חתונה בערך די זעלבע גיל ווי ביי די חסירישע קרייזן......דאן פאלט דער פראבלאם אויך אוועק
פרעג איבער די ראשי ישיבות.....
די ראשי ישיבות קומען זאגן לאפוקי נישט ביי די 25-26
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:28 pm
דורך היימישער ליטוואק
shem-tov האט געשריבן:ווער ס'שיסט סטעיטמענטס קעגן חז"ל איז א מאבד עצמו לדעת. אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים. די פראגע איז בלויז פארוואס מענטשן כאפן גאר יונג און מאכן חתונה. נעבך
על פי די משנה דארף מען שוין ביי י"ח חתונה האבן, דאס מיינט חתן ווערן ביי די 17...
על פי גמרא שוין ביי די 14 און אפשר נאך יונגער. וכן נהגו בתימן ובסאויד עראביע ובעוד מקומות.
על פי גמרא דארף א מאן ליב האבן זיין ווייב'ס אויסזען איידער ער נעמט און האט חתונה.
איז דאס אויך א חלק פון אייער אומ"פארדרייטע" סיסטעם?
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 5:52 pm
דורך town1
געהערט פון א גרויסע רב אין וויליאסבורג,
איך זעה בחורים וואס האבן חתונה פאר די 21 אין נאכדעם איז דא מצבים אין לעבן גייט נישט יעדעם איינעם אזויווי געפלאנט זייער אסאך אינגעלייט פלאגן זיך האבן שווערריקייטן אין זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן זיי ווערן פארלוירן במלוא מובן המילא דרייען זיך ארום מען זעהט אויף זיי א אויסגעלאשענקייט זיי האבן נישט צו וועמען צו רעדן זיי ווייסן נישט וויאזוי צו רעדן זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן די אבער וואס האבן חתונה נאך די 21 זיי האבן זיך שוין מתמודד געווען מיט אסאך שווערע מצבים זיי זענען שוין איסגעבויטע מענטשן זיי פארשטייען שוין וואס הייסט א שווערע מצב און פון ווי נעמט מען חיזוק און וויאזוי מען גייט וויטער און זיי האבן דעם מבוגרקייט דעם באזעצענקייט צו פארשטיין וויאזוי מען גייט זיך אום מיט א פרוי וויאזוי מען גייט זיך אום מיט א משפחה וואס מען האט צו טון און ווען עס מאכט זיך א פראבלעם וויאזוי קען מען לייזן דעם פראבלעם , מען ווערט נישט פארלוירן און זייער אסאך מאל מען קעו זאגן רובא דרובא זענען זיי די וואס שטעלן אראפ א אידישע שטוב אזויווי עס דארף צו זיין,
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 6:55 pm
דורך shem-tov
מורא'דיגע דיבורים טאון און צום פינטל. כ'מעג פרעגן ווער דער רב איז?
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 7:13 pm
דורך shem-tov
ס'דא נאך א מורא'דיגע נקודה אין דעם ענין אבער כ'האב עס מורא צו זאגן

... שוין כ'וועל עס עניוועי זאגן... ווער ס'פארשטייט וועט פארשטיין
די וואס טוען שידוכים פרי האבן מכלומרשט געטאן גוטע פערפעקטע שידוכים און די וואס האבן חתונה שפעט האבן זיך ביידע געמוזט אביסעל פארקוקען. די ביגשאט'קייט פון די מכלומרשטע נארמאלע קענען צוגרינד לייגען א יונגערמאן לעולם ועד בעת וואס די סאו קאלד שוואכערע שידוכים האקן א טאג... סארי פיינע בחורים
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 11:52 pm
דורך petergrifin
shem-tov האט געשריבן:ס'דא נאך א מורא'דיגע נקודה אין דעם ענין אבער כ'האב עס מורא צו זאגן

... שוין כ'וועל עס עניוועי זאגן... ווער ס'פארשטייט וועט פארשטיין
די וואס טוען שידוכים פרי האבן מכלומרשט געטאן גוטע פערפעקטע שידוכים און די וואס האבן חתונה שפעט האבן זיך ביידע געמוזט אביסעל פארקוקען. די ביגשאט'קייט פון די מכלומרשטע נארמאלע קענען צוגרינד לייגען א יונגערמאן לעולם ועד בעת וואס די סאו קאלד שוואכערע שידוכים האקן א טאג... סארי פיינע בחורים
אויף דעם גײט די װערטל .The rebs and the nebbs go first