בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:29 pm
דורך גאלד
למעשה זאגט דאך לעמיל אז ס'יא דא א אפציעלע בעל מכשיר, פארשטיי איך נישט וואס מצטמק קלעימט אז נישט,
נאך אזאך למען הפונקטליכקייט א עירוב דארף נישט קיין "היתר", סברויך א "הכשר" פון איין בעל מכשיר וואס איז אחראי,
און אויב איז דער בעל מכשיר נישט גענוג גוט פאר דיר, דאן עס נישט זיין פאטעיטא טשיפ, און טראג נישט מיט זיין עירוב, כל הכבוד
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:30 pm
דורך קרעקער
קיינער האלט נישט אז א רב וועט מתיר זיין אויב סאיז נישטא קיין עירוב
סאיז דא א עירוב נאר מקען עס נישט זעהן ווייל מוועט עס צורייסען {כלשון רש"ל וויינבערגער פאר אודווארי רב וואס האט עם געוואהלט ווייזען די עירוב)
אבער נאכאמאל לאמיר נישט אריינקריכען אין נימוקים
לאטס עס פאר א אנקעטע טראגסט יא אדער נישט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:32 pm
דורך outspoken
פאטעטא טשיפ וואס א רב געט אן השגחה, 1) וועט דיר די רב זאגען ווי אזוי מ'מאכט דאס 2)אז מ'וויל דווקא קענטסו גיין נאכקוקען ווי אזוי מ'מאכט דאס. אבער דא איז די היתר די זעלבע ווי די ערכאות היתר אין ווינער רב'ס לעדעל אדער די אנדערע היתר וואס ליגט אין לישכע, ניטאמאל קען מען זיך מפלפל זיין אין א פשט פונם פרי מגדים, אין כאן לא עירוב (הנראה לעינים) ולא רבנים המתרים (אינגע רבנים בעלי אחריות וואס פארען ארום באקיקען יעדע וואך) אבל יש כאן ''פארטיי'' ''פארטיי'' ''פארטיי''.
נ''ב נישט קיין ספק אז אויב וואלט פינקעל מעשה געשען אין א פארטיי פלייש געשעפט וואלט מען נישט גע'טובלט די כלים...
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:38 pm
דורך elter-zeide
מצטמק ויפה האט געשריבן:הער מיך אויס ווען עס זאל ווען זיין א סימבאל מיט א הכשר, איז עס טאקע גארנישט אנדערש ווי דער פאטעיטא טשיפס, אבער ליידער דא האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיינער למעשה האט נישט ארויסגעגעבן א היתר בכתב וכדו' און אלעס איז נאר בע"פ, און ווען איינער האט שוין יא געזאגט עפעס האט מען גלייך פארקויפט אז יענער האט צירוקגעצויגן, איז וואס האסטו טענות?
אז אויב מ'ריפט אויס אין בהמ"ד אז דער עירוב איז כשר מעג מען טראגען, פאר דער וואס ער פארלאסט זיך אויף דעם רב, איך טראג נישט ווייל מיין רב האט אויסגעריפן נישט צי טראגען,
בד"וו אין געדענק מיט 45 יאר צריק ווי ר' חיים געלב ע"ה פלעגט שרייען "שבת" אויף דע יודישע געשעפטן וואס זענען געווען אפן שבת, ער איז געווען נאך פין פארן קריג, אויף דעם איז נישט געווען איין רב וואס זאל דאס מתיר זיין, אין דע רבי זי"ע האט נישט געהייסען שרייען "שבת",
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:40 pm
דורך גאלד
האלט א רגע!!
וואס הייסט "פארטיי"' 'פארטיי'' ''פארטיי''???
מ'רעדט דא פון סך ערגערס, א גאנצע קליקע אידן שטעלן זיך אהער פאר פרומע ערליכע אידן דעווייל זענען זיי פינסטערע פארבארגענע פארפוילטע ירבעם בן נבט'ס חוטאים ומחטאי הרבים, נער'ן אריין די שטעט אז זיי האבן א עירוב וואס עקזיסטירט נישט,
די גאנצע עירוב איז לשיטתך א סקעם, א שווינדל,
דו זעהסט וואסערע עקסטרעמיסטישע זאכן מ'מוז בע"כ גלייבן צו מקבל זיין די טענה אז "מ'זעהט נישט די עירוב"?
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:44 pm
דורך sefish
ווען מהר"א וואלט געווען אליינס סאטמאר אן מהרז"ל וואלטן שוין געווען עטליכע טויטע אין ווילי וועגן דעם עירוב. היינט זענען זיי די נייס גייס... וועגן פאליטיק
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:49 pm
דורך איך אויך
outspoken האט געשריבן:אבל יש כאן ''פארטיי'' ''פארטיי'' ''פארטיי''.
ווען ק"ש וואלט געהאט א פרס שבועי פאר היפאקראטיע וואלסטו עס געווינן הענדס דאון.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:50 pm
דורך גאלד
שנית,
outspoken האט געשריבן:פאטעטא טשיפ וואס א רב געט אן השגחה, 1) וועט דיר די רב זאגען ווי אזוי מ'מאכט דאס 2)אז מ'וויל דווקא קענטסו גיין נאכקוקען ווי אזוי מ'מאכט דאס.
לפלא, במציאות איז נאך דערווייל פאר קיין איין איינציגע עירוב שרייער נישט בייגעפאלן אנרופן דער פאטעטא טשיפ בעל מכשיר וויזוי מ'מאכט דאס, ווי קען מען עס זעהן?? למה?
אלא מאי
דער עצם פאקט אז פונקט ביי דער עירוב דארפסטו אזוי נייטיג וויסן פונקטליך וואס דער הכשר איז, הא גופא איז די והותר נישט צו ווייזן
איך גאראנטיר דיר אויב פרעגסטו דעם דיין מיט די זעלבע אינטענשן ווי פאטעיטא טשיפ ווייזט ער דיר אלעס הארצן גערן, עלי ועל צאוורי,
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:51 pm
דורך outspoken
גאלד, אפשר האסטו נישט געזען מיין התחלה "טראג נישט, אן אריינגיין צו מ'מעג יא אדער נישט, 10 יאר און קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב, קיין איין מאל האט זיך עס נאך נישט צוריסען NAA' ITS NOT FOR ME איך דארף זיין גאר א גרויסע חסיד (שוואנץ) פון די מתירים צו טראגען."
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:57 pm
דורך גאלד
איך האב גראדע יא געזען און איך באצוה זיך ספעציפיש אויף וואס די שרייבסט
outspoken האט געשריבן:10 יאר און קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב, קיין איין מאל האט זיך עס נאך נישט צוריסען
ס'קען נאר זיין איין איינציגע פראבלעם אז "קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב", נעמליך אז
ס'נישטא קיין עירוב עפעס אנדערש זעה איך נישט,
ממילא אויף דעם שטימט מיינע רעאקציעס כמין חומר
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:00 pm
דורך outspoken
גאלד, א גרויסע טעות כ'האב אמאל געארבעט אין א באקעריי , וויפיל מענטשען זענען געקומען פרעגען קשיות...
געהאט אמאל א פרומער אינגערמאן, ער פרעגט צו מ'זיפט די מעעל פון די ברויט מיט א דיקע זיפ אדער דינע, זאגט מען מען אים אז מ'זיפט בכלל נישט, ס'האט אויסגעקוקט אז מ'דארף אים דערמינטערען..
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:01 pm
דורך outspoken
.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:02 pm
דורך outspoken
גאלד האט געשריבן:איך האב גראדע יא געזען און איך באצוה זיך ספעציפיש אויף וואס די שרייבסט
outspoken האט געשריבן:10 יאר און קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב, קיין איין מאל האט זיך עס נאך נישט צוריסען
ס'קען נאר זיין איין איינציגע פראבלעם אז "קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב", נעמליך אז
ס'נישטא קיין עירוב עפעס אנדערש זעה איך נישט,
ממילא אויף דעם שטימט מיינע רעאקציעס כמין חומר
רבי גאלד, אלא מאי?
ס'איז דא היתירים, וואסער, טרעין ועוד ועוד. אפשר וואלט א וויליאמסבורגער איד געמעגט וויסען פון וואסארע סארט עירוב מ'רעדט
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:07 pm
דורך גאלד
אבער דער גרויסער ריזיגער הגיבור והנורא חילוק צווישן דיין בעקעריי און דער עירוב, אז די פרומע וואס זענען געקומען פרעגן צו מ'זיפט די מעהל, האבן נישט פארדעם אויסגשריגן אין אלע גאסן אז דיין בעקעריי איז טרייף,
משא"כ דא האט זיך דאך אנגעהויבן מיט אפ'פסק'ן אז דער עירוב איז טרייף,
נאכער קומסטו ווי א תם "איך וויל זעהן די עירוב!!"
שעפעלע, דאס וואלסטו קודם געדארפט פרעגן, פאר די שענדעסט מיך בחוצות וומ"ב,
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:10 pm
דורך outspoken
גאלד האט געשריבן:"
שעפעלע, דאס וואלסטו קודם געדארפט פרעגן, פאר די שענדעסט מיך בחוצות וומ"ב,
LOOKS LIKE YOU GOT THE WRONG PERSON
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:17 pm
דורך sefish
YOU GOT THE WRONG PERSON
גאלד איז אן ארוני און זיין רבי האט געהייסן נישט שרייען ווייל אויב ער ר' אהרן פירט נישט ווילי זאל ווילי אונטערגיין. און יעצט קומסטו זיך טענה'ן מיט אים רעציאנאל? געב אכט באלד פליעט אויף דיר א זאק אריזאנע ווייץ.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:18 pm
דורך גאלד
outspoken האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:איך האב גראדע יא געזען און איך באצוה זיך ספעציפיש אויף וואס די שרייבסט
outspoken האט געשריבן:10 יאר און קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב, קיין איין מאל האט זיך עס נאך נישט צוריסען
ס'קען נאר זיין איין איינציגע פראבלעם אז "קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב", נעמליך אז
ס'נישטא קיין עירוב עפעס אנדערש זעה איך נישט,
ממילא אויף דעם שטימט מיינע רעאקציעס כמין חומר
רבי גאלד, אלא מאי?
ס'איז דא היתירים, וואסער, טרעין ועוד ועוד. אפשר וואלט א וויליאמסבורגער איד געמעגט וויסען פון וואסארע סארט עירוב מ'רעדט
איך האלט גראדע מיט דעם ביסטו 100% גערעכט, און נארמאלע אומשטענדן וואלט יעדער איד געמעגט וויסן וואסערע סארט עירוב מ'רעדט דא,
אבער ליידער זעמיר נישט און קיין נארמאלע אומשטענדן, און אויב איינער איז נישט צופרידן אז ער ווייסט נישט ווי דער עירוב איז, האט ער אלע רעכטן עס נישט צו ניצן, אזוי ווי פילע וואוילע איידעלע אידן זענען זיך נוהג,
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:23 pm
דורך גאלד
sefish האט געשריבן:YOU GOT THE WRONG PERSON
גאלד איז אן ארוני און זיין רבי האט געהייסן נישט שרייען ווייל אויב ער ר' אהרן פירט נישט ווילי זאל ווילי אונטערגיין. און יעצט קומסטו זיך טענה'ן מיט אים רעציאנאל? געב אכט באלד פליעט אויף דיר א זאק אריזאנע ווייץ.
א דאנק פארן ציגעבן גאר באלערנדע חכמה צו דער דוסקוסיע,
זייער אימפרעסיוו!
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:25 pm
דורך sefish
ס'איז זייער איינפאך, זאכן וואס יעדער ווייסט, 1 מיט 1. יש"כ פאר'ן קאמפלימענט עניוועי
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:35 pm
דורך גנדי
איך וויל נישט אוועק פירען די שמועס....
אבער עס איז זייער אינטערסאנט די וויליאמסבורגע מהלך.
1. פרשת וועבערמאן
אויב איינער דערוואגט זיך צו קומען אין קאורט עדות זאגן קעגן נ"וו ווערט גע'רודפט און אינטערגעברענגט.
נאכדעם שרייט מען: והא ראי' ער איז חף מפשע ווייל קיינער איז נישט געקומען עדות זאגן.
2. שיטה הקדושה
אויב איינער דערוואגט זיך צו קומען אין זאגן אדער ארויסגעבן א ספר קעגן די שיטה הקדושה ווערט גע'רודפט און אינטערגעברענגט און די ספר ווערט צוריסען.
נאכדעם שרייט מען: והא ראי' די שיטה הקדושה איז גערעכט ווייל קיינער איז נישט ארויס געקומען מיט א ספר פארקערט.
3. פרשת העירוב
אויב איינער דערוואגט זיך צו מאכן אן אפענע עירוב אין וויליאמסבורג ווערט גע'רודפט און די עירוב ווערט צוריסען.
נאכדעם שרייט מען: והא ראי' עס איז נישטא קיין עירוב ווייל קיינער איז נישט ארויס געקומען פאר די עירוב און געוויזען די עירוב.
וויליאמסבורגער מהלך דערמאנט מיר פון די דיקטאטור פון איראק, סאדאם כוסעין.
אייביג פאר די וואלן האט ער גע'רודפט און אינטערגעברענגט ווער עס איז געלאפען קעגן אים.
נאכדעם האט ער געזיגט מיט א לענדסלייד, און געוויזען: "קוק די פאלק האט מיר ליב! והא ראי' עס איז נישטא קיינער וואס איז ארויס געקומען לויפען קעגן מיר"
נ.ב. געדענקט איינער ווען באיאן האט געמאכט אן אפענע עירוב פאר זייער שטיבעל האט מען עס צוריסען יעדע וואך 15 מינוט נאך די זמן?
דעמאלטס האט מען יא געזעהן די עירוב, וואס איז דעמאלטס געווען די פראבלעם?
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:37 pm
דורך ראש הישיבה
ווען איך בין אין ווילי טראג איך בצינעא, אבער מיין ווייב וועט שטיפן די וועגעלע בפרהסיא. למעשה לבי נוקפי אויף די ווילי עירוב, ווייל איינער פון די טעמים וואס מען דארף א צורת הפתח איז ווייל מען זאל וויסן 'עד כאן העירוב'.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך טראג 'נישט' אין וויליאמסבורג.. נאר ווען כ'בין דארט
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:43 pm
דורך ודי למבין
איך טראג בפרהסיא אלץ פרסומי ניסא.