בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:02 pm
דורך איש עברי
נישט פארשטאנען אידיש ביטע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:04 pm
דורך שעפטל
[tag]נאר,,פרייליך[/tag] וועט דא סוף כל סוף געווינען אריינצופארן פאר לאבין, און פארשמירן אן אשכול
צוריק צום מעמד אפדעיטס ביטע, געב אויס דיינע מחאות אין צימעס. ייש"כ למפרע!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:06 pm
דורך איש עברי
געב אויס דיינע מחאות אויף דיין ווייב'ס קאפ מיטאמאל מיט ער די סטענדערט'ס פון צימעס
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:08 pm
דורך נאר,,פרייליך
הרב הגאון רבי בנציון לאוב פון די רעדנער'ס ביים עצרת איז פון די גאר חשובע משפיעים ומרביצי תורה בעיר וומ''ס
גראדע איז ער אין יענע צייט פינעם שוידערליכער מארד געווען גאר נאנט צום מקום און עטליכע מינוט דערויף האט ער דורכשפאצירט דעם פלאץ פינעם פארכאפונג
מסתמא וועט דער גאון שליט''א רעדן פערזענליכע טרעפליכע רייד לאור המצב.
..
היינט נאכט נעמען זיך די חברים פינעם נפטר ע''ה צוזאם באולם קאנטינענטאל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:02 pm
דורך שרייבער
נאר,,פרייליך האט געשריבן:היינט נאכט נעמען זיך די חפרים פינעם נפטר ע''ה צוזאם באולם קאנטינענטאל
דער לייגט זיך חפירות און שטייט אויף מיט חפירות
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:26 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איינער קען דא קלאר שטעלן וואס ס'גייט פאר מיט דע צוויי אסיפות און פארוואס איז דא צוויי אנדערע צעטלעך מיט אנדערע בעלי דרשנים פאר'ן זעלבע אסיפה? א דאנק פון פאראויס
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:58 pm
דורך נאר,,פרייליך
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איינער קען דא קלאר שטעלן וואס ס'גייט פאר מיט דע צוויי אסיפות און פארוואס איז דא צוויי אנדערע צעטלעך מיט אנדערע בעלי דרשנים פאר'ן זעלבע אסיפה? א דאנק פון פאראויס
עס איז צוויי באזינדערע אסיפות
איינס פאר חברים וידידים ב'קאנטינענטאל, און דער בלעם פאר אלע אנ'''ש
שרייבער האט געשריבן:נאר,,פרייליך האט געשריבן:היינט נאכט נעמען זיך די חפרים פינעם נפטר ע''ה צוזאם באולם קאנטינענטאל
דער לייגט זיך חפירות און שטייט אויף מיט חפירות
ביטע נישט אוועקנעמען די ערנסטע שטימונג פינעם עצרת, אז די ווילסט גיי אין צימעס און זאג א מיינונג,
גראדע האט מען היינט זיך צוזאמגענימען אין פילע אידישע צענטערן איבער די חפירות,
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:43 pm
דורך נאר,,פרייליך
די זאל בהכנה להעצרת
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:59 am
דורך בן תמליון
איך מיין עס איז ווערט צו ארויסברענגען ווי די רעדנער האבן אלע ארויסגעברענגט דעם אהבת הקב"ה לישראל, ווי אונזער טאטע אין הימל האט אונז ליב. אלע רעדנער, הרב כף, לויב, שטיין, גרינפעלד, האבן ארומגערעדט פון שיר השירים אני לדודי ודודי לי, דודי שלח ידו מן החור, דער שליסל איז דער אהבה פון אידן צום גאט. קיין ווארט נעגאטיוויטעט, פרויען קליידער צו טעכנאלאגיע זענען שולדיג אין אלעם. ווי שיין ווען אידן פון אלע קרייזן קומען צוזאם מיט א פאזעטיוון טאן זיך צו מקבל זיין קבלות טובות יעדער לפי שורש נשמתו. ווי אויך דאס צוזאמענהאנג מיטן קאמפיין צו ראטעווען א איד פון טויט, נישט קיין טלית שכולה תכלת אבער זיכער איז נאך דא פאר איהם פלאץ אויף די וועלט אויסערן עלעקטריק בענקל.
קרעדיט פאר די עסקנים ארגענאזירער. לאמיר האפן אז דער פאזעטיווער גייסט וועט זיך האלטן און מיר קענען ארויסקוקן אויף מער אזאנע פאזעטיווע אסיפות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:01 am
דורך יושב אהל
די ארונים זענען געווען?
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 10:55 am
דורך קאווע טרינקער
יושב אהל האט געשריבן:די ארונים זענען געווען?
וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:05 am
דורך דער (פינטעל) איד
קאווע טרינקער האט געשריבן:יושב אהל האט געשריבן:די ארונים זענען געווען?
וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.
ער מיינט חסידים פון ר' אהרן טיילבוים פון קרית יואל
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:08 am
דורך גאלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:יושב אהל האט געשריבן:די ארונים זענען געווען?
וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.
דערמאנט מיך, כ'בין איינמאל געווען ביים קרית יואל'ער ביה"ח, דארט אינעם שטיבל וואס איז מחובר צו די טהרה שטיבל, צוליב א צרה ל"ע,
שטיי מיר דארט ציזאמען מיט די בני משפחה פונעם בר מינן ל"ע, אזוי פארשטימט בנזיפה,
איז אויך דארט געשטאנען ר' שלום לעיזר דים נ"י, בקיצור דער דים האקט אפ די שטילשווייגעניש, און רופט זיך אן "איך זעה דא אסאך ארונים!!",
קיינער כאפט נישט וואס פונקטליך ער ציעלט דא,
טייטעלט ער מיטן פינגער צו די הויפן פארטיגע האלצענע ארונים וואס ליגט אין ווינקל
איך זאג אייך, דער דים האט ליידער מכשיל געווען די אבלים צו מסיח דעת זיין מאבילות,
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:13 am
דורך גאלד
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:יושב אהל האט געשריבן:די ארונים זענען געווען?
וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.
ער מיינט חסידים פון ר' אהרן טיילבוים פון קרית יואל
שווער צו זאגן, ווייל ווי ווייט איך דענק האבן די ארונים נישט קיין טאטו אויף זייער שטערן "איך בין א אהרוני"
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:53 pm
דורך נולד מאוחר

אה אזא אסיפה איז ממש געאייגנט. נפש תחת נפש. אז מהאט פארגאסן אידש בלוט, דארף מען יעצט טרינקען די בלוט פון תממיתדיגע אידשע צניעותדיגע ווייבלעך.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 5:25 pm
דורך outspoken
נולד מאוחר האט געשריבן:
אה אזא אסיפה איז ממש געאייגנט. נפש תחת נפש. אז מהאט פארגאסן אידש בלוט, דארף מען יעצט טרינקען די בלוט פון תממיתדיגע אידשע צניעותדיגע ווייבלעך.
From Wikipedia, the free encyclopedia
Ambulance chasing, which is a form of barratry, refers to a lawyer using an event as a way to find legal clients. The term "ambulance chasing" comes from the stereotype of lawyers that follow ambulances to the emergency room to find clients
אפשר ווייסט איינער א עצה ווי אזוי OUTSPOKEN קען איינקעשען די טראגעדיע ר''ל צו מאכען אפאר טאלער?