בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:56 pm
דורך מאטי
"יונה מצאה", אויב טרעפסטו א יונה "בו מנוח" זאלסט איר לאזן גיין רוען.
נ.ב. דער אבן עזרא וואלט מסתמא געהאט א פראבלעם מיטן "בו".

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:58 pm
דורך פישלע העררינג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:הערשי איז נישט א ספרדי

ער האט אבער א פינטעלע איד!

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:59 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נו וועט ער זיכער נישט נעמען פון יביע אומר. אל תטוש

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:03 pm
דורך הערשי
מאטי האט געשריבן:"יונה מצאה", אויב טרעפסטו א יונה "בו מנוח" זאלסט איר לאזן גיין רוען.
נ.ב. דער אבן עזרא וואלט מסתמא געהאט א פראבלעם מיטן "בו".

או דלמא, שיק איר צו אן אייביגע רוה?
יונה איז דאך אן עוף טהור. פארוואס זיין אסור? דוד בעט זיך, מי יתן לי אבר כיונה, ווער וויל מיר גיבן א שטיקל יונה? און שטייט דאך קלאר ויהי יונה במעי הדגה, אלמא די פיש עסן יא יונה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:05 pm
דורך הערשי
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:הערשי איז נישט א ספרדי

מנא לך?

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:06 pm
דורך יאיר
א שיינעם דאנק @מאטי. ענדליך האבן מיר א תירוץ צו די איבער טויזנט יעריגע קשיא, וואס האבן די רבנן אויפגעטון. און @הערשי, זאלסט זיך בעסער מיטכאפן מיט'ן נייעם שטראם ווייל פון דעם אלטן דור וועט באלד נישט בלייבן קיין שריד ופליט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:07 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווילדע געס

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:08 pm
דורך יתרו
יאיר האט געשריבן:דאכט זיך אז דער מנחת יצחק איז דער וואס אסר'ט קרייזלען די האר צוליב בונה. ווי יעדער בעל דעת פארשטייט האט דאס בערך אזויפיל צו טון מיט בויען ווי טשארזשן מיין סעלפאן.
איי וועסטו פרעגן, וואס האט קליעת שיער מיט בונה? איז קודם כל, דיה במה שאסרו חכמים. צווייטנס, פון פלעכטן ביז קרייזלען, אפילו מיט דיפיטו דו, איז א שיינע שפרינג.

עס האט נישט מיט גודלת עס האט מיט פוסקת וואס רוב מפרשים (אפשר רש"י אויך) זענען מפרש אז מען איז מסדר די האר בדרך סטייל עיין כאן [url=http://]http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_43562_75.pdf[/url]

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:15 pm
דורך מאטי
הערשי האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:"יונה מצאה", אויב טרעפסטו א יונה "בו מנוח" זאלסט איר לאזן גיין רוען.
נ.ב. דער אבן עזרא וואלט מסתמא געהאט א פראבלעם מיטן "בו".

או דלמא, שיק איר צו אן אייביגע רוה?
יונה איז דאך אן עוף טהור. פארוואס זיין אסור? דוד בעט זיך, מי יתן לי אבר כיונה, ווער וויל מיר גיבן א שטיקל יונה? און שטייט דאך קלאר ויהי יונה במעי הדגה, אלמא די פיש עסן יא יונה.

או. דלמא, דוד המלך זאגט אזוי: מי יתן לי" ווען א מענטש "זאגט מי יתן לי " ער האט נישט קיין אמונה , דאן איז אבר כיונה. אבער "וקווי ה'" דער וואס האפט צו ה' , דאן איז אבר כנשרים. ואידך פירושה זיל גמור.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:29 pm
דורך ממרום שלח אש
אז מרעד שוין פון מי יתן לי אבר כיונה דערמאן איך זיך וואס מען פלעגט טייטשן אין ווילי אמאל, אבער עס באלאנגט אין מאחורי.

(אויב איר האט נישט געלייקט די הודעה, פרעג ניטאמאל אין אישי, כוועל איגנארירן)

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:31 pm
דורך יתרו
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל

איך וואלט ווען געזאגט אז איר זאלסט נעמען אינדערוואכן א קעמל מיט ברייטע ציינער און אויב איז דיר מעגליך צו מאכן די פאות אן זען אפגעריסענע האר אויפן קעמל דאן ביסטו אויפן וועג צו א היתר ווייל עס צייגט אז ביי דיר איז דאס איז נישט קיין פסיק רישא. אויך ברויכט איר מייחד זיין דאס קעמעל ספעציעל פאר שבת משום עובדא דחול. ואם יצטרף עמי עוד שני רבנים מבית הקאווע (חוץ מלעיקוואוד...) אפשר לסמוך על זה בדוחק.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:33 pm
דורך מאטי
אן זען , אדער אן רייסן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:36 pm
דורך יתרו
אן רייסן. בדרך כלל איז דער וועג בודק צו זיין צו מען רייסט מיט די אויגן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:38 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יתרו האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל

איך וואלט ווען געזאגט אז איר זאלסט נעמען אינדערוואכן א קעמל מיט ברייטע ציינער און אויב איז דיר מעגליך צו מאכן די פאות אן זען אפגעריסענע האר אויפן קעמל דאן ביסטו אויפן וועג צו א היתר ווייל עס צייגט אז ביי דיר איז דאס איז נישט קיין פסיק רישא. אויך ברויכט איר מייחד זיין דאס קעמעל ספעציעל פאר שבת משום עובדא דחול. ואם יצטרף עמי עוד שני רבנים מבית הקאווע (חוץ מלעיקוואוד...) אפשר לסמוך על זה בדוחק.

אז "איר זאלסט"? אז איר ווילט שרייבן מיט רעספעקט דאן שרייב "זאלט" אז נישט שרייב "דו"....... :lol: איז אזוי (קרעדיט חזקיהו המלך) ווען כ'זאג געהעריג מיט א קעמעל מיין איז טאקע א געהעריגע קעמל ווייל אנדערש מאכט זיך נישט מיינע פיאות. און אייביג איז דא אפגעריסענע האר. און ליידער פאל איך דורך אסאך מאל ווענצעך אין מיין MOOD

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:41 pm
דורך יואב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:

די לייק איז פאר דעם לעצטן שורה

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:41 pm
דורך הערשי
מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:42 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וואס יואב גלייכסט ווען איינער טוט מעגליך א שטיקל איסור אדער וואס?

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:42 pm
דורך ממרום שלח אש
איך בין מתיר אפילו מען זעט האר, כל זמן נישט "יעדע" מאל וואס מען פירט אדורך די קעמל ווערט ארויסגעריסן האר, ווייל לפי"ז איז יעדע מאל פאר זיך נישט קיין פסיק רישא, כאטש אין טאטאל וועט זיכער ארויסקומען.

כן נראה לי ברור ופשוט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:44 pm
דורך יתרו
דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:50 pm
דורך יתרו
הערשי האט געשריבן:מאי הוי עלה. מוז מען טובל'ן א טויסטער? יתרו קענסט מוסיף זיין עפעס א פרשה דערויף?

ר' פישל האלט אז וויבאלד מען פלאגט עס איין אין וואנט פארלירט דאס די שם כלי ווייל עס איז מחובר לקרקע (כיודע איז דא וואס האלטן אזוי אין הלכות שבת למשל דער חזון איש).
מיר מאכט עס נישט קיין סענס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:56 pm
דורך משה געציל
דאכט זיך ר' משה לערנט אויך אזוי.
יתרו האט געשריבן:ר' פישל האלט אז וויבאלד מען פלאגט עס איין אין וואנט פארלירט דאס די שם כלי ווייל עס איז מחובר לקרקע (כיודע איז דא וואס האלטן אזוי אין הלכות שבת למשל דער חזון איש).
מיר מאכט עס נישט קיין סענס.

זעץ זיך לערנען וועט עס יא מאכן...

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:07 pm
דורך מאטי
יתרו האט געשריבן:דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.

פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:11 pm
דורך יתרו
בנוגע טבילת כלים זע איך יעצט א ביאור נוסף אינעם היתר פון א פלאג:
ניתן לסמוך בשעת הדחק על מי שכתב שהיות וכלי זה ונעשה ראוי לשימוש רק בשעה בה חובר לחשמל, וחיבור זה נעשה על ידי יהודי –הכלי פטור מטבילה (הרב נחום אליעזר רבינוביץ' שו"ת שיח נחום סימן מט).