בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:47 am
דורך יין שרף
האחים התאומים דים שיחי'

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 9:43 am
דורך ברסלבער
אן אינטערעסאנטע שמועס בסוד שיח צווישן יארמער רב און ר' שלום אליעזר, קען מען יעצט הערן אויף קול מבשר ביי די פורים אפטיילונג 226.
יארמער רב איז אביסל צו ערנסט, ער האט ליב אביסל מער ערנסטע ווערטלעך.
שלום לעזער זאגט אים אז "ירמעה" איז ר"ת - ר' יאנקל מיללער עליו השלום... אבער דער צווייטער האט עס זייער נישט ליב צו הערן.

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 11:19 pm
דורך לאליפאפ
שלום אליעזר דערציילט;
ווי באקאנט רעדט אונזער משפחה אביסל שטייטליך
בין איך געגאנגען איין טאג מיט מיין ברודער אויפן גאס און פלוצלינג רופט ער זיך אן צו מיר:

שווווווווולללעעעםם לעעעעעעעעעזעעעעעער

זאג איך אים:

יאאאאאאאאאאא

זאגט ער מיר:

אוי האאאאסט שוווווווין אראאאאאאנגעטרעעעעעעטן...

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:17 am
דורך שמעקעדיג
דאס דארף מען הערן כדי עס צו פארשטיין....

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 8:25 am
דורך לאליפאפ
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס דארף מען הערן כדי עס צו פארשטיין....

גערעכט. אבער עס איז צו גוט ארויס צולאזן פונעם אשכול

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 1:54 pm
דורך DotCom
א חסיד איז געקומען צום רבי'ן פאר א ברכה אויף פרנסה, האט אים דער רבי גע'עצה'ט ער זאל זיך אריינלאזן אין פערדן האנדלריי און ער וועט מצליח זיין, וכך הוה דער איד האט שטארק מצליח געווען, איז ער געקומען פרעגן דעם רבי'ן פון ווי האט עס דער רבי געוואוסט? האט דער רבי גענטפערט פון עקספיריענס, איך האנדל אויך מיט פערדן און איך בין מצליח...

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 1:59 pm
דורך DotCom
געווען אמאל א רב וואס האט ביי איין דין תורה געפסק'נט פונקט פארקערט ווי ער האט שוין אמאל אליינס געהאט גע'פסק'נט אינעם זעלבן פאל, האט מען אים געפרעגט ווי קען דאס זיין? האט ער גענטפערט "הפע"י שאסר הפע"י שהתיר" ווי מזאגט אין אידיש, יו געט וואט יו פעי פאר...

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:33 am
דורך יאיר
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:נאך איינס האב איך זיך יעצט דערמאנט.

געווען אמאל א שוהל וואו דער רב האט זייער לאנג געדאוונט שמונה עשרה און דער עולם איז צופלאצט געווארן, און נישט נאר דאס נאר ביי אלקי נצור האט ער געהאט נאך א גאנצע ליסטע מיט תפלות און יהי רצונ'ס וואס ער האט געזאגט. ווען עס איז שוין געווען כלו כל הקיצין האבן זיך צוזאם געזעצט די טובי הקהל מיטן רב, און אפען אויסגעשמועסט דעם פראבלעם, נאך א לענגערן דיון איז געווארן אפגעמאכט אז ווען דער רב ביקט זיך צו מודים, דאן קען דער חזן שוין אנהייבן די הויכע שמ"ע. אבער ווי אזוי וועט מען וויסן אז ער האלט יעצט ביי מודים? איז מען אויפגעקומען מיט א פלאן אז ביי מודים זאל זיך דער רב ביקן אויף א שטערקערן אופן, און דאס וועט זיין דער סימן אז דער חזן קען שוין אנהויבן.
עס האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט, ביז איין טאג איז געקומען א גאסט אין שוהל, ווען ער האט געזעהן אז מען ווארט אזוי לאנג אנצוהייבן הויכע ש"ע,האט ער געפרעגט זיינע ארומיגע אויף וואס מען ווארט, האבן זיי אים געזאגט אז מען ווארט אויפן גרויסן ביק...

דאס האט דער הייליגער ראפשיצער רב זצ"ל געזאגט אויף דער חוזה פון לובלין זצ"ל.

ויהי לפלא.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:49 pm
דורך ביבער
היינט געהערט פון אים: איש לפי אכלו תחותו

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:56 am
דורך איך אויך
אן אלט ווארט. דאס איז איינע פון די סעריע ווערטלעך/מליצות וואס אינעם פרי-אכשר דרא עפאכע איז געווען גאנגבארע סחורה ביים עלטערן דור ,ועכשיו שזכינו וגו.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:04 am
דורך [NAMELESS]
DotCom האט געשריבן:געווען אמאל א רב וואס האט ביי איין דין תורה געפסק'נט פונקט פארקערט ווי ער האט שוין אמאל אליינס געהאט גע'פסק'נט אינעם זעלבן פאל, האט מען אים געפרעגט ווי קען דאס זיין? האט ער גענטפערט "הפע"י שאסר הפע"י שהתיר" ווי מזאגט אין אידיש, יו געט וואט יו פעי פאר...

דאס איז אייזן !! נאדיר א הויפן גרינע ...

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:09 am
דורך קאצקע ציקער
ער זאגט ווען צוויי יודן קימען צוזאמען איז עס די אייבערשטערס נאמען "השם" אבער ווען צוויי רבנים טרעפן זיך צוזאמען איז עס "השם ישמרנו"

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 1:25 am
דורך קאצקע ציקער
קאצקע ציקער האט געשריבן:ער זאגט ווען צוויי יודן קימען צוזאמען איז עס די אייבערשטערס נאמען , אבער ווען צוויי יודן רבנים ברידער טרעפן זיך צוזאמען איז עס "השם ישמרנו"

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 1:34 am
דורך קאצקע ציקער
די מאמענט ארטיקל די וואך פון די דים ברידערס איז געהעריג געקאפי פעסט פון דא וואס איז נייעס...

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 2:16 am
דורך דעת תורה
ער טרעפט א באקאנטן אין גאס, רופט ער אים ער זאל קומען צו אים אויף שבת.

וואס עפעס? פרעגט יענער.

א בפירוש'ע גמרא - ענטפערט ער - 'מצא בהמה נאה זאל מען עס נעמען פאר שבת'...

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 2:19 am
דורך דעת תורה
.