בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:35 am
דורך פישלע העררינג
אויף דער זויערע פיקעל טראק וואס פארט ארום בארא פארק שטייט בא'טעמ'ט און געשמאק. זיי א זויערע פיקל, און דו ביזט אזוי בא'טעמ'ט און געשמאק ווי אלע היימישע גוטע ברודער...

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:49 pm
דורך שטילע אינגערמאן
רבותי העלף. איך בין א שטילע אינגערמאן. וואס גייט זיין מיט מיר? איך ווען אינדערלעבן נישט טרעפן קיין דז'אב. כ'האב געטראכט טאמער וועל איך זיין נויטיג אין געלט וועל איך גיין נאך געלט אין די בתי מדרשים. יעצט זעה איך אז צו דעים דארף מען אויך זיין געשמאק. איך בין זיך שוין אינגאנצען מייאש.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:05 pm
דורך מאראנצןזאפט
א נייע אפענינג איז דא היינט אין דעם לוח הציבור, אויסדרוקליך נאר פאר א געשמאקן יונגערמאן: צו דינען אלס שומר אין א טשאפל!
מ'דארף קענען געשמאק כראפעצען נעבן די גרויסע פריזער, אז ס'זאל זיין געשמאק און איינגענעם פאר די טויטע, איבער דעם גליקליכן געשמאקן יונגערמאן וואס איז געפאלן בגורלו די געשמאקע ארבעט.
איך בין זיכער די מתים העלין זיך רייסן פאר געלעכטער פון געשמאקייט.
נאר מיט א דעגרי אין געשמאקעלאגיע זאל מען זיך מעלדן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:20 pm
דורך איש עברי
איך ווייס נישט וועגן די מתים אבער די לעבעדיגע קענסטו זיכער מאכן זיך רייסן פאר געלעכטער, דעריבער זעה איך גרויסע שאנסן פאר דיר צו באקומען דעם דשאב

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:57 pm
דורך איך אויך
ידידי הרב סאקס ,קוק ווי גוט עס גייט דיר זייט דו האסט דיך פאראידישט דאס פנים ,אפילו הרב מיץ תפוזים איז דיר משבח עד הגג. זעה ווי גוט עס איז צו זיין א איד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:03 pm
דורך איך אויך
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:רבותי העלף. איך בין א שטילע אינגערמאן. וואס גייט זיין מיט מיר? איך ווען אינדערלעבן נישט טרעפן קיין דז'אב. כ'האב געטראכט טאמער וועל איך זיין נויטיג אין געלט וועל איך גיין נאך געלט אין די בתי מדרשים. יעצט זעה איך אז צו דעים דארף מען אויך זיין געשמאק. איך בין זיך שוין אינגאנצען מייאש.

גיי ארום אנגעטוהן ווי דיין אדר בילד , לערן דיך צו אפאר מיסטישע מושגים ,פארגלייז דיר די אויגן און פאר ווי וואס ווען וועסטו האבען לויעל חסידים און עס וועט דיר גארנישט פעלן. אפשר וועט עס דיר אפילו געלונגן אז הרב סאקס זאל שרייבן א רענזאציע אויף דיר באנשי שם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:09 pm
דורך ונבנתה העיר
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דארף מען דען? אדרבה! זיי ווילן מאכן דעם איינדרוק אז מ'רעדט דא פון א בכבוד'דיגע ארבעט כאילו מ'דארף זיין געשמאק צו גיין מיט א פושקע אדער זיין עקספיריענס צו שטיין אין א גראסערי אזוי אז כאטש איינער זאל אנרופן דעם עד

אדער וועט מען רופן צו רי-אפירמען פאר זיך אליין אז מען איז געשמאק, והא ראיה, איך רוף דאך וואו די געשמאקע ווערן פארלאנגט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 4:38 pm
דורך הדד בן בדד
איך געדענק מיט יארן צוריק (ווען איך פלעג נאך אריינקוקן דארט) איז געלאפן אינעם בלאט א קלאסיפייד עד פאר שטיק צייט וואס האט זיך געליינט אזוי: "עקספיריענסד אינגערמאן וויליג צו טאן סיי וועלכע ארבעט, קען דרייוון א קאר"... (דריי פינטעלעך האב איך צוגעלייגט).

איך פלעג זיך גענוג אפוואונדערן אויף זיינע געוואלדיגע כשרונות און קענטעניסן, כ'מיין, קען דרייוון א קאר, ווער נאך קען דען אזאנס באווייזן, זיכער ווועט ער באקומען "סיי וועלכע ארבעט" זייער שנעל.

אבער דעם אנהייב האב איך נאך ביז היינט נישט קלאר אויסגעפיגערט, וואס פונקט מיינט דאס "עקספיריענסד אינגערמאן". איך געדענק איך האב דעמאלס אסאך ארום געפרעגט און באקומען פארשידענע סארט ענטפערס, אבער קיין קלארקייט האב איך נאך נישט דערינען ביז היינט. אדרבה, ווען איר געפינט אויס וואס א "געשמאקער אינגערמאן" איז, קענט איר שוין אפשר פרובירן אויסגעפינען דאס אויך...

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 4:54 pm
דורך איש עברי
לכאורה פונקט ווי ווען מען זאגט עקפיריענסד מלמד אדער עקפיריענסד פלאמער מיינט עס אז האט עקפיריענס אין פלאמבינג אדער מלומדות, אויב אזוי א עקפיריענסד יונגערמאן מיינט אז ער האט עקפיריענס אין זיין א יונגערמאן אפשר איז ער שוין אסאך יאהרן א יונגערמאן וכדומה

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:04 pm
דורך געפילטע פיש
אפשר איז ער שוין אסאך מאל געווארן א יונגערמאן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:02 pm
דורך יאיר
אפשר האט ער אסאך ווייבער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:09 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך ארבעט פלייסיג צו זיין געשמאק ס'גייט צוביסלעך, דערווייל בין איך בלויז א שמאק אבער איך בין שוין כמעט דארט





.

ווען דו לייגסט צו נאך א "איד" צו די אנדערע צוויי אותיות, וויליך נישט זאגן וואס ס'קען ווערן,ח"ו. :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:20 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט.

פונקט פארקערט, דער ראציגער לץ וואס איז גאר "געשמאק", זאגט אלעמאל דזשאוקס און ענדיגט צו מיט א שלונג שפייעכטס, עם וועל איך די לעצטע געבן, כ'וועל ערשט געבן פארן שטילער בחור וואס שעמט זיך בכלל אז ער דארף גיין נאך געלט.


בילד

נאר אין היימישסטאן קען זיין א מציאות פון א טויגליכע יונגעמאן וואס קען נישט טייפן.

ער טויג יא. נאר צו עפעס אנדערש. למשל אונטערווארפן :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :o פאשקווילן אינמיטן נאכט און מ'זאל עהם נישט כאפן. איך האלט אזא מין געשמאקע יונגערמאן דארף זיך ווענדן צו הערשל קלאר אדער צימערמאן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 2:14 am
דורך הדד בן בדד
איש עברי האט געשריבן:לכאורה פונקט ווי ווען מען זאגט עקפיריענסד מלמד אדער עקפיריענסד פלאמער מיינט עס אז האט עקפיריענס אין פלאמבינג אדער מלומדות, אויב אזוי א עקפיריענסד יונגערמאן מיינט אז ער האט עקפיריענס אין זיין א יונגערמאן אפשר איז ער שוין אסאך יאהרן א יונגערמאן וכדומה


דאס איז דאך פשוט, אבער דער חילוק איז אויך פשוט, א פלאמבער ווייסט יעדער וואס זיין אויפגאבע איז, אזוי אויך א מלמד, וואס אבער איז דער הויפט פונקציע פון א "אינגערמאן" וואס ווען איינער אידענטיפיצירט זיך אלס "עקספיריענסד אינגערמאן" זאל איך פארשטיין אז דאס קען ער גוט.

איך זעה עטליכע דא האבן שוין אנגעגעבן גאנץ פיינע מעגליכקייטן, אדרבה זייט ממשיך. אפשר אויף עפעס אן אופן האט עס א שייכות צו זיין געשמאק אויך, ווער ווייסט...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 4:23 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך בין נישטא געווען איין טאג און דער עולם איז געגאנגען ניסלעך אז איך בין א שמאק... מיין אישי באקס איז פיל מיט לייקס דערויף!
ס'האט זיך געלוינט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
דא פארשטיי איך נישט
-

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:53 pm
דורך לית דין בר נש
פאר קלוג, איידעל, געשיקט, געשמאק, אין איבערגעגעבן קומט זיך מער ווי $20 א שעה !!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:55 pm
דורך איש עברי
שמעקעדיג האט געשריבן:דא פארשטיי איך נישט
-

שמעקעדיג איך זעה נישט קיין צווייטע קאנדידאט נאר דו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 3:42 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אלע מעלות, ביז רופן (אליין). אליינס רופן כאפט מיר די קדחת!
אויכעט קען איך נישט פארן לאנג דיסטענס יעדן טאג, סארי.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:01 am
דורך נעמ-טא-דאם
לאמיר אנאליזירן דעם עד, אפשר וועט מען דורכדעם קענען מפשר זיין דעם איבעי' דלא איפשיטא.

זיי זוכן א "קלוגע איידעלע געשיקטע געשמאקע איבערגעגעבענע" יונגערמאן פארן זיידע שליט"א.
א זיידע וואס ברויך א אינגערמאן פאר קינוח סעודה, נויטיגט זיך אין איינער וואס האט געוויסע קריטיש-וויכטיגע קוואליפיקאציעס.
מ'דארף זיין "קלוג": כדאי צו כאפן ווען מ'דארף לאכן אויפן זיידן'ס וויץ, אויף צו מאכן זיכער אז 'אלע' פופצן קינדער פונעם זיידע זענען מרוצה מיטן זיין ארבעט וכדו'.
מ'דארף זיין "איידל": נישט צו מגלה קלונו זיין פונעם זיידן ווען ס'פאסירן אומאנגענעמליכקייטן און עקסידענטן (מילד גערעדט) וכדו'. זיין "געשיקט" העלפט אויך אסאך צו אין דיע פעלער וד"ל...

"איבערגעגעבן": מוז מען זיין סתם אזוי, פאר די וואס ווילן האבן א פאזיטיווע ענטפער אויפן פראגע פון 'נשאת ונתת באמונה'.
"געשמאק": לכאורה - עכ"פ אין אונזער פאל - מיינט זיין קריעטיוו. מ'דארף קענען נייטן דעם זיידע צו עסן פינאט באדער מיט מצה פאר פרישטאג טראץ דעם וואס די זיידע האט פארגעסן זיינע ציין ביים אור-אייניקל'ס פדיון הבן נעכטן, נעמען אלע דרייצן פילן נאך וועטשערע, וכדו'. ווי אויך קענען פירן און שפינען ווייטער דעם קעלבערנעם און זעלטן-אומאינטערעסאנטע שמועס ווייטער. וכהנה וכהנה.
לויט דעם וועט "געשמאק" מוזן טייטשן "קריעטיוו און/אדער משנה פונעם ריינעם אמת מפני דרכי שלום". וואס לייקט דער עולם פון מיין טעאריע?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:02 am
דורך שמעקעדיג
מיר גיט עס א ציפ אין הארצן און דערמאנט מיר פונעם אל תשליכנו לעת זקנה... עס איז נישט קיין וויץ!

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:20 am
דורך נעמ-טא-דאם
כ׳האב נישט אינזינען געהאט צו דערשרעקן דעם עולם און מאכן יעדן טאפן דעם שטערן צו פילן אויב מ׳ווערט שוין באל״ד. כ׳האב עס געטון אך ורק פאר די sake פון אן אנאליזיע.
אגב מר. שמעקעדיג. ווען דו וועסט זיין יענער זיידע וועסטו זיין אסאך זאכן... אבער ווייט פון שמעקעדיק. ואתכם הסליחה כי לא בידינו הדבר.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:10 pm
דורך יין שרף
כפרות סענטער אין בארא פארק זוכט א טויגליכער אינגערמאן וואס טויג אויף כפרות ביטע רופט ......