בלאט 1 פון 1

וויכטיגע אסיפה סאטמאר וומסב"ג ג' תצוה שנת תשע"ד

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:14 am
דורך שרייבער
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה למען חיזוק יסודות הדת בביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר בוויליאמסבורג הופפער סט.
בפקודת הקודש פון האדמו"ר מהר"א האט אויפגעטרעטן בנו הגדול אב"ד הקהלה הגרמ"מ, און מעורר געווען בנוגע תקנות וואס מען גייט מאכן פאר בחורים וועגן סענסאר'ס, וואס די לעצטערע מאדעלן קען מען זען אויך.
ווידער האט ער מעורר געווען וועגן די נשים און מיידלעך וואס שמירן זיך אויף א אופן וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה, ער האט ארומגערעדט אז לעצטענס הערט מען ל"ע זייער אסאך פון די ביטערע מחלה ביי יונגע פרויען
און צום שלוס האט ער ארומגערעדט וועגן א ס"ת וואס איז אראפגעפאלן אין ביהמ"ד וואס דערפאר האט מען קובע געווען א יום תענית דעם לעצטן דאנערשטאג פון שובבי"ם, און ווער ס'איז נישט בכח צו פאסטן זאל זיך פודה זיין מיט די סכום פון 72 דאלער, די געלט גייט למען המערכה פון מציצה בפה