בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:41 am
דורך נולד מאוחר
נו וואס איז ענדערש, נישט צער נישט הנאה, אדער יא צער יא הנאה?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:31 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
NYTimes: Divorced From My Husband, and My Faith - NYTimes: Divorced From My Husband, and My Faith
http://nyti.ms/1gY0Jd7

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:35 pm
דורך איש הישר
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:אפאר חסרונות זענען, עס בלייבט נישט אויף שפעטער, נישטא קיין search option, מען איז נישט בעילום שם.

כל זמן דו מעקסט נישט בלייבט עס אויף אייביג. עס איז יא א א סוירטש אפציע

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:51 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
איש הישר האט געשריבן:
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:אפאר חסרונות זענען, עס בלייבט נישט אויף שפעטער, נישטא קיין search option, מען איז נישט בעילום שם.

כל זמן דו מעקסט נישט בלייבט עס אויף אייביג. עס איז יא א א סוירטש אפציע


ווען איך ווייס דאס אביסל פריער, וואלט איך געמאכט א אפפער פאר מער געלט ווי פעיסבוק.

איך בין זיכער אז מען וואלט מיך אריינגעלאזט צווישן די גרויסע בחורים ווי סערגעי, לעררי, מארק, און יאן. איך בין דאך אויך א איד.

אגב, וואטסעפפ האלט גארנישט אויף זייער סערווער, משא"כ אונזער אכסניא דא.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:11 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:וויפיל פראצענט פון מיין טאג, פון מיין לעבן, איז געווידמעט פאר "שפעטער"?

איך עס כדי צו האבן כח שפעטער. איך ארבעט כדי איך זאל 'שפעטער' האבן געלט. איך רעד מיט איינעם כדי ער זאל מיר טוהן א טובה באלד. איך שרייב יעצט כדי איך זאל געדענקן דעם געדאנק שפעטער.

מיינט דאס אז איך שטופ אפ מיין לעבן אויף שפעטער? מיינט דאס אז בו בשעה וואס איך וועל טון אלע השתדלות צו האבן לאנגע יארן, ווייס איך נישט וויאזוי צו לעבן אט די געשאנקענע יארן?

ווען לעב איך פאר יעצט? אדער בעסער געפרעגט, ווען לעב איך??


לכאורה איז די סיבה פארוואס 'שפעטער' איז סאך מער חשוב ווי 'יעצט', איז ווייל בתוך תוכן איז 'יעצט' נאר איין רגע'לע, כהרף עין, משא"כ 'שפעטער' איז פון ווען 'יעצט' ענדיגט זיך ביז אייביג. איז אויב אזוי דער 'שפעטער' אסאך וויכטיגער ווי דער 'יעצט'. עס איז אויב אזוי זייער שכלדיג און לאגיש מוותר צו זיין אויף "חיי שעה" כדי זוכה צו זיין לחיי עולם. איך רעד דא נישט חיי עולם הבא, איך רעד פשוט פון די מלחמה פון 'יעצט' ווערסוס 'שפעטער'. שפעטער האט סאך א לענגערע צייט אפשניט ווי יעצט. ממילא איז נאטירליך אז מען זאל אייביג מוותר זיין דעם 'יעצט' פאר 'שפעטער'.
כל רגע ורגע זאגן מיר זיך אז עס גייט אונז בכלל נישט אהן אט דעי רגע'לע. וואס איז דען איין רגע?
זענען מיר אויב אזוי פארשאלטען צו לעבן אייביג פאר שפעטער, און קיינמאל פאר יעצט?

דאכט זיך אבער אז עס איז נישט ממש אזוי.
טאקע ווייל די לאגיקע פון שטערקערע געוויכט פון שפעטער איבער יעצט, איז א לאגיק וואס איז גילטיג כסדר, דאס איז גורם אז די לאגיק איז מופרך.
ווייל אויב מיר וועלן כסדר גיין מיט דעם לאגיק, האבן מיר זיך ענדגילטיג אנטזאגט פון אמאל לעבן יעצט. עס לאזט אונז קיינמאל נישט הנאה האבן יעצט אהן דעם וואס עס זאל זיין עפעס ריוח פאר שפעטער. די כסדרדיגע גערעכטע טענה אז איין רגע'לע איז נישט מער ווי כהרף עין, און עס גייט אונז נישט אהן די איין קליינע פראקציע פון א רגע וואס מיר רופן 'יעצט', פארלאנגט אז מיר זאלן אייביג אייביג נאר טראכטן וועגן שפעטער.
און דאס קען נישט זיין, ווייל דעמאלט ווען לעבט מען יא? ווען שפעטער קומט אהן ווערט עס דאך אויך א 'יעצט', און איך וועל דעמאלט מוותר זיין אויף איר מכח דעם שפעטערדיגע שפעטער.

עס איז דא די באקאנטע טענה אז "מיר ארבעטן כסדר אויפצושטעלען אידישע דורות, ווען וועט שוין זיין די דור וואס אלע דורות ארבעטען דערפאר". עס איז די זעלבע טענה ווי דאס וואס איך שרייב יעצט דא. אויב ארבעט מען אייביג אויף שפעטער ווייל שפעטער איז אייביג מער ווי די הרף עין פון 'יעצט', דעמאלט לעבט מען קיינמאל נישט.

מכח כל הנ"ל, זאגט די לאגיק אז חאטש במושכל ראשון דארף די 'יעצט' אייביג נאכגעבען און ארבעטען פאר דעם 'שפעטער', איז אבער דער טיפערער אמת אז מען דארף וועלן דעם יעצט דוקא. ווייל אז נישט פארשפילט מען דעם אייביגען יעצט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אה, יעצט... פארשטיי איך

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:47 pm
דורך איש הישר
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
איש הישר האט געשריבן:
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:אפאר חסרונות זענען, עס בלייבט נישט אויף שפעטער, נישטא קיין search option, מען איז נישט בעילום שם.

כל זמן דו מעקסט נישט בלייבט עס אויף אייביג. עס איז יא א א סוירטש אפציע


ווען איך ווייס דאס אביסל פריער, וואלט איך געמאכט א אפפער פאר מער געלט ווי פעיסבוק.

איך בין זיכער אז מען וואלט מיך אריינגעלאזט צווישן די גרויסע בחורים ווי סערגעי, לעררי, מארק, און יאן. איך בין דאך אויך א איד.

אגב, וואטסעפפ האלט גארנישט אויף זייער סערווער, משא"כ אונזער אכסניא דא.

גערעכט. עס איז דא אן אפציע פון אימעילן גאנצע שמועסן. אז די אימעילסט עס צו דיין אייגענעם דזשימעיל אקאונט, וועט עס דיר גוגל האלטן בחנם אויף זייער סערווער.

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 2:52 pm
דורך ונבנתה העיר
אין כף החיים שטייט אז שבת זאל מען נישט מאכן ברכת האלנות, ווייל אזוי ווי מען איז מברר ניצוצות איז עס א חשש בורר.

איינע פון די טעמים פארוואס מען מאכט נישט קידוש לבנה שבת, איז אלס איסור תחומין.

אז מען רעדט פון תחומין, די גמרא האט א שאלה אויב עס איז דא אן איסור תחומין למעלה מעשרה (איין פשט אין רש”י איז אז ער שוועבט דורך א שם), ברענגט זיך די גמ' א ראי' מהני שב שמעתתא, זיבן הלכות, וואס שבת אינדערפרי האט מען זיי געלערנט אין איין שטאט, און נאכמיטאג איז עס שוין אנגעקומען אין א צווייטע, איז ווער האט עס געברענגט? מוז דאך זיין אליהו, און אליהו פליעט דאך למעלה מעשרה, זעהט מען אז אין תחומין למעלה מעשרה.

והנה ידוע די חילוק וואס דער חת”ס מאכט אין די תשובות, אז אליהו האט צוויי אופנים, ווען ער איז אין זיין גוף האט ער א דין כנביא וחכם מחכמי ישראל, מחויב במצות, און ער וועט צוריקברענגן סמיכה לעתיד, אבער ווען ער טוהט זיך אויס פונעם גוף האט ער א דין ווי א מלאך, ער איז נישט נאמן אלס תורה לא בשמים היא, און ער איז נישט מחויב במצות.

האט ר' חיים קניבסקי געפרעגט מדודו החזון איש, וואס איז די גמרא'ס ראי' פון אליהו אז אין תחומין למעלה מי', אפשר האט ער געהערט די זיבן הלכות ווען ער איז געווען אינעם גוף, דערנאך האט ער אויסגעטוהן דעם גוף - און ממילא איז ער יעצט פטור מן המצות - און אזוי אריבערגעפלויגן צו די אנדערע שטאט, זיך צוריק אנגעטוהן דעם גוף, און אזוי איבערגעגעבן די זיבן הלכות?

האט דער חזון איש גענטפערט, אזוי ווי עס איז דאך געווען שבת וואלט ער זיך נישט געקענט אויסטוהן דעם גוף ווייל ער וואלט עובר געווען אויף נטילת נשמה...

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 3:10 pm
דורך שמעקעדיג
גג על גג...
וואס עפעס אין דעם אשכול?

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 3:16 pm
דורך ונבנתה העיר
וואו קען איך עס לייגן?

דער אשכול איז דאך מיוסד פאר אלע וואס-עפעס-אין-דעם-אשכול? תגובות...