בלאט 2 פון 9

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:09 pm
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:פלען בי קען אפשר זיין איינצונעמן שטחים. פשוט זיך ערקלערן בעה"ב כמיין אין ארץ ישראל האט זיך עס גאנץ פיין אויסגעארבעט. ניין

נו, דאס אי דאך מיין קשיא. פארוואס אין ארץ ישראל הייסט עס ציונות און התגרות באומות און אין מאנרא נישט? נאכאמאל. איך פריי מיך אין ביידע פלעצער אז אידן פארשפרייטן זיך און זענען כובש שטחים, ב"ה. נאר איך וויל וויסן דעם חילוק. :roll: :lol: :? :D :) ;) :( :o

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:12 pm
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

נו, ציונות. איך בין מוחה. איך וואונדער מיך וואס הרב ישראל מ. סופר שליט"א האט צו זאגן איבער ד'עים ענין. וויאזוי טייטשט ער עס אויס?! :roll: :roll: :roll: :? 8-) :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:19 pm
דורך petergrifin
berlbalaguleh האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

נו, ציונות. איך בין מוחה. איך וואונדער מיך וואס הרב ישראל מ. סופר שליט"א האט צו זאגן איבער ד'עים ענין. וויאזוי טייטשט ער עס אויס?! :roll: :roll: :roll: :? 8-) :x :P :oops: :cry: :o

די חילוק איז אז די ציונום נעמן געלט פון די מדינה משא׳כ די רבינ׳ס שטעטל באקומט נאר פון אנקעל סעם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:55 am
דורך מ גפני
shem-tov האט געשריבן:דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים

פארוואס זאגסטו אזוי? די אלע לאטס וואס מ'וויל אנעקסירן האבן די בעלי בתים אינטערגעשריבן אז זיי זענען מסכים, די איינציגסטע זאך וואס די ווילידזש נעמט צו פון אנדערע איז די טעקסעס, זאג די מיר פארוואס דארפן די אלע אידן צאלן סקול טעקס פאר מאנרא-וואדבערי סקול דיסטריקט ווען זיי האבן נישט קיין שום נוצן פון זיי, ניטאמאל באסעס?

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:22 am
דורך בעריש
shem-tov האט געשריבן:נארמאל וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם. אבער אין די פאל וועט עס זיין א נס מן השמים אויב דאס וועט אמאל דורך גיין. כ'גלייב נישט אז סהאט א טשענס אין א מיליאן יאר. דא רעדט מען נישט פון קיין פייפליין פשוט פאר וואסער צום טרינקן אויף וואס מען שלאגט זיך אויך. דא רעדט מען נישט פון אפקויפן הייזער אויף סערפי מערפי אויף וואס מען האט געדרייט א קאפ דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים. חברה ס'טוט מיר לייד צו זאגן אבער אלץ א תושב דא מיין גאנצע לעבען זאג איך אייך מיט ווייטאג. נעווער... ס'קען פשוט נישט געשען. כהאף נאר אז געלב האט געשריבן נא בעקסיס אויף די אפליקאציע געלטער. כא כא כא

עקטשויעלי האט עס כמעט א הינדערט פראצענט טשענס דורעכציגיין. פאשטייט זיך נישט מרצונם הטוב נאר דורעך דעם שופט. די מאנרא אנעקסעישאן איז יא דא א טשענס אז סזאל נישט אנקומען און קארט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:28 am
דורך shem-tov
איך הער וואס איר זאגט. אבער הערט גוט אויס ווואס איך זאג אייך. נעווער אין א מיליאן יאר. נישט אין מאנרא און נישט אין וואדבערי. ואין לי פנאי להאריך היום בענין זה אבער זאלסט וויסן יא ס'איז דא א סיבה פארוואס די ווילעדש האט גענומען געלב, און ס'איז אויך דא א סיבה פארוואס די ווילעדש טוט עס אפי' ווען זיי ווייסן גאנץ פיין אז ס'האט נישט קיין טשאנס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:35 am
דורך shem-tov
מ גפני האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים

פארוואס זאגסטו אזוי? די אלע לאטס וואס מ'וויל אנעקסירן האבן די בעלי בתים אינטערגעשריבן אז זיי זענען מסכים, די איינציגסטע זאך וואס די ווילידזש נעמט צו פון אנדערע איז די טעקסעס, זאג די מיר פארוואס דארפן די אלע אידן צאלן סקול טעקס פאר מאנרא-וואדבערי סקול דיסטריקט ווען זיי האבן נישט קיין שום נוצן פון זיי, ניטאמאל באסעס?

אה ממש א מחי' גרינג צו פארשטיין. לאמיר נאר טאקע מסביר זיין פארן גוי אז נישט נאר איז דער רעקארד געווען גערעכט ווען ער פלעגט ווארפן א פחד ווען אימער א יודל האט געקויפט א כאטקע אויפן גוי'ס בלאק, נאר מען גייט עס גאר אלעס איבערשרייבן פארן מאנסטערישן קעי דשעי. און אין בלויז 01 יאר גייען מיר שוין האלטן ביי טשעסטער אה ממש א נחת דער גוי וועט זיך שוין גארנישט מער דארפן פלאגן מיר וועלן אלעס שיין פירן. ווער סהאלט אז סגייט אדורך גיין ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס ס'טוט זיך אין מאנרא. פון געלב איז נישט קיין ראי' דאס איז זיין פרנסה אבער די ווילעדש חברה די געשליפענע קארפן קעפ גדלי' וכת דיליה ווייסן פונקטלעך ווי דאס גייט אנקומען

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:48 am
דורך shem-tov
ס'ארא ליצנות דא איז פארגעקומען קומט זיך איינער און דרייט א קאפ מיט זיינע חלומות. מען כאפט הונדערטער הייזער און מען גייט מאכן א לעבן. מען באווארפט מיט געלט על לא דבר. תפסת מרובה לא תפסת. בראך'ס לאט מיט נאך עטליכע גרויסע וואלט נאך אפשר געגאנגן אבער נישט אויף דעם סיסטעם.די חברה גייען איבערקערן וועלטן אויף אן אופן וואס זיי האבן נאך קיינמאל פריער געטאן וזה אינו כדאי פאר די ווילעדש

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:23 pm
דורך נאטרוליסט
שם-טוב?

פארוואס האט מען געמעגט מופן קיין קרית יואל תשל"ד? האט מען דעמאלט נישט אויפגערעגט די שכנים?
פארוואס אין בלומענבערג הייסט דאס נישט איבערקערן א וועלט און ארויסטראסקען אלע גוי'אישע איינוואוינער?

ביטע זיי מסביר פאר דיר(!)
מיר פארשטייען שוין פיין ב"ה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:39 pm
דורך שעפטל
berlbalaguleh האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

נו, ציונות. איך בין מוחה. איך וואונדער מיך וואס הרב ישראל מ. סופר שליט"א האט צו זאגן איבער ד'עים ענין. וויאזוי טייטשט ער עס אויס?! :roll: :roll: :roll: :? 8-) :x :P :oops: :cry: :o

פיינע קאווע האט געשריבן:איז נישט געלב א זאלי ? סתם איטערסאנט צו וויסן די פאקטען

האנישט מורא ישראל מ. דארף זיך דא האלטן ס'פיסק.... און דו פרעג פארוואס מ'האט גענומען געלב...

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:40 pm
דורך signout
גראדע האט מען אין קרית יואל נישט געווארפען קיינעם, עס איז געווען א גרויסע טאון אין די אידן האבען געוואלט בויען א געגנט אין זייער טאון, אנדערש ווי יעצט ווען די אידן ווילן איבערנעמן די וויליזש מיט זייער שאפינג סענטער אין אלעס דערינען אז די גוים זאלען מוזן גיין, אבער וואס זאל מען טוהן אז די גוים טוהן אין וויליאמסבורג די זעלבע מיט אינז זיי קויפן אויס אינזערע הייזער פאר גרויס געלט אין מיר האבען נישט ווי צו וויאנען

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:16 pm
דורך shem-tov
נאטרוליסט האט געשריבן:שם-טוב?

פארוואס האט מען געמעגט מופן קיין קרית יואל תשל"ד? האט מען דעמאלט נישט אויפגערעגט די שכנים?
פארוואס אין בלומענבערג הייסט דאס נישט איבערקערן א וועלט און ארויסטראסקען אלע גוי'אישע איינוואוינער?
ביטע זיי מסביר פאר דיר(!)
מיר פארשטייען שוין פיין ב"ה.

דאס איז טאקע מיין נקודה ביז היינט איז אלעס געווען איבער אויפרעגן. אז דער גוי רעגט זיך אז איך קויף א הויז קען מען אים האבן אין דער ערד מיר דארפן טאן וואס מיר דארפן טאן. דא רעדט מען קלאר פון איבערנעמן גאנצעטע באוואוינטע שטחים. מיט נאך שווערע טעקס דאלארן. אין אויף דעם וועלן מיר נישט קענען זאגן אז מיר מוזן האבן וואסער אדער אז מען לאזט אונז נישט לעבן. בקיצור איך זיך מיך נישט דא איינצורייסן מיט קיינעם איך האב פלעין געזאגט מיין מיינונג אלץ א קרית יואל געבוירענער וואס קען זיך גרונטליך אויס אין די ענינים. בכלל אין אמעריקע אין עני טאון פאסירט נישט אזעלעכע זאכן אפי אוועקצונעמן א שטיינדל קען מען זיך רייסן יארן לאנג. איבערהויפט דא רעדט מען פון קעי דשעי מיט איר היסטארי מיט די שכנים

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:24 pm
דורך שעפטל
shem-tov האט געשריבן:

וועלכע באוואוינטע????? מ'גייט ארייננעמען די שכנים ערלים אין קרית יואל???

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:38 pm
דורך shem-tov
באוואוינט מיט יודן וואס צאלן טעקס פאר די בענעפיט פאר די יודן. גארביטש. סוער. הייוועי. באסעס. אלעס אזוי ווי אין יעדע טאון אין אמעריקע. זאג מיר איין סיבה פארוואס דער גוי זאל מסכים זיין אויפצוגעבן שטחים און איך וועל דיר זאגן צען פארוואס נישט. תשל"ד האט מען גערעדט פון א מדבר שממה. א פארם . און דא קוקן זיך די שכנים צו וואס מען האט זיי אלץ אפגעטאן אויפגעבויט אויף דעם ארימען פארם גג על גג און דא זאל ער נאך מסכים זיין אויף נאך. איך קען דיר שרייבן א מגילה פאראויס וואס דא גייט פאסירן אין די נעקסטע 10 יאר אבער איין זאך זאלסטו געדענקן דער ענעקסעישאן פראדזשעקט קען נישט געשעהן. פשוט אוממעגליך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:43 pm
דורך shem-tov
מען קען דאך נישט שרייבן אלעס וואס מען ווייסט. כ'האב שוין אסאך צייט פארברענגט איבער די נושא צו סלוינט זיך בכלל פארן יודישן אייגענטומער צו זיין אונטערן בעלות פון מאנרא-וואדבערי אדער אונטער קרית יואל. נישט יעדער יודישער איינוואוינער האלטס סאיז לטובה. אבער מיט דעם האט געלב שוין געווינען ווי מען האט געשמועסט ער האט שוין ארויסגעטשעקט

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:05 pm
דורך נאטרוליסט
shem-tov האט געשריבן:באוואוינט מיט יודן וואס צאלן טעקס פאר די בענעפיט פאר די יודן. גארביטש. סוער. הייוועי. באסעס. אלעס אזוי ווי אין יעדע טאון אין אמעריקע. זאג מיר איין סיבה פארוואס דער גוי זאל מסכים זיין אויפצוגעבן שטחים און איך וועל דיר זאגן צען פארוואס נישט. תשל"ד האט מען גערעדט פון א מדבר שממה. א פארם . און דא קוקן זיך די שכנים צו וואס מען האט זיי אלץ אפגעטאן אויפגעבויט אויף דעם ארימען פארם גג על גג און דא זאל ער נאך מסכים זיין אויף נאך. איך קען דיר שרייבן א מגילה פאראויס וואס דא גייט פאסירן אין די נעקסטע 10 יאר אבער איין זאך זאלסטו געדענקן דער ענעקסעישאן פראדזשעקט קען נישט געשעהן. פשוט אוממעגליך.

פון שם-טוב'ס מויל צו קאווע שטיבל'ס אויערן... איך קען נישט אויפהערן לאכן פון נאאיוויטעט. לעגאל "מוז" מען מיך לאזן אנעקסירן צו אן אנדערן טאון אדער ווילידזש, אויב מיינע סערוויסעס זענען בעסער ווי דאס וואס איך פארמאג איצט. דאס איז לעגאל. קאווע שטיבל האט אפשר אנדערע געזעצן. אבער אין אמעריקע איז דאס דערווייל LAW.

ביי די וועי, אין בלומינגבערג זען די שכנים ווי עטליכע אידעלעך גייען זיך אריינריקן על מנת ארויסצוריקן די אלט-געזעצענע גוים. די אידן גייען איבערנעמען דעם ווילידזש און טוישן "זייער" לעבנ'ס שטייגער. פינקט פארקערט ווי די אנעקסעישאן אין קרית יואל, וואס נעמט אוועק די אידן פון טאון קיין קרית יואל. דער גוי ווערט נישט אפעקטירט קיין זוז-כלשהו.

אלזא דיינע רעטאריק זענען בעיסלעסס און זינלאז!

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:15 pm
דורך shem-tov
ממש אלעס א מחי צוביסלעך גיימער טאקע אלעס אנעקסירן פונקט ווי נאטרוליסטערס געזעץ שרייבט פאר. א שאד מע'האמער נישט די זעלבע געזעצן אין די מידל איסט וואלט דאך אלעס געווען בשלום ושלוה

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:11 pm
דורך מ גפני
שעפטל האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:שם-טוב?

פארוואס האט מען געמעגט מופן קיין קרית יואל תשל"ד? האט מען דעמאלט נישט אויפגערעגט די שכנים?
פארוואס אין בלומענבערג הייסט דאס נישט איבערקערן א וועלט און ארויסטראסקען אלע גוי'אישע איינוואוינער?
ביטע זיי מסביר פאר דיר(!)
מיר פארשטייען שוין פיין ב"ה.

דאס איז טאקע מיין נקודה ביז היינט איז אלעס געווען איבער אויפרעגן. אז דער גוי רעגט זיך אז איך קויף א הויז קען מען אים האבן אין דער ערד מיר דארפן טאן וואס מיר דארפן טאן. דא רעדט מען קלאר פון איבערנעמן גאנצעטע באוואוינטע שטחים. מיט נאך שווערע טעקס דאלארן. אין אויף דעם וועלן מיר נישט קענען זאגן אז מיר מוזן האבן וואסער אדער אז מען לאזט אונז נישט לעבן. בקיצור איך זיך מיך נישט דא איינצורייסן מיט קיינעם איך האב פלעין געזאגט מיין מיינונג אלץ א קרית יואל געבוירענער וואס קען זיך גרונטליך אויס אין די ענינים. בכלל אין אמעריקע אין עני טאון פאסירט נישט אזעלעכע זאכן אפי אוועקצונעמן א שטיינדל קען מען זיך רייסן יארן לאנג. איבערהויפט דא רעדט מען פון קעי דשעי מיט איר היסטארי מיט די שכנים

וועלכע באוואוינטע????? מ'גייט ארייננעמען די שכנים ערלים אין קרית יואל???

שם-טוב ביטע ענטפער אויף די קשיא, איך האב עס אויך געפרעגט און די דרייסט זיך ארויס פון ענטפערן א קלארע תשובה

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:17 pm
דורך דער (פינטעל) איד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=m2FaX8No8V4[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:באוואוינט מיט יודן וואס צאלן טעקס פאר די בענעפיט פאר די יודן. גארביטש. סוער. הייוועי. באסעס. אלעס אזוי ווי אין יעדע טאון אין אמעריקע. זאג מיר איין סיבה פארוואס דער גוי זאל מסכים זיין אויפצוגעבן שטחים און איך וועל דיר זאגן צען פארוואס נישט. תשל"ד האט מען גערעדט פון א מדבר שממה. א פארם . און דא קוקן זיך די שכנים צו וואס מען האט זיי אלץ אפגעטאן אויפגעבויט אויף דעם ארימען פארם גג על גג און דא זאל ער נאך מסכים זיין אויף נאך. איך קען דיר שרייבן א מגילה פאראויס וואס דא גייט פאסירן אין די נעקסטע 10 יאר אבער איין זאך זאלסטו געדענקן דער ענעקסעישאן פראדזשעקט קען נישט געשעהן. פשוט אוממעגליך.

ביי די ציונים אין מדינת ישראל האט מען אויכעט נישט געחלומ'ט אז די מדינה גייטצעך אזוי שטארק פארברייטערן און אייננעמען טויזנטער קילאמעטערס פון שטחים. און די גאנצע גוי'אישע וועלט און די יו.ען קריצן מיט די ציין. און די נטורי קרתא רעיגן זיך און שעלטן די ציונים טאג און נאכט. כ'האב שטארק מורא אז אין א פאר יאר ארום וועט מען שוין נישט דערקענען קיין חילוק פון קרית יואל מיט די מדינה. אין קר"י האט שוין די פאליציי אויכעט געשלאגן ערליכע אידן (א פאר משוגעים(. :roll: :? 8-) :lol: :x :P :oops: :cry: :o
נ.ב.: כל הנ"ל נכתב בבחינת משנכנס אדר מרבין בשמחה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:02 pm
דורך shem-tov
לאמיך דיר פארשטיין געבן. פון ווען וועלט איז וועלט האט מען זיך דאס מערסטע געקריגט איבער שטחים. יא דאס נעבעכדיגע אומשולדיגע לאנד וואס איינער טענהט אז סאיז זיינס און דער צווייטער טענהט אז סבאלאנגט פאר מיר. קין און הבל האבן זיך געהרגט פאר לאנד. אברהם מיט אבימלך. די רומים. אייביג און אלעמאל איז דאס געווען דער יסוד פאר מלחמהס און הריגות. ארץ ישראל הרגט זיך פאר לאנד. לערן דיך אויס סאיז נישט דיינס איז עס נישט דיינס. קענסט עס אפקויפן און איבערנעמן אבער סהאט א בעה"ב און יענער האלט דיר עס נישט ביים געבן. ווילסט גיין אין מלחמה, הצלחה רבה.

קרית יואל פרובירט און סקומט זיי קרעדיט מען דארף טרייען אבער מיר קוקט עס אויס ווי אוממעגליך.

אלעס וואס מען האט געטאן ביז היינט האט זיך געלייגט אויפן שכל. וואסער. בויען ברייט. די ווילעדש אבער דאס אנעקסן איז עפעס א מין צודרייטער חלום ואינו יודע מה היא

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:17 pm
דורך נאטרוליסט
shem-tov האט געשריבן:לאמיך דיר פארשטיין געבן. פון ווען וועלט איז וועלט האט מען זיך דאס מערסטע געקריגט איבער שטחים. יא דאס נעבעכדיגע אומשולדיגע לאנד וואס איינער טענהט אז סאיז זיינס און דער צווייטער טענהט אז סבאלאנגט פאר מיר. קין און הבל האבן זיך געהרגט פאר לאנד. אברהם מיט אבימלך. די רומים. אייביג און אלעמאל איז דאס געווען דער יסוד פאר מלחמהס און הריגות. ארץ ישראל הרגט זיך פאר לאנד. לערן דיך אויס סאיז נישט דיינס איז עס נישט דיינס. קענסט עס אפקויפן און איבערנעמן אבער סהאט א בעה"ב און יענער האלט דיר עס נישט ביים געבן. ווילסט גיין אין מלחמה, הצלחה רבה.

קרית יואל פרובירט און סקומט זיי קרעדיט מען דארף טרייען אבער מיר קוקט עס אויס ווי אוממעגליך.

אלעס וואס מען האט געטאן ביז היינט האט זיך געלייגט אויפן שכל. וואסער. בויען ברייט. די ווילעדש אבער דאס אנעקסן איז עפעס א מין צודרייטער חלום ואינו יודע מה היא

פון יעדע איינציגע שורה דיינע קוקט אויס אז דו האסט א נארישע פאליטישע אגענדע. דיין מח לאזט דיך נישט טראכן אינדרויסן פון דיין "שעל".
עס זיצן לאיערס, עס זיצן פלעננערס, עס 7ענען אינוואלווד מיליאנען דאלער, הונדערטער מענטשן פון אלערליי שיכט מענטשן, יעדער פארשטייט גענוי, און דאס נאאיוו אינגל מיט בני יואל ברילן, קאפעט און שטויסט!

וואס נאך וואלסטו געוואלט אז עס יא אדער נישט פאסירן???

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 8:04 pm
דורך לעמבערג
KJ attorney suggests anti-annexation movement stems from anti-Semitism

http://thephoto-news.com/apps/pbcs.dll

A letter from Assemblyman James Skoufis to DEC Commissioner Martens urging him to designate the Monroe-Woodbury Central School District or DEC as lead agent in the 507-acre…

http://www.scribd.com/doc/206974787/Skoufis-DEC-Annexation-Letter