בלאט 1 פון 1

מעגן פרויען גיין אין תפילין וציצית?

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:48 pm
דורך הוגה
[justify]לעצטענס טוט זיך א שערורייה איבער אן ארטאדאקסישע מיידל שולע אין נו יארק וואס האט איינגעשטעל אן אפיציעלע פאליסי אז מיידלעך מעגן גיין אנגעטון מיט תפילין בשעת'ן דאווענען. אין די חרדי'שע וועלט האט מען זיך כמעט נישט געקימערט מיט די נייעס צוליב דעם וואס עס איז זיי דערווייל בכלל נישט נוגע. אבער אין די מאדערנ-ארטאדאקסישע וועלט האט זיך געקאכט ווי א קעסל. די מער רעכטע רבנים האבן שטארק פארדאמט די אקט, אבער די מער ליבעראלישע געשטימטע אפענ-ארטעדאקסישע רבנים טענה'ן אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם דערמיט.

ווען די מעשה איז ארויסגעקומען האב איך מיר באלד געוואונדערט פארוואס טאקע זאל א פרוי נישט מעגן לייגן תפילין? איה"נ אז זיי זענען נישט מחויב, אבער מ"ש תפילין פון שופר אדער לולב אדער עני אנדערע מצוות וואס זיי טוען טראץ דעם וואס זיי זענען נישט מחויב?

די וואך איז ארויסגעקומען א גאר שארפע תשובה פון הרב הערשל שעכטער פון YU איבער דער ענין. בעיקר איז ער מבאר אז היינטיגע טעג איז עס אסור משום דרכי המינים. איך וואונדער מיר אבער וואס איז די סיבה אז פונקט די מצוה פון תפילין וציצית האבן די פרויען גענצליך מזניח געווען מער ווי אנדערע מצוות? לאמיר דא הערן די צד האוסרים און די צד המתירים.

היינט צופרי האט מיר איינער פונקט געשוקט א לינק וואו עס ווערט געברענגט אז די סאטמארער רבי ז"ל'ס ערשטע רעביצן איז געגאנגן מיט ציצית און א גארטל. זעהט מען פון דעם אז כבר היו לעולמים. ואולי יש לחלק צווישן בצנעא און בפרהסיא. לאמיר הערן אלע צדדים.


.[/justify]