בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:43 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:די בילד איז שוין עניוועי געוועהן זייער שטארק צושפרייט.
לשיטתך אז ס'איז עניוועי שטארק צושפרייט איז וואס איז די פראבלעם ארויפצולייגן פארמעקטערהייט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי.
גערעכט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:45 pm
דורך שמואל הלוי
עכ"פ דו האלסט טאקע אז ער האט גארנישט געשפירט און ביז עס איז פארשפרייט געווארן האט ער נישט געוואוסט דערפון?
מאכט נישט קיין סענס...
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:47 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז ס'מאכט זייער סענס!
ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז שעמעדיגע אידל, מ'קען זעהן אויף אים ווי פארלוירען ער איז אויף דעם בילד. ס'מאכט זייער סענס אז ער איז זייער פארלוירען געווארן און ער האט נישט געכאפט וואס טוט זיך מיט אים. און אזוי איז טאקע געוועהן די מעשה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:50 pm
דורך שמואל הלוי
אוודאי איז ער א וואוילע איד, און קען זיין ער איז געווען צומישט און פארלוירן, אבער ס'מיינט נאכנישט אז ער האט נישט געפילט. איך וואלט ענדערש געזאגט (ווי שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה) אז ער האט נישט געוואוסט אז ס'איז א פרוי.
ס'איז טאקע א מצוה דן צו זיין לכף זכות אבער ס'דארף מאכן סענס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:51 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
איך האב נישט געזען דאס בילד אדער געלייענט די נייעס. איך האב עס באקומען (מער פון איינמאל) און באלד אויסגעמעקט. יעדן וואס האט עס מיר געשיקט, האב איך געענטפערט מיט א פסק פאר'ן עס שיקן, מיט א בקשה ער זאל אין דער צוקונפט עס מער נישט טאן.
ניין, כ'בין נישט קיין אויסגעארבעטער מענטש. איך האב נאר נישט ליב דעם טעם פון מענטשליך בלוט. ס'איז פלעין -- פעכי. א געבראטן שטיל פלייש על הגריל מיט א לאפא און ספייסי פרייס זענען מער צו מיין געשמאק.
איך שרייב עס דא, ווייל ביי אן אנדערער אזא סארט געשיכטע האט א חבר מיינער שפעטער מיר געזאגט אז מיין ענטפער צו אים (=ער זאל מיר אזעלכע מער נישט פארווארדן) האט אים געמאכט טראכטן, און ער האט טאקע אויפגעהערט. אויב וועט מיין תגובה יעצט גורם זיין עמיצן עס נישט צו טאן, אפילו נאר איין מאל, וועט די תגובה זיך מיר האבן אויסגעצאלט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:53 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שמואל הלוי האט געשריבן:אוודאי איז ער א וואוילע איד, און קען זיין ער איז געווען צומישט און פארלוירן, אבער ס'מיינט נאכנישט אז ער האט נישט געפילט. איך וואלט ענדערש געזאגט (ווי שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה) אז ער האט נישט געוואוסט אז ס'איז א פרוי.
ס'איז טאקע א מצוה דן צו זיין לכף זכות אבער ס'דארף מאכן סענס.
אפשר זאלן מיר ליבערשט אויפהערן אים דן-זיין לכף סיי וועלכער זייט? נישט מיין (און דיין און קיינעמס) עסק. לאז לויפן. ס'איז דא גענוג פון וואס צו רעדן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:56 pm
דורך קרעקער
סאיז א פאשטינקענע עדיטוד פין דו אויפגעקלערטע ענדערש צי גלייבען דע גוי פין פייסבוק וועם מקען אפילי נישט, ער קען זיין א מיאוס'ע פרוי, ואס זיין מעשה הייבט נושט אן צי מאכען סענטס, ער טאנעט אז דו פרוי האט געוויינט אז ער האט איר געוואלט ר.. אין אפען פיקשטער זעט מען וי זי לאכט, ענדערש ווי דע אידס וערסיע
פארוואס?
איך מיין דעס איז דו גרעסטע חורבן פינעם אינטערנעט
עמיר טאקע גיין צי כיניס כלל ישראל
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:58 pm
דורך [NAMELESS]
קרעקער האט געשריבן:סאיז א פאשטינקענע עדיטוד פין דו אויפגעקלערטע ענדערש צי גלייבען דע גוי פין פייסבוק וועם מקען אפילי נישט, ער קען זיין א מיאוס'ע פרוי ואס שטינקעט א מייל ווייט, ואס זיין מעשה הייבט נושט אן צי מאכען סענטס, ער טאנעט אז דו פרוי האט געוויינט אז ער האט איר געוואלט ר.. אין אפען פיקשטער זעט מען וי זי לאכט, ענדערש ווי דע אידס וערסיע
פארוואס?
איך מיין דעס איז דו גרעסטע חורבן פינעם אינטערנעט
עמיר טאקע גיין צי כיניס כלל ישראל
איך בין מסכים מיט דיר. אבער די האסט א פארשטינקעטע עדיטוד צו ניצן די ווארט "פארשטינקען"
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:05 pm
דורך John Doe
יעדער האט מעשים וואס זיי וואלטן נישט געוואלט די גאס זאל רעדן דערפין. People make mistakes. צו אזוי צו אזוי איז אן עבירה צו שפרינגען אויף יענעם׳ס בלוט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
וואס זאגט די עולם אז מ'זאל שוין אפשפארען די אשכול?? יעדער האט שוין געזאגט זייערס און ס'געניג.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:17 pm
דורך שמואל הלוי
פעלט נישט אויס קיין פארשפארעכטס, גיב עס אפאר שעה און ס'וועט אנהייבן צו זינקען אינעם תהום טיפער און טיפער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 5:34 pm
דורך חד גדיא
איך בין מיט ראשעקאל. ראשעקאל נתן - ער האט געגבן די אשכול. ווייל מ׳דארף ענטפערן אזא שמוציקע בלבול. וראשעקאל לקח - יעצט דארף מען עס אפשפארן און אויפהערן קריכן אין יענעמס קישקעס. ווי פשוט קאמפ׳ האט געשריבן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 5:35 pm
דורך שמואל הלוי
ס'איז שוין געווען אויפן וועג אראפ אין בעיסמענט, ווער האט דיר עס געהייסן צוריק ארויפשלעפן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:07 pm
דורך smart
עס איז א גרויסע רחמנות אויף א אידיש קינד וואס איז געווארען א קרבן פאר די רייצינדע מידיא וואס לעכטס נאך עפעס אינטרעסנט (בפרט עפעס שמוציג אויפן עם הנבחר...)
אנדערע זאגען אז דן לכף זכות זיין איז נאר ווען עס מאכט סענס וכו' , איך מיין אז דא מאכט סענס מען קען זאגן עטליכע זאכן איינס טאקע וואס דער בעל מחבר האשכול האט געזאגט אז עס איז געשען פרצופל ( בעיני איז דע גרסה סענסליסט ווייל עס איז צו ניכר און אויך איז עס נישט אויפן גאס)
יאך וואלט געזאגט אז צוליב ביזנעס וכודמה האט ער זיך געלאזט פאטאגראפירן און נישט חלומדיג אין וויסטין חלום אז עס וועט ווערן פאבלעסירט
לאמיר אים דן לכף זכות זיין איך שהיה המעשה
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:16 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
אז שוין יא צוריק אויבן, לאמיך נאר צולייגן א צוויי-דריי נקודות וואס איך וואלט דעם יונגערמאן געזאגט:
וואס ער זאל נאר יא אדער נישט האבן געטאן, איז נישט ערגער און נישט בעסער ווי עבירות וואס רוב היינטיגע יונגעלייט טוען אמאל. (איך מיין נישט דווקא איין ספעציפישן סוג פון עבירות, נאר בכלל.)
א סך יונגעלייט וואס באגייען הארבע עבירות, שעמען זיך נישט אויפצוטאן דערמיט פאר זייערע נאענטע חברים. (אחוץ אויב האט ער פון וואס מורא צו האבן. בכל אופן, איז עס אין א סך פעלער נישט די בושה וואס האלט אים אפ פון דערציילן.)
יעדער ווערט אמאל נכשל אין עפעס אן עבירה. רוב פון אונז זענען שוין נכשל געווארן אין אן עבירה וואס ע"פ איין פלאץ אין זוהר העלפט נישט קיין תשובה, און ווערט בכל אופן באטראכט אין אונזער לאגער ווי איינע פון די הארבסטע זאכן.
אלא מאי, מיט וואס איז אזא געשיכטע אנדערש? צוויי זאכן: קודם, דאס געפיל פון ווערן געכאפט ביי דער מעשה; צווייטנס, אז יעדער רעדט דערפון. למעשה אבער, מענטשן לייגן נישט קיין אכט אויף די צוויי פרטים. מענטשן האבן ליב "גאסיפ". זיי מיינען נישט דעם מענטש. רוב וועלן אים אפילו נישט דערקענען אויב וועלן זיי אים זען. אויך: היינטיגע צייטן געדענקט מען אזא געשיכטע מערסטנס פאר א פאר וואכן. קיין פערמאנענטער פלעק בלייבט זיכער נישט, ווייל דער היינטיגער דור יונגעלייט "גיט נישט קיין damn" (שטימט?); ווי אויך, וועט מארגן און איבערמארגן און נעקסטע וואך און קומענדיגן חודש זיין פרישע נייעס...
איך האב באקאנטן וואס איז אמאל געווען אין דעם יונגערמאנ'ס שיך. יענער איז פשוט אנגעגאנגען מיט'ן לעבן, מער-ווייניגער, ווי נארמאל. ער האט פרובירט נישט טראכטן פון די "בושות". ביז 2 וואכן האט קיינער נישט געדענקט זיין נאמען.
זאל דער יונגערמאן זיך נישט ארומדרייען מיט שולד געפילן אדער בושות. עס איז באמת קיינעמס געשעפט און עס גייט באמת קיינעם נישט אן. מענטשן זענען סך קורצזיכטיגער און סך מער פארנומען טראכטן וועגן זיך, ווי עס קען אויסזען. באמת, איך וואלט מיט אים איינגעקלאפט א גוטס, און שמחת פורים לנו ולכל ישראל. איך ווייס נאר נישט ווער ער איז. (איך קען נאך אלץ נישט דעם נאמען -- בעליוו איט אר נאט.) יתכן מיר זענען גאר נאענטע חברים...
און יעצט -- נידער מיט'ן אשכול!
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 7:10 pm
דורך הערשל
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז שוין געווען אויפן וועג אראפ אין בעיסמענט, ווער האט דיר עס געהייסן צוריק ארויפשלעפן?
גוט אז מ'האט עס ארויפגעברענגט ווייל בדידי הוא עובדא.
מיט עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אויף א משפחה נסיעה צום הייליג לאנד ארץ ישראל און איינע פון די טעג בין איך געווען ביי קברי צדיקים און כ'בין געווען מלובש מיטן הוט און רעקל.
אינמיטן זענען מיר געגאנגען בשכינות פארבייסן און שפאצירנדיג האב איך באגעגנט א רוס וואס איז געגאנגען מיט זיין נקיבה און ער האט זיך אפגעשטעלט און מיר געפרעגט אויב ער קען כאפן א בילד פון מיר, היות ער זעט נישט קיין סאך אזעלכע חסידים (כאטש אין ישראל זענען דא פיל פון די "שווארצע הוטן", איז ער אבער געווען פריש דארט) און איך האב פארשטייט זיך מסכים געווען. שטייענדיג אזוי גרייט, און ער מיטן קאמערא אין דער האנט, געט ער א זאג פאר זיין שיקסע אין רוסיש אז זי זאל זיך אהינרוקן צו מיר, און תוך כדי דיבור האט זי זיך צו מיר צוגערוקט און ארויפגעלייגט איר האנט ארום מיין האלז, אקוראט ווי מ'זעט אויף דעם בילד.
ממילא איז פאר מיר בכלל נישט שווער אים צו דן זיין לכף זכות, ווייל א בילד פון מיר ליגט ביי איינעם א רוס און קען עס אין א ליאדע טאג ארויפלייגן אויף דער אינטערנעט, און נאך צולייגן א שמאלציגע מעשה דערצו.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:32 pm
דורך קרעקער
איך בין מסכים מיט דיר. אבער די האסט א פארשטינקעטע עדיטוד צו ניצן די ווארט "פארשטינקען"
מיין ווייב טענהט אויך אזוי
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:37 pm
דורך יידל
איך האלט ווי שמואל. לאז עס פאלן אריין אין תהום.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 1:07 am
דורך טאמבל סאס
איך האב געזעהן דעם בילד ביי מיין חבר אויפן טעלעפאון און כ'מוז זאגן כ'האב געכיכקעט פאר קאטאוועס. אבער יעצט אז איך זעה דעם אשכול טוה איך דעפענטלי אים דן זיין לכף זכות, אויך נאכדעם וואס כהאב דורך געלייענט אלע תגובות פון די וואס באלעקן זיך און האבן א אמונה פשוטה און אזעלכע שמאלציגע זאפטיגע לשון הרע מעשה'לעך.
אלזא ס'האט זיכער יא עפעס אויפגעטוהן .