נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:55 pm
שעפטל האט געשריבן:די רבי איז יעצט ביים ראב"ד ירושלים שליט"א, און זיך איינגעשפארט פריוואט
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=5904
שעפטל האט געשריבן:די רבי איז יעצט ביים ראב"ד ירושלים שליט"א, און זיך איינגעשפארט פריוואט
שעפטל האט געשריבן:יעצט איז דער גאב"ד אנגעקומען
שרייבער האט געשריבן:באריכט פון בחצרות סאטמאר
ביקור קודש בארה"ק – ערשטן טאג
יום ד' פ' ויקהל
צהלו ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל.
היינטיגן טאג האט דאס יהדות החרדית בארה"ק געהאט די זכי' מקבל צו זיין פני מאן מלכא רבנן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכער איז אנגעקומען בשטומ"צ אויף א ביקור קודש אין ארה"ק.
ווי באריכטעט איז דער פליגער פון רבי'ן שליט"א אפגעשטופט געווארן אויף עטליכע שטונדן. דער רבי שליט"א האט פארלאזט מעון קדשו אין קרית יואל דינסטאג נאכמיטאג אום 4:00 אזייגער אויפ'ן וועג קיין נוארק לופט פעלד, ווי עס האבן שוין אפגעווארט די עסקנים הדגולים, שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, הרב יואל אייזדארפער הי"ו און הרב מענדל קארלבאך הי"ו פאורט אוטאריטי טשאפלעין'ס וועלכע האבן שוין געהאט צוגערישט די נויטיגע הכנות אין לופט פעלד.
שרייבער האט געשריבן:דער רבי און די פמליא און באגלייטערס הנדבנים החשובים הנגידים תומכי המוסדות וראשי קהלתינו פון ניו יארק זענען אריין אין ספעציעל צוגעגרייטן ציממער און ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א און דער פמליא ארויף אויפ'ן פליגער.
קורץ נאך 7:00 אזייגער האט זיך דער פליגער בשטומ"צ געהויבן און פארלאזט ניו יארק מיט'ן ריכטונג אויפן וועג קיין ארה"ק.
שרייבער האט געשריבן:ביים זמן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, און עטליכע שעה שפעטער נאך ווי עס איז געווארן ליכטיג האבן זיך געשטעלט די מניים שחרית אויפ'ן פליגער.
שרייבער האט געשריבן:היינט – מיטוואך בערך בשעה 12:25 – לאקאלער צייט אין ארץ ישראל (5:25 פארטאגס ניו יארק'ער צייט) האט דער פליגער פון מרן רבינו שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין ארה"ק, ווי דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורך די רבני וראשי קהלתינו הק' פון ארה"ק.
שרייבער האט געשריבן:דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צום שטעטל "סביון" נאנט צום לופטפעלד וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה קטנה יטב לב פון ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מתוך לימוד התורה.
לויט'ן ארגינעלן פלאן איז געווען געפלאנט אז די בחורים וועלן דאווענען תפילת שחרית מיט רבינו שליט"א, אבער ווי מיר האבן שוין געמאלדן נעכטן איז דער פליגער פון רבינו שליט"א אפגעשטופט געווארן מיט עטליכע שעה, און צוליב דעם האבן די בחורים געדאווענט שחרית אין ירושלים איידער זיי זענען ארויסגעפארן קיין סביון.
ווען די בחורים זענען אנגעקומען קיין סביון האבן זיי זיך געזעצט לערנען צוויי שעה ברציפות אלס הכנה דרבה צום ערשיינונג פון מרן רבינו שליט"א.
ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען האבן די בחורים ווייטער ממשיך געווען בלימוד התורה, רבינו שליט"א האט באגריסט דעם מנהל רוחני פון די בחורים הרה"ג ר' יודא ניילינגער שליט"א און די חשוב'ע מגידי שיעור, ווי אויך די חברי הנהלת המוסדות פון ירושלים אין שפיץ פון דעם מנהל המוסדות פון ירושלים הרה"ח ר' ישכר בצלאל יאקאב הי"ו. דערנאך האט דער רבי האט באטראכט וויאזוי די בחורים זענען עוסק בתורה, און האט שטארק הנאה געהאט פון די התמדת הלימודים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים טיש מיט די בחורים וואו די בחורים האבן געזינגען ווארימע ניגונים.
דאן האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים, דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די ירושלימ'ע בחורים איבער די וויכטיגקייט פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען צוויי שעה פאר'ן דאווענען. און איבער די וויכטיגקייט אויסצוניצן די בחורישע יארן צו הארעווען אויף לימוד התורה.
דער רבי האט אויך דערציילט אז ער הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די בחורים פון אנ"ש פון ניו יארק וועלכע באזוכן פון צייט צו צייט אין ירושלים און ברענגען פאר'ן רבי'ן גוטע גריסן איבער דעם גוטן נאמען פון די ישיבה קטנה אין ירושלים.
שרייבער האט געשריבן:דערנאך האט מען אריינגעברענגט די גווילים פון די נייע ס"ת וואס וועט אי"ה געשריבן ווערן לע"נ דעם חשוב'ן תלמיד הישיבה הב' ישעי' ע"ה ב"ר אורי יודא קויפמאן נ"י, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן לחיי העוה"ב. נאכ'ן אריינשרייבן אן אות אין די ס"ת
.שרייבער האט געשריבן:האט דער רבי געטרונקן לחיים און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן טאטן און די בני המשפחה פון דעם חשוב'ן בחור ע"ה, מיט ווארימע טרייסט וואונטשן שלא יוסיפו לדאבה עוד
שרייבער האט געשריבן:דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי' צו דאווענען תפילת מנחה אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, עס איז צוגעגאנגען צום עמוד איינער פון די חשוב'ע בחורים און די בחורים האבן געדאווענט מיט אן התלהבות און דערהויבנקייט.
שעפטל האט געשריבן:פריער איז די רבי אנגעקומען קיין ירושלים, און געגאנגן צום גאב"ד ירושלים שליט"א, געווען דארט בערך 10-15 מינוט.
שעפטל האט געשריבן:דאן איז רבינו שליט"א ערשינען צום צום גרויסארטיגן מעמד חנוכת הבית לרגל די אויפבוי פונעם נייעם הערליכן בנין הת"ת. אין זאל פון נוה ירושלים. וואו עס האבן זיך באטייליגט די חברי הבד"ץ העדה החרדית, ובראשם הגאב"ד והראב"ד שליט"א, האדמורי"ם מדושינסקי, תולדות אהרן, טשאקאווא, קהל חסידי ירושלים, פינסק קארלין, הרה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער, הרב דקהל פרושים, שליט"א, און נאך.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א פון ירושלים, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם די גאנצע קהילה, און ארויסגעברענגט דעם וואוקס פון די קהילה בליעה"ר וואס איז א גירא בעינא דשטנא, וואס אפילו ווען רבינו שליט"א געפונט זיך אין אמעריקא איז דער רבי פארבינדן מיט אונז, און מיט זיינע כוחות האלט זיך דער גאנצער ציבור.
שעפטל האט געשריבן:דערנאך האט דער דיין שליט"א אויסגערופן דעם פוסה"ד הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א, דער ראב"ד שליט"א האט צום ערשט באגריסט דעם רבי'ן מיט'ן ברכת ברוך הבא בשם ה', און ער האט ארויסגעברענגט אז מה' מצעדי גבר כוננו אז דער רבי וואס איז געקומען יעצט צוליב א חתונה איז אנגעקומען אין די זעלבע צייט וואס די רשעי ישראל זיצן און פארענדיגן די ביטערע גזירת הגיוס, און אין אזא זמן דארף דער עולם אין א"י אסאך חיזוק.
שעפטל האט געשריבן:דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט איבער דאס מסירת נפש נישט נהנה צו זיין פון די טריפה'נע געלטער ממקורות זרים, זאגנדיג אז נאר אזוי איז מען זוכה צו אזא כח הקדושה און מען דארף דעריבער מחזק זיין די אלע וואס לאזן זיך קאסטן אונטערצוהאלטן דעם הייליגן וואגן, און דערנאך האט דער רבי געזאגט אז קומענדיג קיין ארץ ישראל איז אנגעקומען די בשורה לא טובה איבער די פרישע שטאפלען פון דעם גזירת הגיוס, ביום הזה הובקעה העיר, און די רבי האט ארויסגעברענגט אז די רשעים האבן זיך פארלייגט אויסצורייסן די תורה ולהעבירם מחוקי רצוניך. און דער רבי האט געטייטשט דעם דרש פון חז"ל "שתשים סנהדרין אצל המזבח" אז סנהדרין איז מרמז אויף לימוד התורה, און דער מזבח איז מרמז אויפ'ן עקידת יצחק, און אויב וויל מען קענען לערנען און היטן די הייליגע תורה דאן דארף מען שטענדיג געדענקען די מסירות נפש פון די אבות ביי די עקידה, ווייל נאר מיט מסירת נפש קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן און איבערקומען די אלע שווערע גזירות, קיין שום אנדערע וועג נוצט נישט אויסער מסירת נפש וואס דאס האבן אונזערע עלטערן געטוהן.
דער רבי האט אויסגעשריגן פאר די בני ארץ ישראל אז דער יהדות החרדית אין חוץ לארץ שטייען צו זייער רעכטע זייט אין דעם מערכה, מען טוט און מען וועט ווייטער טוהן אלע מעגליכקייטן צו שטורעמען קעגן די ביטערע גזירה, און די אידן פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ טוען אינאיינעם אויסשרייען דעם "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" אויסרופנדיג אז מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס צו ראטעווען אונזער הייליגער עתיד.
שעפטל האט געשריבן:דערנאך איז מען ארויס אין התרגשות'דיגע ריקודין לויבנדיג דעם אויבערשטן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת. ביים ענדע האט רבינו שליט"א באגריסט אלע רבנים המשתתפים און פארלאזט דעם זאל בשעת דער עולם האט ממשיך געווען מיט די פייערליכע געזאנגען.