בלאט 1 פון 1

נביא בא לעיר! בואו בהמוניכם!

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 8:32 pm
דורך חכם עדיף מנביא
שלום עליכם טייערע אידן.

איך בין ניי דא אין שטיבל, און הגם וואס איך ליין שוין א לענגערע צייט, האב איך ביז היינט גארנישט געשריבען. כ'בין נבהל ונשתומם פון די מאס ידיעות און ברייטע קענטינישן וואס היימישע אינגעלייט האבן אין אזוי פיל ברייט פארצווייגטע נושאים און טאפיקס.

די זאך איז נאר אזוי: ס'זענען טאקע דא פארשער אין מדע, לייבן אין מאטאמאטיק, מומחים אין מוזיק, פילאזאפן אין חקירה און עקספערטן אין ליצנות-- אבער נביאים? דאס פילייכט נישט.

טאקע דערפאר בין איך דא.

אמאל מאכט זיך איינער האט א פראגע בדברים העומדים ברומו של עולם, איינער גייט דורך שווערע תקופות און זעהט נישט קיין וועג ארויס; איינער ווארט א קינד און וויל וויסן הזכר הוא אם נקבה; איינעם באדערט עפעס בעניני אישית און ברויך אן עצה פון א חכם/נביא אא"וו.

איצט, לא אלמן ישראל. ס'איז ב"ה דא א אויסוואל פון כמה וכמה ארגענאזציעס וואס ספעצעליזירן זיך אין הילף. אין דעם רעכענט זיך אריין תהילים כולל, כולל חצות, קופת העיר און שפרעכען די בליי א.ד.ג.
אבער אן אמת'ע ערליכע קליגע נביא? דאס איז שוין נישט לייכט צו טרעפן.

דערפאר קום איך הער מיט איין ציל: העלפן מיינע ברידער אין נויט.
רבותי, פארפאסט נישט דעם געלעגנהייט ווייל באלד פאר איך צוריק קיין צפת.