בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:36 am
דורך גנדי
איך האב געהערט קול מבשר. שטותים והבלים. יסודי הדת. וכו׳ וכו׳

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:14 pm
דורך טיטאניק
די מימרא "עליונים למטה ותחתונים למעלה" האט זיך נאך קיינמאל נישט אזוי גיט ציגעפאסט ווי עס פאסט צים היינטיגען דור עיקש
ווען דער המון עם איז פרימער פון פרים בשעת ווען די רבנים זענען כהיום ערגער פון ערג ליידער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:17 pm
דורך zurich
טיטאניק דאס איז פאר דיר

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0eaf568a98

די יושבי חושך גרייטען זיך מיט שמחה אויף די סטופיד אסיפע

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:29 pm
דורך טיטאניק
די אייוועליסטען, וואס שפילען ווי דער דבר אחר וואס לייגט ארויס זיינע געשפאלטענע קלאען צי זאגען "טהור אני" כאטש ער איז א חזיר און א חזיר וועט ער בלייבען
די אייוועליסטען זיצען אויף די אינטערנעט, קעגען די פסק פון די רבנים פארוועמען זיי נעמען זיך אן, און די נערישע קעפ פרייען זיך אז ענדליך גייט מען אראפ נעמען די """"סכנה""""" וואס הערשט אין די בארא פארקע גאסען, אזאש אז ממש מען קען נישט ארויס גיין, מען מיז זיצען אין שטיב אויף די וועב סיידסט ווייל מען ווערט צי ווארים אין גאס........................

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:10 pm
דורך zurich
סא טיטאניק דו טענהסט אז ס'איז א פראבלעים נאר ס'דא אנדערע פראבלעימען וואס מען דארף זיך ספראווענען פאר דעים ווי למשל מחלוקת איא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:28 pm
דורך איחוד פעלד
זיי זאגען אז עס איז ממש א סכנה צו גיין אין די גאס.

איך האלט מען זאל אסר'ן אלע מענער פין גיין אין די גאס, די פרויען מוזען דאך גיין אין גאס צו דער ארבעט, אבער מענער? מאן דכר שמיה. לערענסט דאך ממילא אין כולל, איז וואזשע גייסטו אין גאס? לערנען דאווענען? איז עס דאך א מצוה הבאה בעבירה. בלייב אינדערהיים, לערן דארט, דאווען דארט. און דיין ווייב וועט גיין אין גאס איינקויפען, האפענטליך וועט איר נישט שאטען די געפאסטע קליידער וואס אנדערע טראגען, און שלום על ישראל.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:13 am
דורך גם כי אלך
איינער האט עפעס דיטעילס פון די נעכטיגע אסיפה ? וואס איז געווען די נושא און וויאזוי האט מען עס פראקלאמירט ?

איך דערמאן זיך ווען רבי בערל כ"ץ האט פאראיאר אויסגעשריגן אין עטרת אברהם פאר טויזטנער פרויען, אז מען זאל אהיימגיין און קלאפן אויפן טיש פאר די מענער, אז ניין, איך וויל נישט מער אזא הנהגה, די מענער וועלן זיך מוזן ברעכן... אוי לאזנים שכך שומעות.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:23 am
דורך venus
אליבא דאמת האט געשריבן:איך האב לעצטענס באקומען א לינק צו א נייע בלאג, ער ריפט זיך ''באראפארקער'' און ער שרייבט אייזענער פון אייזן.
יעצט שרייבט ער וועגן די אומגליקליכע אסיפה. כאפטס א בליק
http://boroparker.wordpress.com/2014/02 ... is-sexist/


Thanks for the link. Will elaborate when I have more time.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:38 am
דורך מצטמק ויפה
גם כי אלך האט געשריבן:איינער האט עפעס דיטעילס פון די נעכטיגע אסיפה ? וואס איז געווען די נושא און וויאזוי האט מען עס פראקלאמירט ?

די אסיפה איז ערשט נעקסטע וואך פקודי.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:11 am
דורך טיטאניק
דאס מיינט אז מען האט געניג צייט צי מעורר זיין דעם עולם צי אויסשפייען די מהרסי הדת וואס פארריפען זיך רבנים
געלויבט דער פון אויבען

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:32 am
דורך יאסל ראקאווער
קען זיין רחל איז געווען יאנטשי און יעקב אבינו א חאניאק

אסתר איז זיכער געווען פעשנעיבעל ווען נישט וואלט אחשווירוש איר נישט געפיקט. חניאקישע צניעות דארף זיין א דאאטערענס נישט אן אטרעקשען.

מרדכי איז זיכער געגאנגען אנגעטון ווי א גוי ווען נישט וואלט המן געוויסט אז ער איז א יוד. ער וואלט נישט געדארפט די סיאייעי פאר דעים

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:15 pm
דורך שושן פורים
COPY/PASTE
עס הערשט א צומישעניש אין די גאסן , דער עולם דרייט זיך ארום טרויעריג , פריילעך , און באזארגט.
פון איין זייט הערשט א געוואלדיגע טרויער און צובראכנקייט אין ליכט פון די שרעקליכע טראגעדיעס וואס באטרעפט דעם יהדות החרדית איינס נאכן צווייטן , ממש אזעלכע צרות וואס די וועלט האט נישט געזעהן .
פון די אנדערע זייט הערשט א געוואלדיגע שמחה בין שלומי אמוני ישראל אז ברוך השם מען האט באוויזן מיט גרויס סייעתא דשמיא צו אידענטיפיצירן די גורם צו די אלע צרות , די נשים וואס קליידן זיך אזוי אומצניעותדיג , באשמירן זיך ווי די ארגסטע שיקסעס , און זענען טעגליך מכשיל אלע מענער מיט די עבירות חמורות שבתורה, אטא דאס איז דער גורם צו די אלע צרות.

אבער נאך אלעמען דרייט זיך דער עולם באזארגט, וואס טוט מען יעצט ? וויאזוי איז מען מתקן דעם פראבלעם ? וויאזוי פארזיכערט מען דעם עתיד פון אונזערע דורות???!!!!
אבער ב"ה לא עלמן ישראל , אונז האמיר ב"ה געטרייע רבנים און עסקנים וואס זייער גאנצע לעבן איז נאר זיך צו זארגן פאר א צווייטע יוד , און זיי האבן באשלאסן צו מאכן אן אסיפה און איינמאל פאר אלעמאל אראפשטעלן דעם יסוד פון צניעות מיט קלארע הלכות און אנווייזונגען והכל על מקומו יבוא בשלום.

אבער מאנכע דרייען זיך נאך ארום צומישט , איז דאס טאקע אונזער איינציגסטע פראבלעם ?? איז דאס א פראבלעם בכלל , זיי דרייען זיך ארום אין די ניו יארקע גאסן זוכן די נשים פרוצות מיט ליכט אבער קענען זי נישט טרעפן , איז ווי האבן די רבנים געזען אזויפיל אידישע שיקסעס אז נאר דאס איז די גורם פון אלע פראבלעמען? ?!!

נאר מ'קען עס מסביר זיין מיט א למשל ווען איינער ליגט אין די אכילה , למשל ער גייט משוגע פאר קעיק , דארפסטו בכלל נישט באפוצן די קעיק אז ער זאל עס עסן , ווילאנג סאיז נישט מיאוס רוקט ער אריין עד הסוף,
משא"כ איינער וואס האט נישט ליב קעיק
מוזטו עס באפיצן און דעקארעיטן אז ס'זאל בכלל רעדן צו איהם .

די זעלבע לענינינו , די אלע אזויגערופענע עסקנים און רבנים , די קאפ ליגט זיי אין שמוץ א גאנצן טאג , פארשטייט זיך אז ווען זיי קוקן אהן א פרוי זעהען זיי א **** אבזשעקט, און יעדע פשוטע באחנט ווייבל רייצט זיי אהן .
משא"כ פשוטע נארמאלע מענטשן ווילאנג א פרוי רייסט זיך נישט אויף אויף א משוגענעם פארנעם , רייצט עס זיי בכלל נישט אהן .

ומכאן הקריאה יוצאת צו די אלע רבנים/עסקנים , וכל חניכא דאית להו , לאזטס דעם עולם לעבן , הערטס אויף צו באפרידיגן ענקערע סעסואלע תאוות דורך האקן און בראקן אויף דעם א גאנצן טאג , אויב די רביצין שטעלט דיר נישט צופרידן שיק איר פאר א קאסמעטיק סורדזשערי אדער טרעף א פילגש .

און אויב ווילן ענק יא טון עפעס פארן כלל ,
הערטס ענק אויף ארומצושלאגן ווי קליינע קינדער פאר פריוואטע אינטערעסן , ווען אפילו ביי די אזוי וויכטיגע צניעות אסיפה קענען ענק נישט אלע חתמנ'ן אויף איין קול קורא אפילו וד"ל

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:20 pm
דורך טיטאניק
איך האב אזוי לאנג געווארט אויף שושן פורים
העלא! שלום עליכם!
זיי זאגען אז די דאקטוירעם זענען גרייט מיט חלפים ווען די רבנים וועלען אריינקימען פאר [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באהאנדלינגען
און די סעקרעטארען און די נוירסעס גייען ארויס קימען מיט שווארצע בעגס איבער געדעקט מיט סילבער פויל ציגעקלעבט מיט דיקע כשר לפסח דאק טעיפ

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:34 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט וואו איך זאל מיך מער ווארפן פאר געלעכטער . פון דיינע מאמרים אדער פון שושן פורים. ייש"כ פאר ביידע. :like :like :like :lol: :lol: 8-) :o :D :) ;)

נו גיימער צים אסיפה? מאכען יאם טעוו?

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:38 pm
דורך טיטאניק
ווער קימט מיט מיר צים אסיפע מאכען אביסעלע יאם טעוו, אזוי ווי מען פלעגט טיען אלץ קינד פון דער סאפסעטאט און פון דער ענגליש טיטשער???????

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:42 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:ווער קימט מיט מיר צים אסיפע מאכען אביסעלע יאם טעוו, אזוי ווי מען פלעגט טיען אלץ קינד פון דער סאפסעטאט און פון דער ענגליש טיטשער???????

ס'עט מסתמא דארט זיין סדרנים וועלכע וועלן "קעיר נעמען" פון די "מחוצפים". :lol: :lol: :lol: :? :roll: :twisted:

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:44 pm
דורך טיטאניק
berlbalaguleh האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:ווער קימט מיט מיר צים אסיפע מאכען אביסעלע יאם טעוו, אזוי ווי מען פלעגט טיען אלץ קינד פון דער סאפסעטאט און פון דער ענגליש טיטשער???????

ס'עט מסתמא דארט זיין סדרנים וועלכע וועלן "קעיר נעמען" פון די "מחוצפים". :lol: :lol: :lol: :? :roll: :twisted:

יא כהאב געהערט אז אלע מנהלים גייען דארט זיין
ווייל זיי באדערט געפערליך די פרוצות וואס קימען צי די חדר רעדען מיט דער מנהל אדער ביי אסיפת הורים
זיי האלטען עס נישט אויס
עס קאסט זיין ש"י טבילות נאך יעדע מיטינג וואס זיי האבען מיט די מאמעס

אבער פארוואס זאל מען נישט רעדען פון זייערע קליינע שטרענגע אויגעלעך? זאל ער אראפ קיקען זאל ער נישט זען אין יעדע פרוי "זנות"
פארוואס?

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:46 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:די מימרא "עליונים למטה ותחתונים למעלה" האט זיך נאך קיינמאל נישט אזוי גיט ציגעפאסט ווי עס פאסט צים היינטיגען דור עיקש
ווען דער המון עם איז פרימער פון פרים בשעת ווען די רבנים זענען כהיום ערגער פון ערג ליידער

סאיז דא נאך א פשט אין דעים מאמר חז"ל. מענינא דיומא פון די אסיפה הקדשה. נאר מיר 'עללן עס איבערלאזן פאר'ן "מאחורי הפרגוד". :lol: :roll: :? :twisted: :x :P :oops: :cry: :( :o :shock: