בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:00 am
דורך פלעין יודיש
אפטעמיסט
דיינע בילדער אין פארלעמענט, קיקט אויס ווי די באוויסטע שמיני עצרת אין ראדני

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:14 am
דורך יואב
מיין שאלה איז אביסל אנדערש. טאקע אויף דער רעגירונג. נישט קיין חילוק צו די פראטעסטירער זענען גערעכט צו נישט. פאליציאנטן ארבייטן צו באשיצן דעם לאנד, און פארוואס שיקט מען זיי ארויס מיט איינפאכע שטעקנעס צו באקעמפן מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו ווארפן שווערע ציגל אין די לופטן, האקן אין קאפ פון מענטשן, און שיסן פלאש באמבעס אין פרצוף. זאלן די פראטעסטירער זיין גערעכט, און אפילו האבן די רעכט צו פראטעסטירן. וואס זענען די אומשולדיגע פאליציאנטן, וועלכע פירן אויס העכערע באפעלן, שולדיג?

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:12 am
דורך גם כי אלך
ויהי אחרי. יאנקאוויטש איז לכאורה פיניש, ער וועט אדער ענדיגן אין באהעלטעניש אדער אין תפיסה.
אפילו זיין גוטע חבר פוטין האט אים געווארפן איבערן דראנג, ער איז גרייט צו פארהאנדלן מיט די נייע אוקריינאער רעגירונג, און זאגט אז ער וועט זיי נישט באשטראפן, דאס מיינט בלשון חכז"ל: כל דאלים גבר...

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:59 am
דורך פיניש
גם כי אלך האט געשריבן:יאנקאוויטש איז לכאורה פיניש

שוין, קודם בין איך קרני צבי יעצט בין איך יאנקאוויטש אליין?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:44 am
דורך לאליפאפ
וואס גייט מיט אונז פאר? די וועלט רוישט, די מערב וועלט ברויזט און אין שטיבל זיצט מען זיך רואיג בשעת רוסלאנד אקופירט מיט געוואלד שטחים אין אוקריינע!!

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 12:49 pm
דורך קרעמער1
קענסט עפענען א נייע אשכול צו באריכטן די פרישע נייעס

ברעיקינג!!

נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 7:57 am
דורך אלס ווייסער
יעצט קומט אריין די נייעס אז אוקריינע האט אפיציעל אונטער געשריבן אן אגרימענט וואס לייגט איר אפיציעל אריין אינעם אייראפעאישן פאראיין, ווי יערדער דא געדענקט איז די נושא וואס האט געפירט צו די אומרוען און צוזאמענפאל פון די פריערדיגע רעגירונג נאכדעם וואס דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער וויקטאר יאנוקאוויטש האט זיך און די לעצטע מינוט ארויסגעצויגן פונעם דיעל און באשלאסן צו בלייבן מיט מאמע רוסלאנד