דער זון פון פיגא די נביאה
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
קאפיטל ח. - ביז טבריה און אין טבריה
ווען די אידן פון טבריה און צפת האבן געהערט, אז ר׳ נחמן איז אין חיפה, האבן זיי געשיקט מענטשן, אים צו בעטן, ער זאל קומען קיין טבריה אויף סוכות. ר׳ נחמן האט די בקשה נישט אנגענומען. מיט אתרוגים האט ער זיך באזארגט דורכן ארטיגן חכם, וואס האט אים פאר צוואנציג פאראס. געברענגט דריי אתרוגים מובחרים און מהודרים פון א טערק'ס גארטן.
אין יענער צייט איז מיט ר׳ נחמנ'ן געשען — ווי זיינע תלמידים דערציילן — זייער א משונהדיגע פאסירוגג. א יונגער טערק האט זיך צו ר' נחמנ'ן צוגעזעצט און צו אים גערעדט. ר׳ נחמן האט נישט געוואוסט וואס ער רעדט צו אים. אזוי איז געווען יעדען אינדערפרי, און אויף דער נאכט. אויך ביי יעדע סעודה. אלעמאל האט ער גערעדט צו ר׳ נחמנ'ן מיט גרויס ליבשאפט, אבער איינמאל איז ער פלוצלינג צו אים אריינגעקומען, אנגעטוהן מיט כלי־זיין, און מיט גרויס רוגזה האט ער געשריגען קולי קולות. ר׳ נחמן האט אים גארנישט געענטפערט, ווייל ער האט נישט געוואוסט, וואס ער וויל פון אים האבן.
ווען דער טערק איז אוועקגעגאנגען, האט א פרוי פון וואלאכיי, וואס האט געקענט טערקיש, געזאגט צו ר׳ נחמנ'ן: ״אנטלויפט וואס שנעלער, ווייל דער טערק האט געשריגען, אז ער וויל אייך הרג'נען. איז ר׳ נחמן אנטלאפן צום רבין ר׳ זאב וואלף פון טשארנא-אסטרא, מיט וועלכן ער האט זיך צוזאמענגעטראפן אין אינסטאמבול. ר׳ זאב וואלף האט אים באהאלטן בחדרי־חדרים. דער טערק איז געקומען צולויפן צו ר׳ זאב וואלף'ן און געזאגט: ״וואו איז דער מענטש, וואס איז אהער אנטלאפן? איך האב אים זייער ליב. איך וויל אים אוועקגעבן מיינע אייזלען, און אויך מיין פערד, און ער וועט קענען פארן צוזאמען מיט דער שיירא, וואס גייט קיין טבריה. ער האט נישט וואס מורא צו האבן פון מיר״.
ר׳ נחמן האט זיך צוריקגעקערט צו זיין אכסניא. דער טערק איז ווידעראמאל געקומען. דאסמאל האט ער גארנישט גערעדט, נאר געשוויגן, געשמייכלט און ארויסגעוויזן צו ר׳ נחמנ'ן גרויס ליבשאפט. האט ר׳ נחמן געזאגט: ״פונעם טערקס ליבשאפט האב איך נאך גרעסערע יסורים ווי פון זיין בייזקייט״. ווער איז ער געווען אט דער מאדנער טערק, ווייסט קיינער נישט.
חול המועד סוכות איז דער גאנצער עולם געגאנגען צו מערת אליהו הנביא. ר׳ נחמן איז אויך געגאנגען. אלע האבן זיך דארט שטארק משמח געווען און זייער פיל געטאנצן, ר׳ נחמן אבער איז געזעסן מיט גרויס הכנעה און מיט א צעבראכן הארץ. האט ר׳ זאב וואלף פון טשארנא-אסטרא געפרעגט ר׳ נחמנ'ס משרת: ״פארוואס איז ר׳ נחמן אזוי אומעטיג פון ראש השנה אן ביז איצט? איין באשעפער אין הימל ווייסט, צי ס'וועט פון דעם ארויסקומען עפעס גוטס״.
שמחת־תורה האט דער עולם געמאכט הקפות מיט שמחה און טענץ. ווי עס פירט זיך ביי אידן, בפרט נאך ביי חסידים. ר׳ נחמן איז אבער נישט געגאנגען מיט קיין הקפה, נאר איז געזעסן מיט הכנעה און מיט אן איינגעבויגענעם קאפ. נאך שמחת־תורה האט ער געזאגט צו זיין משרת: ״איך האב, ברוך השם, געפועלט אלעס וואס איך האב געוואלט, על צד היותר טוב. איך האב מיך אבער אפגעהאלטן צוליב חיבת ארץ-ישראל. איצט וויל איך אהיים פארן, קיין חוץ־לארץ. גיי-זשע און דינג א שיף קיין אינסטאמבול״. דער משרת האט אבער בשום אופן נישט געוואלט אהיים פארן, ער האט שטארק געבעטן ר' נחמן מ'זאל פארן קיין טבריה און צו די אנדערע הייליגע שטעט. ״אויב אזוי, — האט ר׳ נחמן געענטפערט, — דאן גיי און דינג אייזלען צו פארן אהין״. דער מענטש האט אזוי געטאן. פארנאכטס זענען זיי אנגעקומען קיין טבריה. די אידן פון טבריה - אנגעטאן אין בגדי שבת – האבן מקבל־פנים ר' נחמנ'ן מיט גרויס כבוד.
דאן איז ר׳ נחמן געגאנגן צו זיינס א קרוב, אן אייניקל פון ר' נחמן האראדענקער. דער עולם האט אבער געזאגט, אז מען מוז אויפזוכן פאר אים א שענערע און א גרעסערע דירה, ער זאל האבן הרחבת הדעת. אזא דירה איז געווען ביי ר' צבי הארקער, א שטארקער אנהענגער און מיטהעלפער פון ר' אברהם קאליסקער. ווען ר׳ נחמן איז אריין אין דער נייער אכסניא, האט ר׳ אברהם קאליסקער געשיקט צו אים זאגן, אז ער, ר׳ אברהם, וואלט ווען גערן געקומען מקבל פנים זיין ר׳ נחמנ'ן, נאר היינט איז ביי אים א יום הקזה (א טאג וואס מ'האט ביי אים גענומען בלוט), און ער איז זייער אפגעשוואכט און קען נישט קומען. האט ר׳ נחמן געענטפערט: ״ס׳מאכט נישט אויס, איך האב סיי־ווי־סיי געוואלט גיין באזוכן דעם ר׳ אברהם קאליסקער״. אזוי איז טאקע געווען. ר׳ נחמן אין געגאנגען צו ר׳ אברהם קאליסקער. ר׳ אברהם האט אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און מיט א באזונדערן גרויסער ליבשאפט און אים געבעטן, אז ער זאל ביי אים איינשטיין אין זיין אכסניא. ר' נחמן האט געענטפערט, "אין אכסניא ביי אייך קען איך נישט זיין, אבער א שבת קען איך ביי אייך יא האלטן". שבת פרשת נח האט ר' נחמן געהאלטן ביי ר׳ אברהם קאליסקער. פרייטיג צונאכטס האט ר' נחמן איינגעבויגן זיין קאפ. אז ר׳ אברהם קאליסקער זאל אים בענטשן. ר' אברהם איז אויפגעשפרונגען ד׳ אמות אויף צוריק מיט גרויס שרעק און ער האט גערעדט מיט אזא התלהבות, אז מען האט גארנישט געקענט פארשטיין, וואס ער זאגט. מען האט נאר געהערט דעם סוף פון זיינע רייד: ״ווי אזוי זאלן מיר זיך ניט שעמען פאר די קינדער פון דעם בעש״ט ז״ל״, ר' נחמנ'ס משרת האט ער יא געבענטשט, ווען יענער האט אראפגעבויגן זיין קאפ.
בשעת די סעודה פון די ביידע צדיקים איז די שמחה זייער גרויס געווען. ר׳ אברהם קאליסקער האט געבעטן ר׳ נחמנ'ן, ער זאל זאגן תורה. ר׳ נחמן האט קיין תורה נישט געוואלט זאגן. האט ר׳ אברהם געמוזט אליין זאגן. אזוי איז אויך געווען שבת אינדערפרי און אזוי איז אויך געווען ביי שלוש סעודות. ר׳ אברהם האט געזאגט תורה מיט גרויס התלהבות. איבער דעם, וואס די דיבורים האבן ארויסגעשטראמט פון ר' אברהמ'ס מויל מיט א געוואלדיגער היצקייט און שנעלקייט, האבן זיי די צוהערער נישט געקענט תופס זיין.
אין טבריה האט ר׳ נחמן ביי איין געלעגנהייט ארויסגעוויזן די קראפט פון זיין גייסטיקער השפעה. עס איז אזוי געווען:
אין ארץ-ישראל איז דאן געווען א מסור. ער פלעגט צושטעלן פאר דעם טערקישן פאשא אין ארץ-ישראל ידיעות פון יעדן סכום, וואס פלעגט געשיקט ווערן פון חוץ-לארץ לטובת די ארץ־ישראל'דיגע ארעמעלייט. דער פאשא פלעגט שוין טאן דאס זייניגע, אז דאס גאנצע צוגעשיקטע געלט זאל אריינפאלן אין זיינע הענט. די ארעמעלייט פלעגן אויסגיין פון הונגער און דער מסור פלעגט באקומען שיין באצאלט פון דעם פאשא.
איינמאל האט מען דורך זיינע מסירות אריינגעווארפן די שענסטע מענטשן פון טבריה אין א פינצטערען גרוב. נאכדעם ווי די מענטשן זענען געפייניגט געווארן אינעם גרוב פאר גאנצע ניין וואכן, זענען די ספרדים פון טבריה געפארן צום פאשא און אים געגעבן פיל געלט, ער זאל פריי לאזן די געפייניגטע אידן. ווען די געפייניגטע זענען ארויס פון גרוב, האט מען געכאפט דעם מסור און אים גענומען דערווערגן. דער מסור האט זיך געמאכט כאילו ער איז געשטארבן. די נקמה נעמער האבן אים אפגעלאזט, ווען זיי זענען אוועק, איז דער מסור אויפגעשטאנען פריש און געזונט און האט גלייך איבערגעגעבן דעם פאשא אלעס, וואס מיט אים איז געשען. דער פאשא האט אים געמאכט פאר א פקיד איבער טבריה און אים דערלויבט צו טאן מיט די טבריה'ער אידן אלעס וואס זיין הארץ גלוסט. דער מסור איז אריין אין טבריה מיט גרויס פאראד, באגלייט פון טערקישע סאלדאטן. ווען דער מסור איז אריין אין שטאט מיט אזא פאמפע, זענען אלע דערוואקסענע מענער אנטלאפן. געבליבן זענען נאר פרויען און קינדער. פון יעדן הויז האבן זיך געהערט בכיות און יללות. ווער ווייסט, וואס דער מסור וועט דא אפטוען? ר' נחמן האט אויך געפרואווט צו אנטלויפן, ער האט זיך אבער געמוזט אומקערן צוליב זיין שוואכקייט. דער מסור האט זיך מכניע געווען פאר ר׳ נחמנ'ן, אנגעיבנדיג זיך אלס א פרומער, ערליכער איד, וואס זוכט א וועג אין עבודת הבורא. האט זיך ר׳ נחמן געמאכט גלויבן אין זיין געמאכטער פרומקייט און ערליכקייט און האט אים געזאגט : ״אזוי ווי איר זענט, ברוך השם, א שררה, פאסט פאר אייך צו זיין אן עניו, צו זארגן פאר אידן און מתפלל זיין אויף צרות ישראל״.
וואס-זשע זאל איך טאן? — האט דער מסור געפרעגט. האט ר׳ נחמן געענטפערט: "געוויינט זיך צו צו זאגן תהלים בכווה". דער מסור האט געפאלגט.
צוביסלעכווייז איז דער מסור אריינגעצויגן געווארן אין פרומקייט. ער האט אנגעהויבן אפט אריינצוקומען צו ר׳ נחמנ'ן און שמועסן מיט אים אין חסידות. איינמאל, בעת אזא מין שמועס אין חסידות, האט ר׳ נחמן צו אים אזוי געזאגט : ״איך וועל נאר דעמאלט וויסן, אז איר האט שוין נישט מער קיין גאוה, ווען איר וועט זאגן תהלים פאר מיינע יונגעלייט, מיט גרויס געוויין״. דער מסור האט אויך דאסמאל געפאלגט. ער האט געזאגט תהלים און אזוי געוויינט ביים תהלים זאגן, אז די טרערן זענען אים גערונען איבער די באקן.
פון אויפרודערונג און אויפטרייסלונג איז דער מסור קראנק געווארן. אבער דאך — זענען מוסיף ר׳ נחמנ'ס תלמידים — האט דער מסור, געשטעלט שומרים ביי די טויערן פון שטאט, זיי זאלן אכטונג געבן צי עס קומען נישט אן קיין משולחים מיט געלט פון חוץ־־לארץ. איינמאל, בשעת ר׳ נחמנ'ס זיך אויפהאלטן אין טבריה, איז טאקע אנגעקומען געלט פון חוץ-לארץ, נאר דער מסור האט פון דעם נישט געוואוסט. ר׳ נחמנ'ס משרת איז געפארן קיין חיפה, אפגענומען דאס געלט ביי די משולחים און עס איבערגעגעבן פאר זיין רבין. ר' נחמן האט ווייטער געגעבן דאס געלט פאר די שטאט־לייט און זיי האבן זיך דערמיט צעטיילט.
אז דער מסור איז אביסל געזונט געווארן און איז געוואויר געווארן פון דעם שטיקל, וואס איז פון אים באהאלטן געווארן, האט ער שטארק חרטה געהאט אויף זיין תשובה און האט געהאלטן אין איין דראען די קהילה פון טבריה, אז ער וועט זיך נאך מיט איר אפרעכענען ווען ער וועט בשלום אויפשטיין פון זיין קראנקען בעט. למעשה אבער זענען די זומען פון תשובה, וואס ר׳ נחמן האט איינגעפלאנצט אין דעם מסור'ס הארץ, האבן געטאן אין דער שטיל דאס זייעריגע. דער מסור האט פארלוירן זיין גאנצן פריערדיגן קוראזש. ער איז שוין פון קראנקן בעט מער נישט אויפגעשטאנען, און ר׳ נחמן האט עס געהאלטן פאר א זכיה, וואס דורך אים איז די שטאט טבריה ניצול געווארן פון א פגע־רע דורך וואס עס איז אים געלונגען ״אנצושטעקן״ א פינצטערע נשמה מיט תשובה.

קאפיטל ט. - דערהויבענע איבערלעבונגען אין טבריה
אין טבריה איז ר' נחמן געווען אויפן קבר פון זיין זיידן רבי נחמן האראדענקער. וועגן זיינע איבערלעבונגען אויף יענעם קבר גיבן זיינע תלמידים גארנישט איבער. ר' נחמן האט געהאלטן יענע איבערלעבונג פאר צו געוואלדיג, אז ער זאל וועגן דעם שמועסן מיט אנדערע. דערנאך האט ער מיט זיינע מענטשן געדונגען אייזלען און מען האט זיך ארויסגעלאזט צו די מערות פון צדיקים. ווען מען איז צוגעקומען צו די מערה פון רבי שמעון בן יוחאי, האט ר' נחמן געהייסן זיינע באגלייטער לערנען זוהר, ער אליין האט דארט קיין זוהר נישט געלערנט, נאר ער איז ארומגעגאנגען אין גרויס חדוה און איז אפאר מאל צוגעגאנגען צו זיין משרת און געזאגט די ווערטער: ״וואויל איז דיר, וואס דו האסט זוכה געווען צו דעם״.
אויף דער נאכט איז ער ארומגעגאנגען פון ארט צו ארט. ער האט יעדען געהייסן זאגן זוהר, ער אליין האט אגאנצע נאכט געזונגען א ניגון און איז געווען זייער פרייליך ביז פארטאגס. ווען עס איז געווארן טאג, האט מען אנגעטאן טלית און תפילין און געדאוונט.
פון מערות רבי שמעון בן יוחאי זענען זיי געפארן צו מערת הלל. דארט האט ר׳ נחמן געזאגט די קאפיטלעך ל״ג און ל״ד פון תהלים און זיך געשפירט זייער דערהויבן. אויף שמאי'ס קבר איז אים באפאלן א שווערע עצבות. פארוואס — דאס האט אים אליין אויך מתחילה געוואונדערט. שפעטער האט ער געלאזט וויסן, אז ער האט אויף דעם יא א תירוץ, נאר זאגן די סיבה האט ער נישט געוואלט. פארנדיג פון מערה צו מערה איז מען ארויף אויף א שפיץ בארג. פון דארט האט מען געזען די מערה פון רבי כרוספדאי. מען האט אבער מיט די אייזלען נישט געקענט צוקומען אהין, איז מען געגאנגען צופוס. ר׳ נחמן איז געגאנגען כמעט אויף אלע פיר ביז ער איז צוגעקומען צו דער מערה, נאכן זיך פארזוימען דארט א שטיקל צייט, האבן זיי זיך צוריקגעקערט צו דער מערה פונעם ינוקא, וואו ס'איז געוואקסן א גרויסער בוים. אין אט דער מערה פלעגט מען מורא האבן אריינצוגיין, ווייל מען האט געגלויבט, אז א שלאנג רינגלט איר ארום. ר׳ נחמן האט זיך פון דעם נישט געלאזט אפשרעקן. ס'איז דארט קיין שום שלאנג נישט געווען. פון דאן אן — דערציילט די ברעסלאווע מסורה — גייען אלע אהין אריין אן קיין פחד.
נאכן באזוכן די אנדערע מערות הצדיקים, האבן זיי זיך צוריקגעקערט קיין טבריה. בשעת ר' נחמנ'ס זיך צוריקקערן קיין טבריה איז אים באשערט געווען איבערצולעבן א שמחה. עס איז דאן אנגעקומען קיין טבריה ר׳ יעקב שמשון פון שפעטיווקע דער נאנטער תלמיד פון ר׳ פנחס קאריצער. ר׳ יעקב שמשון האט געהערט צו די יחידי־יחידים פון צווישן די אמאליגע רבי'ס, וואס זענען געווארן פארהייליגט נישט נאר פון חסידים, נאר אויך פון די גרעסטע רביים, וואס יעדער איינציגער פון זיי האט געהאט זיין באזונדערן דרך, די יחידי־יחידים באשטייען פון אזעלעכע ווי למשל, די צוויי הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק און דער רבי ר' זושא, דער רבי פון לובלין (דער חוזה), דער הייליגער בארדיטשעווער. די אויסגערעכענטע זענען פון אלע רביים גלייך אנערקענט געווארן אלס עמודי עולם. א גאנץ באזונדער ארט האט דא פארנומען ר׳ פנחס קאריצער. ער איז ביי חסידים געווען העכער פון יעדן רום. צו אים האט מען זיך באצויגן ווי צו א ראשון. ער שטייט אינעם ראנג כמעט אויף דעם זעלבען ארט, ווי דער בעש״ט. דער רום פון ר׳ פנחס קאריצער איז אריבערגעטראגן געווארן צו זיין תלמיד ר׳ יעקב שמשון שפעטיווקער. עס איז דעריבער געווען א באזונדערע גרויסע פרייד פאר ר׳ נחמנען, ווען ר׳ יעקב שמשון האט ביים אנקומען קיין טבריה זיך גאר שטארק געפרייט מיט אים, און האט לכבוד אים געמאכט א סעודה און מיט אים א לאנגע צייט געשמועסט ביחידות.
פאר ר׳ נחמנען איז, בדרך אגב, געלונגען צו מאכן שלום צווישן ר׳ יעקב שמשון שפעטיווקער און ר׳ אברהם קאליסקער. ר׳ יעקב שמשון האט, ווי עס ווייזט אויס, פריער אנגעהערט צום צד, וואס האט געקריגט אויף ר׳ אברהם קאליסקער, האט אים ר׳ נחמן איצט אריבערגענומען אויף ר׳ אברהמ'ס צד.
* * *
עס ווערט דערציילט, אז איינער פון די גדולי ארץ־ישראל, וואס האט געקענט אויף אויסנווייניג כמעט גאנץ ש״ס און איז אויך באוואוסט געווען אלס א גרויסער מקובל, איז אמאל געקומען באזוכן ר׳ נחמנען און האט געבעטן, אז אלע ר׳ נחמנ'ס מענטשן, זאלן ארויסגיין, ווייל ער האט מיט אים צו רעדן עפעס גאר באזונדערס. ר׳ נחמנ'ס מקורבים זענען ארויס פון שטוב, געבליבן איז נאר ר' נחמנ'ס נאנטסטער מענטש, אן וועלכן ער איז זעלטן־ווען געבליבן. האט דער גדול געזאגט : געוויס זענט איר דאך נישט געקומען קיין ארץ־ישראל, ווי סתם אידן, נאר כדי דורכצוגיין דא ד׳ אמות און קונה זיין דורך דעם עולם הבא. איר זענט דאך געוויס געקומען אהער, כדי משיג צו זיין גאר גרויסע השגות אין עבודת הבורא. וואלט איך זייער געוואלט וויסן אין וואס פאר א נקודה פון די נקודות ארץ־ישראל זענט איר אריינגעקומען און וואס האט איר בעיקר דא געוואלט אויפטוען אין עבודת השם. ווייל איך וויל אויך דינען השי״ת מיט מיין גאנצן גוף און מיט מיין נפש, רוח ונשמה אזוי ווי איר טוט.
איך בעט אייך זייער, — האט אים ר׳ נחמן געענטפערט, — איר זאלט מיך מיט דעם ענין נישט מצער זיין, ווייל עס איז גארנישט אזוי גרינג מגלה צו זיין די סיבה צוליב וואס איך בין אהער געקומען און וואס איך וויל אויפטוען דורכ'ן דא זיין. איך בין אפשר געבונדן מיט א שבועה נישט מגלה צו זיין אזעלכע ענינים. איז דער גדול צו אים צוגעשטאנען, אז ער, זאל כאטש מגלה זיין פאר אים עפעס פון זיינע חדושי תורה. גלויבט מיר, — האט דער גדול מוסיף געווען — אז אין מיינע כוונות איז נישטא דאס מינדעסטע פניה. איך וויל נאר הערן דברי תורה פון א פה קדוש. אפשר וועט מיין הארץ פון דאסניי נתעורר ווערן צו עבודת הבורא. און אפשר וועל איך זוכה זיין צוצוקומען דורך דעם צו אייער נקודת ארץ־ישראל.
ר׳ נחמן האט דאס דערהערט, האט א געטליך פייער זיך אנגעצונדן אויף זיין פנים. זיינע האר האבן זיך אים אויפגעשטעלט און, כדי צו פילן זיך לייכטער, האט ער אראפגעווארפן דאס אויבערשטע היט פון קאפ. און ער האט אזוי געזאגט צום גדול: ״ווייסט איר דעם סוד פון כוונת התפילין?" דער גדול האט אים געזאגט אייניגע כוונות, וואס ער האט געוואוסט. "ניין!" , — האט אים ר׳ נחמן געענטפערט, — "נישט דאס זענען די אמת'ע כוונות פון תפילין! און ווען איר ווייסט נישט די כוונות התפילין, קענט איר אויך נישט וויסן די כוונות פון ארבע רוחות ארץ־ישראל. איצט וועל איך אייך מגלה־זיין א רמז פון דעם..."
אזויווי ר׳ נחמן האט אנגעהויבן מגלה צו זיין די כוונות — איז ממשיך די ברעסלאווער מסורה — האט זיך אים א גאס־געטאן בלוט פון האלדז. איר זעט, — רופט ער זיך אן צום גדול, — אז מען דערלאזט נישט מן השמים, אז איך זאל אייך עפעס מגלה זיין.
דער גדול איז שטארק דערשראקן געווארן און האט געבעטן פון ר' נחמנען, ער זאל אים מוחל זיין פאר דעם צער, וואס ער האט אים פארשאפט. ר׳ נחמן האט אים מוחל געווען און דער גדול האט שוין מער נישט געמוטשעט ר׳ נחמנען וועגן השגות און נקודות...
אבער ווען עס האט זיך געהאנדלט אין ענינים פון נגלה, האט ר׳ נחמן זיך יא געלאזט אנטפלעקן פארן דערמאנטן גדול און פאר אנדערע גדולים. געווען איז דאס אינעם הויז פון ר' משה וויטעבסקער. ר׳ משה איז געווען א גרוסער חסיד, א גביר און א יחסן — א זון פון ר׳ מענדל וויטעבסקער. ווען ר׳ נחמן איז אנגעקומען קיין טבריה, האט ר׳ משה געשיקט א שדכן, אז ער זאל זאגן ר' נחמנען, אז ער, ר' משה, וויל זיך מיט אים משדך זיין. ר׳ נחמן האט דערויף געענטפערט: "ווי קען מען אפזאגן אזא שידוך? מסתמא איז באשערט אז מיין טאכטער זאל וואוינען אין ארץ־ישראל".
דער שדכן איז באלד געגאנגען און האט אנגעזאגט די בשורה פאר ר׳ משה, אז ר׳ נחמן איז מרוצה אויפן שידוך. האט זיך ר' משה זייער שטארק געפרייט און האט באלד געמאכט א סעודה, ווי ער האט אויף איר פארבעטן דעם מחותן, ר׳ נחמנען, צוזאמען מיט אלע גדולים פון טבריה. ווי דער שטייגער, האט מען זיך שטארק משמח געווען ביי דעם סעודה של מצוה, און מען האט דערביי געזאגט דברי תורה. דער ראש המדברים אויף דער סעודה איז געווען דער דערמאנטער גדול, מען האט זיך ברייט צושמועסט און מען איז ארויפגעקומען אויף א רש״י. קיינער האט אבער נישט געוואוסט, וואו די רש״י געפינט זיך, כאטש יעדער איינציגער פון די שמועסער זענען געווען בקי אין ש״ס. ר׳ נחמן, וואס האט די גאנצע צייט נישט אנטייל גענומען אינעם שמועס, האט, זעענדיג די פארלעגנהייט פון די למדנים, גלייך זיך אנגערופן: "די רש״י געפינט זיך אין מסכת זבחים אויף דעם און יענעם דף, אין אנהויב פונעם עמוד", ס׳איז אלעמען ליכטיג געווארן אין די אויגן און די שמחה האט זיך געצויגן ביז פארטאגס.
דאס אויפהאלטן זיך אין טבריה האט ר׳ נחמנען פארשאפט פיל נחת רוח און ער וואלט ווען גערן פארבליבן דארט א לענגערע צייט. איז אבער אויסגעבראכן א מגיפה אין שטאט. ר׳ נחמן האט אויפגעטוישט זיין אכסניא אויף א צווייטער. אבער די מגפה איז אהין אויך אנגעקומען. די טויערן פון שטאט זענען געווען פארשלאסן — אין יוצא ואין בא. ווי אהין אנטלויפט מען? איז ער געלאפן דורך א הייל און איז אנגעקומען צו דעם שטאט־מויער. ער האט אנגעהויבן ארויפקריכן אויפ'ן מויער, ווען ער איז אבער אנגעקומען אויפן שפיץ מויער, האט ער דערזען וואסער אונטער זיך. איז ער אזוי געבליבן הענגען מיט זיינע הענט און פיס איבער'ן מויער ממש אויף א האר, נעמט ער זיך צו זיין אלטער אומנות — ער שרייט צו השם יתברך. בדרך נס ווערט ער געראטעוועט פון די סכנה און ער איז געלאפן קיין צפת.

קאפיטל י. די בהלה אין עכו
אין צפת זענען ר׳ נחמן מיט זיין באגלייטער געזעסן ביז ס׳איז אנגעקומען א ידיעה, אז די פראנצויזן קומען קיין עכו. ר׳ נחמן האט געשיקט א שליח מיוחד קיין עכו, אז מ'זאל דינגען פאר אים מיט זיין באגלייטער אן איטאליענישע שיף פון רענאזי, ווייל די רענאזיער שיפן זענען דאן געווען נייטראל און ווען זיי פלעגן ארויסהענגען זייער פאן, פלעגט זיי קיין שום צד נישט טשעפענען.
אז ר׳ אברהם קאליסקער האט דערהערט, אז ר׳ נחמן פארט אהיים, האט ער אים מיטגעגעבן א בריוו צו זיין כולל אין חוץ־לארץ. פון ר׳ יעקב שמשון שפעטיווקער האט ער אבער נישט באוויזן צו נעמען קיין בריוו, ווייל ער האט זיך זייער שטארק געאיילט. אין די נאכט פון ערב שבת פרשת זכור (תקנ״ט) זענען זיי אוועקגעפארן פון צפת. זיי זענען געפארן א גאנצע נאכט און אויך דעם גאנצן טאג פרייטיג ביז דריי שעה פאר'ן זמן קבלת שבת. זיי זענען גלייך אנגעקומען צום ברעג פון עכו. אבער ווען זייער פארמיטלער איז אנגעקומען און האט געפאדערט, מען זאל זיינע מענטשן געבן די באשטימטע ערטער אויף די נייטראלער שיף, האט מען געענטפערט, אז די שיף איז שוין איבערגעפולט און קען מער קיינעם נישט אויפנעמען. מיט א טרויעריג געמיט האבן ר׳ נחמן מיט זיין באגלייטער געמוזט אפטרעטן און זענען אריין אין שטאט האלטן שבת ביי א גביר, א חסיד פון ר׳ אברהם קאליסקער, צו וועלכן זיי האבן געהאט א בריוו פון ר׳ אברהמ'ן.
דעם שבת האבן זיי איבערגעלעבט אין גרויס פחד, ווייל בערך פופצן טויזנט טערקישע זעלנער זענען אריינגעקומען אין שטאט אריין און האבן פארשלאסן אירע מויערן ארום און ארום. שבת אינדערפרי ביים דאוונען איז דער פארמיטלער געקומען צו זיי און געזאגט, אז קיין רענאזיער שיף קען מען שוין נישט באקומען אבער א טערקישע שיף קען מען נאך יא באקומען, די נסיעה מיט א טערקישער שיף איז פארבונדן מיט גרויס געפאר, ווייל אזא שיף קען צו יעדער צייט גענומען ווערן אין געפענגעניש דורכן שונא, דאס פארבלייבן אין עכו איז אבער פארבונדן מיט נאך א גרעסערער געפאר, ווייל אין צוויי־דריי טעג וועט דא פארקומען א שלאכט. ער בעט דעריבער ר׳ נחמנ'ן, ער זאל אים מתיר זיין צו דינגען א שיף אום שבת, ווייל פיקוח נפש איז דוחה־שבת.
ר׳ נחמן האט מסכים געווען, דער פארמיטלער איז געגאנגען און געדונגען א שיף, דערווייל אבער זענען אנגעקומען קריגס-שיפן פון ענגלאנד, די פחד אין שטאט איז געווארן נאך שטערקער. עס איז געווארן אן ענגשאפט, א דריקעניש, און א מאנגל אויף לעבנס-מיטלן און א הונגער-געפאר.
די בעלי־בתים פון ר׳ נחמנ'ס אכסניא האבן געבראכן די הענט, ר' נחמן מיט זיין באגלייטער האבן איבערגעלעבט די זעלבע בהלה, זיי האבן זיך געטרייסט דערמיט, אז ס'איז שוין געדונגען געווארן א שיף. אמת, ביים אפפארן פון אדעסע קיין ארץ־ישראל האבן זיי געהאט כל-טוב און איצט פארן זיי בעירום ובחוסר כל. ווער קען אבער טראכטן וועגן אזעלכע זאכן אין א מהומה־צייט?
זונטאג אינדערפרי האט ר׳ נחמן געשיקט זיין באגלייטער מיט א דאלמעטשער איינצוקויפן אין מארק צידה לדרך. זיי האבן אבער גארנישט געקענט באקריגן, דער מענטש איז אהיימגעקומען מיט ליידיגע הענט. בשעת דער מענטש איז אריינגעקומען אין שטוב, האט אים ר' נחמן נישט באמערקט, ווייל ער איז געשטאנען אין טלית און תפילין און האט געהאלטן אין מיטן דאוונען, ווי ר׳ נחמן שטייט אזוי אויסגעטאן פון דער וועלט און דער באגלייטער זיינער ליגט אין א ווינקל און האט איינגעדרימלט פון גרויס עגמת־נפש — קומט אן א באפעל פונעם פאשא אז ווער עס קען נישט נוצן קיין געווער, זאל אנטלויפן פון שטאט דורכן ים (קיין אנדערער וועג איז נישט געווען צו אנטלויפן) אין משך פון די קומענדיגע צוויי שעה. ווער עס וועט איבערבלייבן אין שטאט נאך די צוויי שעה, וועט געהרגעט ווערן, ווייל אין שטאט איז נישטא קיין ארט פאר אזוי פיל מענטשן.
די שטאט־לייט פון עכו, סיי די שטענדיגע איינוואוינער, און סיי די אנגעקומענע און אנטלאפענע, האבן פארלוירן די קעפ פון אזא פינצטערע גזירה. ר' נחמן האט אויך פון גרויס אימה פארלאזט אלס אונטער זיך און - פארגעסנדיג פון זיין באגלייטער אין גרויס שרעק און איילעניש - זיך געלאזט לויפן צום ים.
פון גרויס רעש און מהומה פון אלע הייזער און הויפן האט זיך ר' נחמנ'ס באגלייטער אויפגעכאפט. דערזעט ער הענט־ברעכעניש און ער דערהערט ביטערע קולות פון קליין און גרויס, יונג און אלט. - אנטלויפט וואס שנעלער — זאגט צו אים דער בעל אכסניא, וואו ער מיט זיין רבי'ן זענען איינגעשטאנען, — לויפט! שנעלער!
וואו איז דער רבי? – פרעגט דער באגלייטער - ער איז, דאכט זיך געלאפן צום ים.
דער באגלייטער האט געוואלט נעמען מיט זיך ר' נחמנ'ס קאסטן מיט זיינע כתבים און חפצים, ווייל ר' נחמן האט אנטלויפנדיג, אלעס איבערגעלאזט אויף הפקר, ער האט אבער נישט געקענט שלעפן אזא גרויסע משא. דער אויבערשטער האט אים צוגעשיקט א ספרדישן איד, וועלכער איז אויך געלאפן צום ים, און יענער האט אים געהאלפן טראגן דעם שווערן קאסטן.
ר' נחמנ'ס באגלייטער מיט'ן ספרדי לויפן מיט אלע כוחות צום ים, זיי קענען אבער נישט דורכגיין די שטאט, ווייל אלעס לויפט אין גרויס מהומה, דערווייל האבן זיך אייניגע טערקן ארויפגעשטעלט אויפן שפיץ מויער, אנצוזאגן דעם עולם א גוטע בשורה, וואס מ׳האט אט ערשט יעצט דערהאלטן. דער עולם האט זיך א לאז געטאן צו דער מויער הערן די בשורה און אזוי ארום איז פריי געווארן א וועג אין שטאט. אז די צוויי זענען ענדליך אנגעקומען צום ים, האבן זיי נאך א לאנגע צייט געדארפט ארומגעזוכן ר׳ נחמנען ביז זיי האבן אים ענדליך געפונען זיצנדיג נעבן א שיף. האבן זיי זיך — נאך שטארק זיך פרייען איינער מיטן צווייטן — אריינגעזעצט אין א קליינער שיף און מיט איר זענען זיי צוגעגעפארן צו א גרויסער שיף, וואס האט געדארפט פארן קיין חיפה.
ווען זיי זענען ארויף אויפ'ן גרויסן שיף, האבן זיי זיך שטארק געוואונדערט, ווייל זיי האבן געדונגען פאר זיך פלעצער אויף א סוחרישער שיף און דא האבן זיי גאר דערזען פאר זיך א שיף, וואס איז איבערגעפולט מיט הארמאטן און מיט טערקישע זעלנער. מסתמא, - האבן זיי געטראכט - מוזן אויך סוחרישע שיפן זיין באוואפנט בשעת זיי לאזן זיך אין וועג אריין אין מלהמה־צייטן. זיי האבן אבער א גרויסן טעות געהאט. ר׳ נחמן האט, לויפנדיג צום ים אין גרויס בהלה, נישט געפונען די סוחרישע שיף, וואס מען האט פאר אים געדונגען, און ער האט זיך בטעות אריינגעזעצט אין א קריגס־שיף!!!.
באלד ווי ר' נחמן מיט זיין באגלייטער זענען ארויף אויפ'ן שיף, האט מען זיי געגעבן א באזונדערע שטוב און דערביי האט מען זיי דערלאנגט אן אנגעלאדענע ביקס. וואס זאלן זיי טאן מיט דעם ביקס? זיי האבן נישט געקענט קיינעם פרעגן, ווייל זיי האבן נישט געקענט קיין טערקיש. ווען ס'איז געווארן נאכט, האט מען פארהאקט די טיר פון זייער שטוב. אפאר שעה שפעטער האט איינער געעפנט די טיר פון זייער שטוב און געזאגט אויף רוסיש: פארוואס זיצט איר דא? דאס איז דאך א קריגס־שיף, איר קענט דאך דא געהרגעט ווערן. איר זעט דאך, אז די שיף איז פול מיט כלי־זיין. האבן זיי זיך געבעטן ביי דעם מענטש אז ער זאל זיך משתדל זיין ביים קאפיטאן, אז מען זאל זיי אראפלאזן אויפן ברעג. אז איר וועט מיר געבן - האט דער מענטש געזאגט – א סכום פון כך־וכך געלט, וועל איך פרואוון צו רעדן מיט אים. ר' נחמנ'ס באגלייטער האט אויפגעעפנט דעם קאסטן, ארויסצונעמען געלט פון דארט. ווי ער פארעט זיך אזוי ביים קאסטן, איז דער מענטש נעלם געווארן. האבן זיי געמיינט, אז דער מענטש איז דערווייל געגאנגען איבערגעגעבן זייער בקשה צו דעם קאפיטאן, זענען זיי צוגעקומען צום קאפיטאן מיטן געלט. ער האט אבער נישט פארשטאנען זייער שפראך, און נישט געוואוסט וואס זיי ווילן פון אים האבן, ער האט זיי גוט אויסגעזידלט און זיי האבן בלית ברירה זיך צוריקגעקערט צו זייער שטוב. ״ווער עס איז געווען דער מענטש, — שרייבן ר׳ נחמנ'ס תלמידים, — וואס האט צו זיי אויף א טערקישער קריגס־שיף גערעט אויף רוסיש און זיי מגלה געווען, אז זיי זענען אין א גרויסע סכנה — ווייסט מען עד היום נישט״.
אינדערפרי האבן זיי ווידער געוואלט גיין צום קאפיטאן, פאלן אים צו די פיס און זיך בעטן, ער זאל זיי אראפלאזן אויפן ברעג. האבן זיי דערזען, אז מען האט אפגעאנקערט די שיף. זייער פחד איז פארשטארקערט געווארן. זיי זענען דא צווישן ווילד־פרעמדע זעלנער, אויף א קריגס־שיף וואס קען יעדע וויילע געשאסן ווערן פונעם שונא, און דא פייניגט זיי נאך דער הונגער, ווייל אנטלויפנדיג פון עכו, האבן זיי נישט באוויזן צו נעמען מיט זיך קיין שום עסן, און אויף דער שיף האבן זיי נישט געקענט קריגן אפילו אביסל וואסער צום טרינקען. אבער א שטיקל הילף אין דער צרה האט זיי דער אויבערשטער צוגעשיקט — דערציילט די ברעסלאווער מסורה — דורך דעם, וואס זיי האבן נושא חן געווען ביי איין טערק, א קעכער ביים קאפיטאן, וועלכער האט זיי געגעבן א שאל שווארצע קאווע, יעדן אינדערפרי און יעדן אויפדערנאכט.
גאנצע טעג און נעכט זענען זיי געלעגן פארשלאסן אין זייער שטוב. זיי האבן נאר געהערט, אז דער שטורעם יאגט די שיף. ווען די שיף איז ענדלעך צוגעקומען צו א ברעג, זענען זיי ארויס פון זייער שטוב זען, וואו אין דער וועלט זיי זענען. האבן זיי געפרעגט זייער באקאנטן טערק: וואו זענען מיר? האט ער זיי געענטפערט: אין אדאל, איז זיי ווידער באפאלן א גרויסע פחד, ווייל זיי האבן געהערט זאגן, אז די מענטשן פון אדאל זענען מקריב פאר א קרבן, יעדן איד וואס פאלט אריין אין זייערע הענט. וואס האבן זיי זיך געקענט העלפן? דאס איינציגסטע זאך וואס זיי האבן געקענט טאן, איז געווען ווידער אריינצוגיין אין זייער שטוב אויף דער שיף און זיך פארשליסן. מער זענען זיי שוין נישט ארויס, כאטש די שיף איז דארט געשטאנען פאר גאנצע דריי טעג. די שיף וואלט נאך אפשר לענגער געשטאנען דארט, אבער פלוצלינג האט אויסגעבראכן א שטארקער שטורעם, וואס האט אפגעריסן די שטריק פונעם אנקער, און האט דעם אנקער איבערגעלאזט אויפן ארט און האט אוועקגעטראגן דעם שיף אין די מרחקים אריין. א גאגצע נאכט איז די שיף ארומגעשליידערט געווארן. אינדערפרי איז דער שטורעם געווארן איינגעשטילט, און די טערקן האבן זיך בארואיגט. זייער פרייד, איז אבער געווען אן אומזיסטע, ווייל דער שטורעם ווינט האט נישט געטריבן די שיף פאראויס, נאר עס האט איר צוריקגעשטופט אויף צוריק, א טאג ווייט פון עכו...
די קומענדיגע נאכט האט דער שטורעם ווידער געטראגען דעם שיף אין אן אומבאקאנטער ריכטונג. ער האט איר געשליידערט טעג און נעכט נאכאנאנד. די שיף לייט האבן זיך מיטן צעבושעוועטן שטורעם נישט געקעגט קיין עצה געבן. טאג־איין, טאג־אויס פלעגן די שיף־מאטראזן אויסשעפן דאס וואסער. דאס פלעגט געוויינלעך געדויערן א פערטל שעה. איינמאל איז דאס וואסער אין שיף געווען אזוי גרויס, אז מען האט עס געמוזט אויסשעפן פון האלבן טאג ביז אין אוונט אריין. דאס וואסער האט אנגעפילט אויך דעם שטוב פון ר׳ נחמן, אזוי אז זיי האבן געמוזט פארלאזן זייער שטוב און ארויף גיין צו א העכערן ארט, וואו דאס וואסער איז נישט צוגעקומען. זיי האבן געמוזט אויפזוכן פאר זיך א באהאלטן ארט, אז די טערקן זאלן זיי נישט באמערקן.
דער שטורעם האט נאכאלץ נישט אפגעלאזט. דאס וואסער האט שוין אנגעפילט די גאגצע שיף. וואס שפעטער, אלץ מעכטיגער איז דער שטורעם געווארן. די כוואליעס האבן זיך געטראגן ביז צום הימל און האבן אויסגעזען, ווי הויכע בערג און טיפע טאלן. ווען עס איז אריבער די שרעקליכע שטורעם־נאכט, האט ר׳ נחמן געזאגט צו זיין באגלייטער: איך האב גרויס חולשת הלב. איך בין אין גרויס סכנה. האט אים דער מענטש בארואיגט: איר האט זיך נישט וואס צו שרעקן. עס איז אלעס, ווי עס דארף צו זיין. דער מענטש איז אליין אויך געווען פול מיט פחד. ער איז צוגעגאנגען צום ארט, וואו מען שעפט אויס דאס וואסער, און האט דערזען, אז איבערן שיף גייען שוין כוואליעס, ווי אין טייכן.
די שיף איז פריער געווען אנגעלאדן מיט משא. האבן די טערקן די משא ארויסגעווארפן, כדי די שיף זאל זיין לייכטער און נישט דערטרונקען ווערן צוליב איר שווערקייט. די שיף איז אבער געבליבן אנגעפילט מיט וואסער וואס האט געוואויגן פיל מער, ווי די פריערדיגע משא. האט מען געמוזט שטיין און אויסשעפן דאס וואסער אן אויפהער. מען האט זיך אבער נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די כסדר אנקומענדיגע שטראמען, אזוי אז די שיף האט געהאלטן ביים אונטערגיין. ווען ר' נחמנ'ס באגלייטער האט עס דערזען, איז ער צוריקגעגאנגען צו ר' נחמן און פון גרויס פחד קיין ווארט נישט געקענט ארויסרעדן. ר׳ נחמן האט צו אים געזאגט: וואס גייט פאר? דו האסט דאך פריער געזאגט אז מען האט זיך נישט וואס צו שרעקן. עס איז אלעס, ווי עס דארף צו זיין. וואס־זשע האסטו זיך איצט אזוי דערשראקן? ״איצט איז גאר עפעס אנדערש, — האט דער מענטש געענטפערט, — איצט איז גאר בדרך הטבע קיין שאנס נישטא אז מען זאל קענען געראטעוועט ווערן, דאס וואסער פארגרעסערט זיך אן אויפהער, און קיינער קען עם נישט אויסשעפן. די מאטראזן זענען אינגאנצן אויסגעשלאגן פון די כוחות, ווייל זיי האבן קרוב צו א מעת-לעת נישט געגעסן, נישט געטרונקען און נישט צוגעמאכט קיין אויג״.
דערווייל האט זיך ר' נחמנ'ס באגלייטער דערמאנט, אז ער האט נאך נישט געדאוונט. רופט זיך ר׳ נחמן אן צו אים: דו דארפסט איצט נישט דאוונען. די זיי נאר מקבל אויף זיך עול מלכות שמים אינם ערשטן פסוק פון קריאת־שמע און זאג־אפ די ערשטע דריי און די לעצטע דריי ברכות פון שמונה־עשרה. דערנאך זאגט אים ר' נחמן: נעם דאס גאנצע געלט, וואס מיר פארמאגן, ביז דער לעצטער פרוטה, און צעטייל עס אין 2 חלקים איין חלק בינד־אן אויף דיר, און דעם צווייטן חלק וועל איך אנבינדן אויף מיר. וואס איז דאס? — פרעגט אים דער מענטש, — די פיש פון ים וועלן אונז דען נישט קענען אויפעסן אן געלט ?...״טו, ווי מען הייסט דיר, — האט ר׳ נחמן געענטפערט, — די בני ישראל זענען געווען אין ים און זענען נישט דערטרונקען געווארן, און מיר זענען דאך דערווייל אויפ'ן שיף׳׳. האט דער מענטש געטאן וואס ר׳ נחמן האט געהייסן, דערביי האט ער, לויטן באפעל פון ר׳ נחמן, זיך אנגעטאן און ארומגעבונדן דעם טולעפ זיינעם. ר׳ נחמן אליין האט אויך אזוי געטאן. זיי האבן ביידע אויסגעזען, ווי מענטשן, וואס זענען גרייט צו גיין אין וועג אריין.
דא האט זיך דער מענטש אנגערופן צו ר׳ נחמנען : ״איך קען איצט נישט מתפלל זיין אפילו די תפילה פון אנשי כנסת הגדולה. איר קענט דאך אבער יא מתפלל זיין, סיי פארן כלל, און סיי פארן פרט. פארוואס זענט איר נישט מתפלל אין אזא עת־צרה?״ האט ר׳ נחמן געענטפערט, —איך בין יעצט אין "מוחין דקטנית" איך שפיר מיך דערווייטערט פון השי״ת. איך האב אבער אן עצה, דער אויבערשטער ווייסט דעם אמת, אז איך האב מיך קיינמאל נישט באנוצט מיט זכות־אבות. איצט אבער, ווען די סכנה איז אזוי גרויס, וויל איך בעטן, ער זאל מיר העלפן אין זכות פון מיין זיידן ר׳ ישראל בעל שם טוב און אין דעם זכות פון מיין באבע אדל און אין זכות פון מיין זיידן, ר׳ נחמן האראדענקער.
ווי זיי שטייען אזוי צווישן שרעק און האפנוגג, דערזעען זיי פון דערווייטנס, אז א וואלקן רוקט זיך צו צו דער שיף. זייער פחד איז גרעסער געווארן, ווייל זיי האבן געגלויבט (ווי מען האט אמאל זיך פארגעשטעלט), אז דער וואלקן נידערט־אראפ צו שעפן וואסער פון ים און דאן, ווען די שיף קומט־צו צו יענעם ארט. וואו דער וואלקן ווערט פאראייניגט מיטן ים, ווערט זי דערטרונקען. אין א רואיגער צייט פלעגט מען זיך נוהג זיין צו באשיסן אזא געפערליכן וואלקן מיט הארמאטן. איצט איז מען אבער פארנומען געווען מיטן אויסשעפן דאס וואסער פונעם שיף און מען האט קיין צייט און קיין קאפ נישט געהאט צום וואלקן... דער שטורעם האט אבער אזוי שטארק געיאגט די שיף, אז זי איז אויך דעם געפערליכן ארט דורכגעלאפן בשלום. אין דער זעלבער צייט האט דער אויבערשטער, - דערציילן ר׳ נחמנ'ס תלמידים, - אויפגעעפנט די אויגן פון די שיפסלייט און זיי האבן געטראפן דעם לאך, פון וואנען די וואסער האט געטון אריינגעשטראמן. זיי האבן געשאכטן א באק, וואס זיי האבן געהאט מיט זיך, און מיט זיין פעל פארראכטן די שיף.
דער ים האט זיך בארואיגט. די שיף איז געראטעוועט געווארן פון דער סכנה. ר׳ נחמן האט מיט גרויס שמחה געזאגט דעם קאפיטל ״הודו לד״ וואס מען זאגט פרייטיג צונאכטס ביי מנחה. דער רעטונגס־טאג איז גראדע אויסגעפאלן פרייטיג.
איין צרה האט זיי אויך איצט שטארק געפייניגט. עס קומט־אן דער יום טוב פסח, ווי וועלן זיי פראווען פסח, אויפ'ן שיף? די שיף איז דערווייל צוגעקומען צו א שטאט, וואס איז געשטאגען אויף א בארג פון שטיינער אינמיטן ים. די טערקן האבן דארט געקויפט פיל פרוכט און זיי האבן ר׳ נחמנען פארקויפט באקסער פאר איין טאלער, לעת־עתה, האט ר' נחמן געזאגט, איז דאס אויך גוט. מען קען אפלעבן די אכט טעג פסח מיט באקסער אליין. דער אויבערשטער זאל אונז מזכה־זיין מקיים צו זיין אויך די מצווה פון אכילת מצה און ארבע כוסות.
אבער דער עיקר! וואוהין פירט מען זיי? וואס וויל מען פון זיי האבן? פארן פארן זיי אויף א קריגס־שיף, וואס וועט נישט פירן קיין מענטשן בחינם. געזען האבן זיי אז מען לאזט פון זיי קיין אויג נישט אראפ, — מסתמא פירט מען זיי אלס געפאנגענע. ווער־זשע וועט זיי אויסלייזן? צי וועט מען זיי חלילה פארקויפן פאר קנעכט ? אויב וועט דאס געשען — וואס וועט זיין מיט יידישקייט ? מען קען דאך זיי פארפירן און פארקויפן אין אן ארט, וואו קיין אידן זענען נישטא, און מען וועט קיין שום מצוות מעשיות נישט קענען מקיים־זיין. פארטראכטנדיג זיך איבער דעם אלעמען, איז ר' נחמן דורכגעלויכטן געווארן פון א נייער השגה! אויב מען וועט אים פארקויפן, חלילה, פאר א קנעכט, וועט ער דינען השי״ת אויך אן מצוות מעשיות. א שטייגער, ווי יעקב אבינו האט (לויטן אר״י הק') מקיים־געווען די מצווה פון תפילין ביי די ״מקלות אשר פצל ברהטים״ און ווי די אבות האבן בכלל מקיים געווען פיל מצוות דרבנן, פאראייניגן זיך מיט די עולמות העליונים. ווען מען קען מקיים־זיין די מצוות־מעשיות, מוז מען זיי מקיים־זיין און מען טאר זיך נישט באנוגעגען מיט בלויז הויכע כוונות, אבער ווען ער וועט זיין אן אנוס און וועט די מצוות נישט קענען מקיים־זיין וועט ער דאך זיין עבודת ד' נישט אויפגעבן, וואס ער וועט פארפעלן אין גוף, וועט ער משלים־זיין מיט די נשמה.
די שיף איז זיך דערווייל געגאנגען איר וועג און איז אגגעקומען אין דער נאכט פון ערב־פסח קיין ראדאס.