בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:33 pm
דורך משה געציל
אויף מנשה האב איך א לענגערע צימעס רענעזאציע. און אויף מורינו הרב האב איך נאך לענגערס, אין מאחורי אי"ה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:01 pm
דורך מאטי
משה געציל, דיין פענע איז גרעסער פון דיר....

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 5:04 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]משה געציל[/tag] די זויפערס דארט אויבן פייערן!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 5:31 pm
דורך אפטעמיסט
אקעי, יעצט זענען די מענטשלעך נאר צוויי יאר אלט. ווען זיי וועלן אביסל אינטערוואקסן, וועט מען זיי מוזן עפעס אנטוען. אנדערש איז דאס פשוט א פארלעצונג פונעם געזעץ, ווער רעדט פון איין שטיק זוהמא און פריצות.

מזל טוב קאווע שטיבל!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 4:06 pm
דורך לאליפאפ
שטייענדיג שוין ביים עק
פון א לאנגן טאג אן א ברעג

מיט אשכולות פיל זיך געפארעט
בילדער געטיילט און געשנארעט

קאממענטס געטייפט און געשיקט
תגובה׳לעך רעכטס און לינקס געדריקט

אבער בכלל נישט גענומען אין אכט
אביסעלע טיפער נישט געטראכט

וואו זעמיר בכלל דא אין מאשין
וואו דעי אלע הודעות גייען אהין

ווער קוקט עס אן און ליינט
און מיט א קליין לייקעלע עס באשיינט

וואס ברענגט אונז אלע ווי איין
פארברענגען און שמועסן אזוי שיין

אינמיטן א וועלט פון אסיפות און עצרות
א העל בלויען בלעטל אזוי ריין און קלאר איז

כל אחד ואחד בניקו הטוב יבורך
א שעמעוודיגער שפירט זיך אויך נישט קיין אורח

שיין רואיג און געשמאק מ׳שמועסט
פון די איבעריגע וועלט פארגעסט מען זיס

דאס איז דאך אונזער שטיבל חבריא
מיט די ניקים די פיינע און געטרייע

צייכנט זי יעצט אפ למזל ולברכה
צוויי יאר, אשרי שבימינו עלתה ככה

א דאנק א קליינעם מיט די שורות אויסדרוקן
כאטש פאר די פועלים נישט ווייזן דעם רוקן

מזל טוב ווינטשן פאר אייך און אייער ווערק
מיט בורטדעי פרעזענטס פולע זעק

[center]מזל טוב קאווע שטיבל![/center]

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך לאפילאפ!!

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 6:53 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:הערליך לאפילאפ!!

צו רופן לאליפאפ 'לאפילאפ' איז פרעצע-דענט-לאז.....

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 3:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאווע שטיבל האט די לעצטע פאר טעג אויפגעלעבט, אויף א פארנעם וואס איך געדענק שוין נישט, מימות קופרניקוס ו'פרישער הכ"מ.

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 4:12 pm
דורך טעפל
WOW מה נאמר ומה נדבר, צוויי יאר פון קאווע שטיבל, וואו נעמט מען ווערטער פאר דעם, שוין פארדעם איז דאך דא אוועקגעלייגט אין בוידעם א משה געציל'ן זאל קומען פירקלען א גוט'ס און דערנאך מאכען א ויפוצי (נישט אויסמישען מיט יפוצו פון חב"ד), משה געציל חזק חזק! קאווע שטיבל חזק חזק ונתחזק!

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 2:41 pm
דורך שמעקעדיג
אין ווינציגער ווי א חודש קומט דער דריטער יארטאג אי"ה.
הכונו.

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 2:44 pm
דורך דריידל
גיב א פיקטליכער טאג אז דער עולם זאל קענען רעזערווירן דעם דאטום

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
דריידל האט געשריבן:גיב א פיקטליכער טאג אז דער עולם זאל קענען רעזערווירן דעם דאטום


דער אפשערן וועט אפעציעל פארקומען אי"ה ר"ח אדר.
viewtopic.php?p=186037#p186037

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:29 pm
דורך שמעקעדיג
[center]--- מזל טוב!! ---
3 יאר!!!!!
[/center]

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:22 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב!!!
מ'מאכט נישט קיין אפשערן??

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:03 pm
דורך [NAMELESS]
די לעטערהעד איז פארפירערעש עס זעט נישט אויס ווי איינער פייערט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:09 pm
דורך אפטעמיסט
פשיהא! פונקט גוט. כ'קום טאקע יעצט אהיים לעקן האניג...

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב! לאמיר פייערען...

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:45 pm
דורך אפטעמיסט
וואנצעס, יו שאקט מי! כ'האב דיר געהאלטן פאר א חאניאקיש יונגערמאן. נישט אזא רייסער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:49 pm
דורך שמעון וואלף
ראשעקאל האט געשריבן:מזל טוב!!!
מ'מאכט נישט קיין אפשערן??


ניין, ס'איז א מיידל

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב צו די טאטע פון קאווע שטיבל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:16 pm
דורך שמעקעדיג
חחח...
האסט נישט געקענט לייגן אביסל רויטע וואנצעס אויף מיין רויטן פיסקל..?

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'וואלט געלייגט, אבער צוליב דיין ריזיג שמייכעל וואלט נאר געווען גענוג פלאץ פאר היטלער וואנצעס.