בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:10 am
דורך לית דין בר נש
[tag]מ גפני[/tag] דרייט זיך שוין אויך נישט דא

פורים אין מצרים

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 8:19 pm
דורך זעמיל מילכיגער
כהאב באקומען אויף א גרופ א אדווערטייזמענט וועגן א נייע קינדער סי די "פורים אין מצרים", ווייסט אפשר איינער מער פרטים דערוועגן, וואס דאס איז? איז דאס אינטערעסאנט? פאר וועלכע יארגאנג?

Re: פורים טעיפס פאר קינדער

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 8:53 pm
דורך טמיר
אויב איז עס די סידי מיט לאצי דערויף, קען איך זאגן מיין פערזענליכע טעיסט אז ס'איז נעריש און נישט אזוי אינטערעסאנט

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 9:16 pm
דורך זעמיל מילכיגער
ניין, דאס איז א נייע סעריע אינגאנצן, האט נישט קיין שייכות מיט לאצי.

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 10:42 pm
דורך שמעקעדיג
בפיקוח ווער...?? :lol: :lol:
א גוטע וויץ.....

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 9:34 am
דורך טשולענט
האמער געקויפט 'פורים אין מצרים' ס'איז זייער דיפערענט פון אלגעמיינע קינדער טעיפס.

די סידי נעמט די קינדער און פירט זיי צוריק אפאר הונדערט יאר און געבט זיי צו פארשטיין גאר לעבעדיג אביסל היסטאריע וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די אמאליגע קעניגרייכן אין מצרים, אלדזשיריע, טערקיי און נאך. און וויפל אידישע קינדער פלעגן זיך אנליידן פון די גזירות און שפעטער וויאזוי די ישועה איז זיי אנגעקומען.

הערליכע קינדער קווייער, יואלי קליין פון ארץ ישראל זינגט אויך דערויף, די סידי ווערט דערציילט אין פארשידענע קולות און אקצענטן צו עס מאכן אויסקוקן גאר לעבעדיג, ס'איז מלא תוכן און זייער אינהאלטסרייך, די פורים חלק שבו ברענגט מיט זיך א היבש ביסל לאכעדיגע מאמענטן דורכאויס די סידי וואס וועט אינטערהאלטן די קינדער.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 5:40 pm
דורך יואב
שטארק רעקאמאנדירט.

דער אמת איז אז כ'האב ערשט געקלערט נישט צו קויפן; דאס שילוב פון פורים מיט מצרים האט עפעס נישט איבריג נושא חן געווען אין מיינע אויגן. מצרים איז ביינוז א סינאנים צו פסח, באלד האב איך געקלערט אז על הראשונים אנו מצטערים. פורים און פסח יעדער פאר זיך איז שוין גענוג קאמפליצירט פאר מיר און פאר'ן גאנצן הויזגעזינד, א ט"ו/י"ד איז דערווייל נאכנישט דא, אריינשטעלן דעם פורים אינעם פסח וועט לכאורה נישט געשען אין אזא דור וואס מ'האט שוין די כוחות פון די אמאליגע גדולים, והעולה על כולם בין איך שוין אביסל זאט פון דעם לעצטערן פלייץ שעפערישקייט וואס גיסט זיך ווי ענדלאז במחנינו. גיי ווייס, "קינדער געצעלט פראדאקשאנס" — א נייע סעריע פון משוגעים לבקרים וואס האט געמאכט איר דעבוט לאור עולם. כ'מיין וואס איז שלעכט מיט לייבל וויינשטאק? מגילת אסתר מיט געזאנג?

למעשה, פאר א מיני-ווען אין וואס ס'ווילדעוועט ארום א פעקל זרע וואס איז באכאשעם נישט געגאנגען לבטלה איז ווייניג-וואס צדדים פאראן איידער מ'איז מוסיף נאך א רעדל צום צעבלאזענעם זאק מיט סידיס.

מיינע קינדער האבן זייער הנאה פון דעם אלבום — וואס איז בעצם שוין גענוג. ס'איז אבער טאקע א העכסט-געלונגענעם און קולירפולן אלבום, אינטערסאנטע מעשיות געפלאכטן מיט הומאר. באמת עפעס וואס לוינט זיך צו קויפן.

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 1:15 pm
דורך יעקב מענטש
יואב האט געשריבן:
למעשה, פאר א מיני-ווען אין וואס ס'ווילדעוועט ארום א פעקל זרע וואס איז באכאשעם נישט געגאנגען לבטלה איז ווייניג-וואס צדדים פאראן איידער מ'איז מוסיף נאך א רעדל צום צעבלאזענעם זאק מיט סידיס.


נאך פאר די טויערן שליסן זיך


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: וכו' ואכמ"ל

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 3:42 pm
דורך נהורא נפישא
.