בלאט 2 פון 13
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:28 pm
דורך מנשה לוסטיג
פריילעך אויסברוך?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:55 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אלץ געוואוסט אז דער ווארט "מטוס" - אן עראפלאן אויף עברית - איז טאקע זייערס א ווארט שבדו מלבם.
אין תהלים, ווען דוד המלך ע"ה גיט א משל פון פליען, זינגט ער "מי יתן... אעופה ואשכונה". אעופה מיינט פליען, מלשון עוף.
בין איך איבערראשט געווארן דאס יאר ביי די קינות, זעהענדיג די פאלגענדע פיוט:
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:44 pm
דורך יידל
כ'האב געטשעקט אין ויקימילון זאגן זיי אז די עצם ווארט מטוס פאר אן עראפלאן איז א חידוש פון חיים נחמן ביאליק, אבער צו נוצן דעם שורש פאר פליען אין די לופט קומט שוין פון נ"ך. אין איוב קאפיטעל ט' פסוק כ"ו שטייט חָלְפוּ עִם אֳנִיּוֹת אֵבֶה כְּנֶשֶׁר יָטוּשׂ עֲלֵי אֹכֶל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:11 am
דורך אפטעמיסט
אין איינע פון די עדס וואס זענען
געדריקט געווארן אינעם "קול ישראל" אויסגאבע ערשיינט אן עד וואס ליינט זיך אזוי: "גרבים לגברות בכל הצבעים" . איז בכלל דא אזא ווארט אין לשה"ק/עברית? (אזוי אויך, "גרבים" קומט נישט "גרביים"?)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:23 am
דורך ונבנתה העיר
גברות? עברית.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:25 am
דורך אפטעמיסט
ביסט זיכער? מ'זאגט נישט גברים ונשים?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:30 am
דורך ונבנתה העיר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:33 am
דורך אפטעמיסט
אקעי, "גבירותי" ווייס איך ניצט מען אין עברית מלשון "גברת", אבער "גברות" בלשון רבים איז אויך א ווארט?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:35 am
דורך ונבנתה העיר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:42 am
דורך אפטעמיסט
אה. אבער ס'איז זיכער נישט קיין ווארט וואס מען ניצט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:14 pm
דורך מאטי
אראומע, אדער אראומא?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:32 am
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?
איגנ-נוציג: סעלף-לעסס ווערט איבערגעטייטשט אויף אידיש אלס : אומ-אייגנ-נוציג:...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:40 am
דורך ישראל קאפקע
berlbalaguleh האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש אויף 'selfish'?
איגנ-נוציג: סעלף-לעסס ווערט איבערגעטייטשט אויף אידיש אלס : אומ-אייגנ-נוציג:...!
די ריכטיגע ווארט אין אידיש איז עגאאיסטיש, ווי די ענגלישע egotistical וואס מיינט די זעלבע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:17 pm
דורך פארוואס?
אפטעמיסט האט געשריבן:אה. אבער ס'איז זיכער נישט קיין ווארט וואס מען ניצט.
בלשון רבים נוצט מען עס נישט. אבער בלשון יחיד (גברת) איז עס ברייט באנוצט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:26 pm
דורך אפטעמיסט
את זה אני יודע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 6:23 pm
דורך ונבנתה העיר
צוואנציג שטאק אדער צוואנציג שטאקן.
מגידי שיעור אדער מגידי שיעורים.
מראי מקום אדער מראי מקומות.
מוסף דר"ח: ושעירי חטאת, בסידור בעל התניא: ושעירי חטאות.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 6:33 pm
דורך ישראל קאפקע
ונבנתה העיר האט געשריבן:צוואנציג שטאק אדער צוואנציג שטאקן.
מגידי שיעור אדער מגידי שיעורים.
מראי מקום אדער מראי מקומות.
מוסף דר"ח: ושעירי חטאת, בסידור בעל התניא: ושעירי חטאות.
צוואנציג שטאק, כאטש שטאקן איז אויך ריכטיג,
מגידי שיעור און שעירי חטאת,
די רבים זענען די מגידים און די שעירים, לאו דווקא די שיעורים און חטאות,
העי, מראי מקום איז לשון רבים (ל''י מראה מקום) ניין?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:26 am
דורך כוכב
כמדומה אז זעלבס איז נישט קיין ווארט. מ'דארף שרייבן זעלבסט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:32 am
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:ואת"ל אז אפשר שטימט עס יא ע"פ דיקדוק, אבער מ'דארף צולייגן קאפ,
בעצם א נומער איז א "עדזשעקטיוו" דאס מיינט א ווארט וואס איז מצייר א "אבזשעקט",
דאס מיינט ווען איינער זאגט א נומער איז חובה עליו צו זאגן וואס דו ביסט מצייר,
דאס מיינט ווען מען זאגט 8, איז 8 וואס?
יעצט ווען איינער זאגט, 8, און נאכער איז ער מוסיף דער ווארט דרייסיג, איז טראץ וואס 30 איז דאך למעשה אויך א ציפער,
אבער בכגון דא איז דער 30 א פירוש פארן 8,
איז היות דער 30'ער ווערט שוין עטוואס געניצט פאר א פירוש קען עס שוין - ע"פ כללי הדיקדוק - עס אויך געניצט ווערן צו מצייר זיין די גאנצע סענטענס,
איך וואלט נישט סורפרייזד געווארן אז ס'דא א אבן עזרא מיט דער רעיון,
ודו"ק
ס'איז נאר איין פראבלעם מיט די השערה. (אז ס'דא אן אבן עזרא, וואס איז דאס מפרש.) ווייל דער אבן עזרא האט נישט געשריבן אויף יודיש אדער ענגליש. נאר אויף לשה"ק. און אויף לשה"ק זאגט מען נאך אלץ דאס ווארט זייגער. לדוג': "בשעה שמונה: בשעה שמונה וחצי.:...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:14 pm
דורך chusid
עס זעט "אויס" שיין
איך בין "אויס" מענטש. האט די זעלבע ווארט צוויי באדייטן?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
"אינפא, עצות, און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ". קומט א קאמע צווישן "עצות" און "און"? אדער איז "און" במקום קאמע.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:51 pm
דורך אפטעמיסט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:"אינפא, עצות, און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ". קומט א קאמע צווישן "עצות" און "און"? אדער איז "און" במקום קאמע.
קומט נישט קיין קאמע
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:24 pm
דורך יואב
רויטע וואנצעס האט געשריבן:"אינפא, עצות, און פראקטיק אין דעם ענין פון ערליכע פינאנץ". קומט א קאמע צווישן "עצות" און "און"? אדער איז "און" במקום קאמע.
דאס ווערט גערופן אן "Oxford comma", און ס'איז א מחלוקת הפוסקים; ס'איז אפשענעל. אני הקטן וואלט אינעם יעצטיגן פאל נישט געלייגט. פשוט מיין פריוואטן געשמאק, נישט הלכה. מ'קען זיך נישט צעמישן, אלזא זאל שוין דער אויסלייג זיין מער מסודר.