בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:08 pm
דורך elter-zeide
כאב געהערט דערציילען ווען דער "תולדות אהרן" רבי (רבי אברהם יצחק זצ"ל) האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע? ווי לאנג מעג מען וויונען אין א"י? ווען מיז מען זיך אוועק ציען פון דארט קיין חו"ל? האט דער רבי געאנווארט, ווען זיי וועלען ריפון דע בחורים אין מיליטער, דאס איז געווען בערך מיט 45 יאר צירוק,

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:16 pm
דורך לאליפאפ
[tag]יאיר[/tag]

Mouth watering.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:45 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:אה! ממש אתחלתא דגאולה! די פאראזיטן וועלן אפלאזן אונזער הייליגע מדינה, ענדליך וועט די מדינה קענען זיין א געהעריגע דעמאקראטישע מדינה וואס געבט נישט קיין פראטעקציע פאר אפאר פרומע עקסטרימיסטן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן, נאר ווייל זיי מאכן אביסל גערודער און שרייען נאצי'ס ווען מ'טשעפעט זיי, אדער ווייל זיי האבן א שטיקל בלאק וואוט און מ'דארף זיי צו פארמירן א קאאליציע. פארט טאקע אוועק פון ארץ ישראל, אבער ביטע, קיין ניו יארק קומט נישט, מיר ברויכן אייך נישט האבן, ס'דא גענוג ארבעטסלאזע אן אייך אויך.

קום אהער געפילטע. טוה אויס דיין גלעזער. און האאפ! א געזונטן פאטש. און נאכאיינס אויפן צווייטן זייט!

איך האף דאס וועט דיר אויסטשוכען!

איך האף דו מיינסט נישט וואס דו שרייבסט! צו עקסטרעם!! "אפאר פרומע עקסטרעמיסטן"? וזהו? זיי זאלן זיך אלע גיין פון ארץ ישראל? פארגעס נישט דא רעדט מען אויך פון בעלזא וואס טוען מעודד זיין צו ארבעטן, אויך גור שטעלט צו ארבעט פאר זייערע מענטשן, און דא רעדט מען אויך פון אויך ליטאים און ספרדים... די אלע זאלן זיך גיין? און מיט וועמען ווילסטו בלייבן דארט, מיט אלע כופרים ופושעים אן א קאפל און פיאות? מחללי שבת ובועלי נדות? און דאס רופסטו אתחלתא דגאולה.

ווייסט, נישט אלע פרומע אידן אין א"י זענען פאראזיטן און באנק קוועטשער. איך בין מקנא אסאך אידן דארט, זיי זענען בבחי' אשריך בעולם הזה וטוב לך לעוה"ב! איך זעה זייער דאווענען און איך פלאץ פאר קנאה! תלמידי חכמים וואס הארעווען אין לערנען בנגלה ונסתר גענוי ווי די פארצייטישע יקירי ירושלים! זיי ליגן אין העכערס! נישט אין גשמיות, פרעס, תאוות, טעכנאלאגיע.... זייער גאנץ לעבן איין שטיק עבודת ה'! איך בין ליידער נישט אין די מדריגה, אבער איך רעספעקטיר די אידן, זייער תמימות, זייער אמונה פשוטה, זייער שמחת החיים, זייער סיפוק אין לעבן, זייער הסתפקות במועט, און פיל מער.....

חכמים... הזהרו בדבריכם!!!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:51 pm
דורך יאיר
הייבט נישט קיין הענט, רבותי. דא איז נישט קרית יואל.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:52 pm
דורך געפילטע פיש
[tag]שמעקעדיג[/tag], קודם כל וויאזוי ווייסטו אז איך האב בכלל גלעזער? גילוי?

אבער דו פרעגסט מיט וועם כ'וועל בלייבן? מיט טויזענטער אידן יראים ושלמים, בחורים וואס זענען זיך ממית באהלו של תורה, און גלייכצייטיג זיך ממית במלוא מובן המילה צו היטן אונזער הייליג לאנד פון די וואס ווילן איר אונטערברענגען (מבית ומבחוץ). די מסירת נפש בחורים וואס זייער פלייסיקייט אין לערנען פאקט איין די חסידישע ישיבות, גלייב מיר כ'קען ביידע פון דער נאנט, בחורים וואס שטעלן זיך איין דאס לעבן און גייען אין די "קרבי" יחידות (combat units) ווייל דארט איז דא ווייניגער נסיונות, על אף וואס דארט איז דא גרעסערע שאנסן אהיימצוקומען אין א ארון. עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער אין ישיבות הסדר, וויסענדיג יעדע מאל אז דאס קען זיין די לעצטע מאל זיי זעען דאס קינד, אבער זיי טוען עס בשמחה ווייל זיי ווייסן אז דאס איז זייער הייליג פליכט, און זיך נישט ארויסדרייען פון דינען אינעם מיליטער מיט יעדעם צוגלייך. דאס אז דו זאגסט אז טייל פון די פרומע וואס זענען קעגן גיוס זענען נארמאלע מענטשען וואס גייען ארבעטן, דאס מאכט נאר די קושיה גרעסער. מילא די קיצונים, וואס ווילן נישט דינען ווייל זיי זענען קעגן די מדינה, אדער ווייל ס'איז ביטול טעירע, לפחות אין זייער פארקרומטע קעפ קענען זיי מצדיק זיין פארוואס זיי לאזן אנדערע זיי אפהיטן און זיי לייגן נישט קיין פינגער אין קאלט וואסער, אבער די וואס זעען נישט קיין פראבלעם מיטן מדינה לכשעצמה, וואס פון זייערע קהילות איז געווען נארמאל פאר דרייסיג יאר צוריק צו דינען אין מיליטער, וואס ארבעטן און זיין א נארמאלע פראדוקטיווע מענטש איז נישט קיין סתירה צו ביטול טעירע ביי זיי, אויף זיי איז די קושיא גאר גרויס, ווער געבט דיר די רעכט נישט צו גיין אין מיליטער? ווען ס'קומט צו נעמען ביסטו דא, דו האלטסט זיך שטאלץ מיט צה"ל, מיט שב"כ, מיט די אויפטוענגען אין מיליטער, טעכנאלאגיע, די בעסטע טייסים אין די וועלט, די בעסטע קאמאנדא, search and rescue, אבער ווען ס'קומט צו לייגן א פינגער אין קאלט וואסער ווערסטו פלוצים אן אותו מקום? דאס מיינט א פאראזיט. און די מדינה קען שטיין זייער שיין אן א בעלזע בית המקדש אויך.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:53 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין נייגעריג, איינער טראכט אז אזא פלאן איז רעאליסטיש? קען זיך אויסארבעטן אז צענדליגער טויזענטער עלטערן זאלן פארשיקן זייער בחור'ל פאר יארן לאנג אין דער פרעמד? די בחורים זאלן מסכים זיין זיך אפצושיידן פון די משפחה פאר יארן יארן, און מקיים זיין 'לך לך מארצך, ממולדתך, מבית אביך, אל הארץ אשר אראך'? און אויב יא וועלן זיי זיצן דא על התורה ועל העבודה, אדער...??? (איך פארשטיי אז מהר"א וועט "קעהר נעמען" פון זיי, אבער עכ"ז...)

און דאס איז שוין אויב מדינת ישראל וועט דאס צולאזן.

און לו יהא אז יא; וואס וועט מען פארדינען פון דעם אלעם? אחרי ככלות הכל ווען די בחורים וועלן זיך צוריקקערן לארץ מושבם, וועט דען אלעס אדורכגיין גלאטיג? אדער וועלן די מדינת ישראל חברה אויסטיילן כדרכם ציפקע-צרות פאר די באטרעפענדע יעדע מאל וואס זיי גייען אדורך דעם גרעניץ?

פארוואס נישט? מ'דארף זיך נישט געזעגענען פון די משפחה! איך האלט אז די אראבישע שכנים וועלן זייער הערצליך אויפנעמען די בחורים וואס אנטלויפן פון מדינת ישראל כדי נישט צו זיין אין די מילטער!
מ'קען אין דריי פיר חדשים אויפבויען אין לבנון/סיריע/מצרים וכדומה מעכטיגע בנינים פאר די בערך 15,000 חרדישע בחורים וואס ווילן נישט דינען אין מיליטער. די עלטערן וועלן קענען באזוכן די קינדער ווען אימער. און אויב מדינת ישראל לאזט זיי נישט צוריק וועלן זיי חתונה האבן דארט און בויען אידישע שטעטלעך.

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 11:56 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער: דו זאגסט זייער גוט. אלץ גוט. ביז'ן חתונה האבן. מיט וועים וועלן די 15,000 בחורים פליטי הגיוס חתונה האבן, מיט די אראבקעס?! לב טהור איז א קליינע קולט. אפילו דו זאלסט אויסליידיגן די קינדערגארטן ביי זיי וועסטו נישט אנקומען ווייט. :roll: :? 8-) :lol: :) ;) :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:43 pm
דורך יאיר
הערט זיך צו ווי עס גיסט זיך פערל און דיאמאנטן פון רבינו שליט"א מיט זיין זיסע שטימע און איידעלע באנעמונג, און זיינע ווערטער ווערן דערהערט "מדן ועד באר שבע, פון איין עק ועלט ביזן צווייטן" (צ"ל: פון פענע צום בלאט, פון איי וועלט ביז קאווע שטיבל).
אגב, ווער עס מאכן א תמצית פון די דרשה און ארויסברענגען די הערליכע נקודות אויף פלעין אידיש וועל איך דאנקבאר זיין.