בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:45 am
דורך לאליפאפ
ברעיקינג! די ניו יארק פאוסט האט זיך יעצט אין א סטעיטמענט אנטשולדיגט פאר די העסליכע קעפל וועלכע זי האט אריינגעשטעלט עטליכע וואכן צוריק איבער די מארד פון ר' מנחם שטארק!

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 12:24 pm
דורך דולה ומשקה
שקר החן והבל היופי

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 1:01 pm
דורך טיטאניק
אז די טעג ארגעניזעישאן איז איבערגעפילט מיט ארבעט און זיכען הילף פון פרישע 100 וואלענטירען

אז חסד לאברהם נעמט יעצט אריין פרישע 50 תלמידים

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 1:02 pm
דורך טיטאניק
אז סקווערע רבי האט נישט געשיקט שפיצער אינטערצינדען ראטענבערג

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 1:03 pm
דורך טיטאניק
אז רז"ל האט ארויסגעבעקט פון קימען צי די עצרת ציליב ציונות פראבלעמען

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 2:30 pm
דורך מ גפני
אז ר' אהרן האט א ברודער וואס הייסט עשיו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 7:48 am
דורך פלעין יודיש
די עף בי איי האט היינט פארטאגס ארעסטירט ר' אהרענ'ן אינדרויסען פון ביתו נאווה קודש אין ק''י

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 3:57 pm
דורך פלעין יודיש
קאווע שטיבעל מיט איי וועלט, שטעלן זיך ציזאם
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=6206

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 10:41 pm
דורך טיטאניק
די טיטאניק איז אויפן אויבערפלאך

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:45 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'קלינגען קלאנגען אז די צוויי בעלעדע רבי'ס האבן זיך צואמפערט היינט אויפ'ן גאס. דאס האבן ארויסגעלאזט שונאי בעלעד, האט נישט קיין שום האפט

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 3:14 pm
דורך לית דין בר נש
ווער זענען שונאי בעלעד? וועמען אויפן וועלט שטערן זיי צוויי ברידערס שטייען ביי צוויי שטענדערס טשפענען נישט קיינעם who cares?

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 6:36 pm
דורך ישמעאל הכהן
אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 7:10 pm
דורך איך אויך
ווילאנג ערעב בערל באשטעטיגט דאס נישט גלייב איך דיר נישט. גראדע איז דא דארט אסאך באבערדעלטע סאו יא נעווער קנאו.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 7:22 pm
דורך מ גפני
איז בערל זיין בעלעגלא?

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 4:06 am
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

יא. ס'איז געוועין ר' מנשה פיליפ. אנטשולדיגט. נישט ער. נאר הרב ישראל מ. סופר. ער האט זיך אנגעטון דעם גארטל און געזאגט לשם יחוד און אויס געשאסן א ראקעט קיין מדינת ישראל. ער האט עס אנגערופן "התותח הקדוש". און ר'האט אינזין געהאט צו טרעפן וואס מער ציונים. די סיטרא אחרא האט זיך אבער ליידער אריינגעמישט און די כוחות הטומאה פון די ציונים האבן זיך ליידער מתגבר געוועין און דער ראקעט איז אראפגעשאסן געווארן דורך דעם טמא'נעם "כיפת הברזל". :lol: :roll: :lol: :roll: :roll: ;) :o

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 4:09 am
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:איז בערל זיין בעלעגלא?

ניין. זיכער נישט. איך וואלט נישט געקענט אויסהאלטן צו הערן זיינע דברי כפירה און שנאת ישראל וואס גיסט זיך פון איהם כמעיין המתגבר. :? 8-) :lol: :roll: :x :oops: :cry: ;) :o

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 10:54 am
דורך שמעקעדיג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

דאס איז גראדע אמת, איינע פון זיינע מקורבים האט עס אויסגע'משל'ט נאכדעם וואס ר' מנשה האט אויפגעגעסן יעדן בונדל פון די טשולענט, יענער האט פארציילט די מעשה הידוע פון ר' מענדעלע רימנוב'ער מיטן רבי'ן ר' אלימלך ווי ביים שטילן טיש האט דער ר"ר אלימלך אויסגעגאסן די זופ און ר' מענדלע האט פלוצלינג אויסגעשריגן "רבי, מען וועט אונז דאך ארעסטירן"... ווייל ער האט מיטגעהאלטן א מעשה פונדערווייטענס ווי דער רר"א איז מבטל א גזירה אויף אידן... אזוי האט דער מקורב ממחיש געווען אז ר' פיליפ'ס טשולענט עסן -- וואס יעדער בונדעל פטר'ט א ציוני -- איז גארנישט אנדערש ווי פיזיש ארויסשיסן ראקעטס אויף די ציונים, ואת בניו יארק ומצודתך פרוסה בגאזא ובעזה, און פון דארט האט זיך ארויסגעלאזט דער קלאנג אז ער שיסט ראקעטס..... :P :) :D :roll:

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:01 pm
דורך Ben-Shishim
שמעקעדיג
די האסט פארגעסין איין ווארט
[center]"להבדיל"[/center]

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:10 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: איך ווייס נישט אויב די ראקעטס וואס ר' מנשה פיליפ שליט"א האט אויסגעשאסן (מוצש"ק) אלס רעזולטאט פון אויפעסן דעם גאנצן טשאלנט ביז'ן לעצטן באנדל האבן געגרייכט ביז קיין עזה אדער תל אביב. אבער זיינע שכנים ארום האבן זיכער געליטן פון אן ערדציטערניש און אפשר אויסגעשאסענע פענצטערס אויך... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:25 pm
דורך לאליפאפ
פארן שמועות אז אין קאווע שטיבל איז נישטא קיין הויכע טרעפיק אזוי ווי אין אנדערע ווערצהייזער, בין איך מודיע אז אזא שמועה באלאנגט אין דעם אשכול.. אויסדריקליך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז מ'האט געזען ר' מנשה פילעפ אין גאזא ארויסשיסן א ראקעט אויף אר''י.
ס'שטותים, ער געפינט זיך אין נו יארק. וישחר פי דוברי שקר

דאס איז גראדע אמת, איינע פון זיינע מקורבים האט עס אויסגע'משל'ט נאכדעם וואס ר' מנשה האט אויפגעגעסן יעדן בונדל פון די טשולענט, יענער האט פארציילט די מעשה הידוע פון ר' מענדעלע רימנוב'ער מיטן רבי'ן ר' אלימלך ווי ביים שטילן טיש האט דער ר"ר אלימלך אויסגעגאסן די זופ און ר' מענדלע האט פלוצלינג אויסגעשריגן "רבי, מען וועט אונז דאך ארעסטירן"... ווייל ער האט מיטגעהאלטן א מעשה פונדערווייטענס ווי דער רר"א איז מבטל א גזירה אויף אידן... אזוי האט דער מקורב ממחיש געווען אז ר' פיליפ'ס טשולענט עסן -- וואס יעדער בונדעל פטר'ט א ציוני -- איז גארנישט אנדערש ווי פיזיש ארויסשיסן ראקעטס אויף די ציונים, ואת בניו יארק ומצודתך פרוסה בגאזא ובעזה, און פון דארט האט זיך ארויסגעלאזט דער קלאנג אז ער שיסט ראקעטס..... :P :) :D :roll:

לפענ"ד האבן זיינע שכנים אין וויליאמסבורג פארשפרייט די קלאנגען. ווייל ווען זיי זענען געזיצן שבת נאכמיטאג אין דיינינג רום האבן די פענצטערס זיך פלוצלינג גענומען ציטערן. קודם האט מען געמיינט אז די גוי'אישע שכנים שיסן פייערווארקס. אבער ווען מ'האטציך דערנענטערט צום חצר זענען די קולות געווארן שטערקער און די ווענט האבן געציטערט. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "וינועו אמות הסעיפים". ביז מ'האט געזעהן בחוש ווי די פענצטערס פונ'ם שכינות'דיגן ביה"כ ווערן צו פלאצט. רופט זיך אן איין שכנ'טע צו די אנדערע. "וואס ביסטו אזוי באזארגט? ר' מנשה האט היינט ווידער געגעסן טשולענט!... :? 8-) :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:03 pm
דורך ציבעלע-קיגל
סגייט ארום אז אין וויליאמסבורג זענען דא געוויסע מענטשען וועלעכע טראגען מיט'ן עירוב

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2016 3:48 am
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:סגייט ארום אז אין וויליאמסבורג זענען דא געוויסע מענטשען וועלעכע טראגען מיט'ן עירוב

ציבעלע קוגל: ס'קען נישט זיין. ווייל מ'האט דאך זיי שוין לאנג צוריק פארשטיינערט...אדער ערליכע אידן האבן מיט פארמאכטע אויגן געשריגן...פוי, שייגעץ...ימח שמו...!