בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:06 pm
דורך פארוואס?
טייערע ברודער!
שרעקט אייך נישט פון די לצים, וועלכע חוזק׳ן פון קאווע-שטיבל׳ס מאכט. ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות.
גייט אן מיט אייערע חלומות, און געדענקט אז א גאנצע פארגעשריטענע מדינה שטייט היינט אין די מיטל מזרח, דורך עטליכע דרייסטע לייט, וועלכע האבן געחלומ׳ט און אויך געטוהן.
עס איז שוין העכטס צייט. הגיע זמן גאולתכם!!
נעמט זיך אלע צוזאם אינאיינעם. ווארפט אוועק אלע מיינונגס דיפערענצן, און טוהט צו דער זאך!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:38 pm
דורך ראש הישיבה
יאיר האט געשריבן:גורן האט''ד האט געשריבן:בלי ספק עס וועט זיין א רעוועלוציע. וויאזוי מיינט איר זענען רעוועלוציעס געשעהן אין היסטאריע? נישט אין איין מינוט, אדער אפילו אין איין דור. פון די רענעסאנס אין אייראפע ביז די פראנצויזישע רעוועלעוציע האט גענומען צוויי הונדרעט יאר, און די גאנצע צייט זענען מענטשען געזעצן אין קאווע שטיבלעך און וואטסאפ גרופס און געשמועסט צו עס וועט זיך עפעס אמאל טוישען. ביז עס איז טאקע געשעהן.
נאך א זאך, א רעוועלציע געשעהט נישט בחנם. פאר רעוועלוציעס גיסט מען בלוט. משום מה טראכטען פארשידענע חרדישע אומצופרידענע אז מען קען מאכען א רעוועלוציע פאר פרי, אדער אפילו 2 פאר איינס. עס איז נאכנישט געווען אין די וועלט א רעוועלוציע אן אפאר משוגעים זאלן זיין גרייט צו צאלן די פרייז. די אותו-מקום ראיטען גרופע אין רוסלאנד לאזט זיך ארעסטירען אין גולאג פאר יארען, פאלעסטינער בלאזען זיך אויף אויף באסעס, אוקראינישער פראטעסטירער לאזען זיך שיסען, אלץ פאר דער קליינער שאנס פון א טויש. און חרדישע זענען פארנומען מאכען חשבונות אויב זיי קענען זיך ערלויבען נישט גיין צו עפעס א קאראפטירטע צניעות אסיפה.
אין אנדערע ווערטער, דער מצב פון חרדים איז גארנישט אזוי שלעכט. והא ראי', קיינער איז נישט גרייט צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.
אזוי פלעגן זאגן אלע וואס האבן געוואוינט אין די לענדער וואס איז געוועהן די רעוואלוציע, פאר די רעוואלוציע. אבער לאמיתו של דבר איז די כעס געוואקסן ביז עס האט געפלאצט א רעוואלוציע.
גראדע במחנינו איז שווער צו גלייבן אז עס גייט למעשה זיין א אמת'ע רעוואלוציע.
1. ווייל די אלע וואס גייען מיט די רשעות פון אונזערע מוסדות/קהילות מיינען עס נעבעך ערנסט, ולכן פילן זיי אז אלעס איז כדאי.
2. קיין איין רעכט באזעסענער מענטש איז נישט גרייט פאר די קאנסעקווענצן פון אזא זאך (אין די אלע לענדער וואס האבן א רעוואלוציע, ווערט עס געמאכט דורך די ווילדסטע חיות במין אנושי).
אבער..... מיר אלע דארפן זיין אפן צו שטיצן יעדע שפאלט אין די רבנישע בלאק, כדי אז די זאך זאל צובראכן ווערן, ממילא וועט אויטאמאטיש צוביסלעך ווערן א גרויסע שינוי.
ועל כגון דא שרייט זיך פון טיפן הארץ,
רבונו של עולם עד מתי???? וויפיל וועלן מיר נאך ליידן דא אין גלות ביי אונזערע אייגענע אזויגערופענע חרדים?
ברענג שוין משיח וואס קומט לרחק אלו שקירבו וריחקו בזרוע
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:49 pm
דורך ונבנתה העיר
ליבע ברידער און (איין) שוועסטער, אל ישיא אתכם המלך זקן ואל תאמינו לו כי לא יוכל כל אלוה כל גוי וממלכה להנצל מידם, עס איז גארנישט אזוי שווער.
עס זענען נישט דא קיין הלכות רעוועלוציע, די באשטאנדטיילן פון יעדע אינדווידואלע רעוועלוציע ווערט געפארעמט אין די צורה פון וועמען/וואס מען רעוואלטירט אקעגן.
שווארצע זעצן זיך אינעם ערשטן טייל באס, רעגירטע אוקריינא'ער שלאגן און ווארפן ארויס די רעגירער און זייערע שלוחים, און פעמעניסטן שרייבן ארטיקלען און האלטן דרשות וואס דארפן רעדן צום מוח-טייל וואס האט פארקערטע מיינוגען.
אונזער שלאכטפעלד איז נישט אין די בארא פארק'ער גאסן, נישט אין די בתי מדרשים און אפילו נישט אין די מקוואות, די שדה המערכה געפונט זיך נישט ערגעץ אנדערש ווי אין אונזערע מוחות, דארט איז די נקודת הבחירה, לאזן מיר מען זאל איהר צובינדן בחבלי עגלה צום פני הכלב, אדער זענען מיר מחליט - בינינו לבין עצמינו - אז זי איז משועבד צו גאט און זיין תורה.
על סוס לא נרכב, מיר דארפן נאר זאגן אלהינו למעשה ידינו, יעדער יחיד דארף נאר מאכן א מחשבה'דיגע החלטה, און אט האט איהר די רעוועלוציע, כהמס דונג פאלט אלעס אוועק, מען קען נישט צווינגען נאר די וואס שטעלן צו זייער מוח דערצו.
ווי יענער זאגט, לעבן זאל די רעוועלוציע!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:58 pm
דורך יאיר
ונבנתה, זאגסט דאך אזוי גוט. מיר אין קאווע שטיבל האבן ליב זיך איינרעדן אז ס'איז דא עפעס א מיסטעריעזער טיראן וואס דיקטירט אונזער לעבן און קעגן וועמען מען דארף רעוואלטירן. רבותי, ווען אזא טיראן וואלט עקזיסטירט וואלטן מיר שוין לאנג רעוואלטירט. די צרה איז אז מיר זענען אליין די טיראנען. מיר זענען די וואס זענען מכתיר די רבנים, מיר זענען די וואס גיבן קוויטלעך פאר רבי'ס, מיר זענען די וואס שיקן אין אונזערע מוסדות, מיר זענען די וואס לעבן אין נאנטשאפט מיט די משפחה. אויב איינער וויל א רעוואלוציע דארף ער נישט מער ווי מאכן א רעוואלוציע ביי זיך אליין און זיך פרעגן, וואס לוינט זיך מיר ענדערש, צו שיקן מיינע קינדער אין איינע פון די פרומסטע חסידישע מוסדות, אפשערן מיין ווייב'ס האר און צאלן דריי טויזנט דאלער א חודש רענט אין אויסטויש פאר א נאנטע קהילה און משפחה לעבן, אדער עס לוינט זיך מיר נישט. ווי לאנג מענטשן וועלן זיך מאכן דעם חשבון אז למעשה לוינט זיך ענדערש צו בלייבן אין דעם סיסטעם ווי אוועקצוגיין, וועט מען זיך מוזן צושטעלן צום אלגעמיינעם רוח. און דער אלגעמיינער רוח איז גענוי ווי אזוי חרדיזם ווערט יעצט געפירט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:12 pm
דורך ראש הישיבה
[tag]יאיר[/tag] דו האסט א פינטעל.
אבער מיר זענען געבוירן/חתונה געהאט מיט נאטירליכע commitments. עס איז נישט אזוי פשוט אז מיר קענען זיך אפפיצן פון די גאנצע געשעפט. איך קען איינער וואס איז נישט פרום (מיט זיין ווייב) בסתר, אבער ער שיקט זיינע קינדער צו היימישע מוסדות, נאר ווייל ער וויל נישט א קולטור שאק. ולכן ווייל מיר ווילן בלייבן מיט די משפחה מיט די חברים ביהמ"ד, וועגן דעם מוזן מיר אזוי ליידן? קענען מיר נישט מאכן די ענווייערמענט א מעהר אקסעפטונג/לאווינג ענווייערמענט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:23 pm
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:ונבנתה, זאגסט דאך אזוי גוט. מיר אין קאווע שטיבל האבן ליב זיך איינרעדן אז ס'איז דא עפעס א מיסטעריעזער טיראן וואס דיקטירט אונזער לעבן און קעגן וועמען מען דארף רעוואלטירן. רבותי, ווען אזא טיראן וואלט עקזיסטירט וואלטן מיר שוין לאנג רעוואלטירט. די צרה איז אז מיר זענען אליין די טיראנען. מיר זענען די וואס זענען מכתיר די רבנים, מיר זענען די וואס גיבן קוויטלעך פאר רבי'ס, מיר זענען די וואס שיקן אין אונזערע מוסדות, מיר זענען די וואס לעבן אין נאנטשאפט מיט די משפחה. אויב איינער וויל א רעוואלוציע דארף ער נישט מער ווי מאכן א רעוואלוציע ביי זיך אליין און זיך פרעגן, וואס לוינט זיך מיר ענדערש, צו שיקן מיינע קינדער אין איינע פון די פרומסטע חסידישע מוסדות, אפשערן מיין ווייב'ס האר און צאלן דריי טויזנט דאלער א חודש רענט אין אויסטויש פאר א נאנטע קהילה און משפחה לעבן, אדער עס לוינט זיך מיר נישט. ווי לאנג מענטשן וועלן זיך מאכן דעם חשבון אז למעשה לוינט זיך ענדערש צו בלייבן אין דעם סיסטעם ווי אוועקצוגיין, וועט מען זיך מוזן צושטעלן צום אלגעמיינעם רוח. און דער אלגעמיינער רוח איז גענוי ווי אזוי חרדיזם ווערט יעצט געפירט.
אפטראגן פון א מקום איז נישט קיין רעוואלט, ווען אלע פעמיניסטן וואלטן אפגעטראגן פון אמעריקע, און אנטלאפן צו עפעס אן אינזל וואו מ'גיבט פרויען גלייכע רעכטן, ווען שווארצע וואלטן נישט מארשירט אין וואשינגטאן, נאר אפגעטראגן קיין אוגאנדא, וואלט עס געמיינט אז זיי קאפיטולירן, די פארקערטע פון רעוואלט. רעוואלט מיינט אז מיר בלייבן דא, און האפן, פראבירן, אז דא, וואו אונז זעמער טאקע אזוי באקוועם, מיט אונזער פאמיליעס, מוסדות וואו מיר זענען אויסגעוואקסן, און קהילות צו וואו מיר באלאנגן, און דא מאכן דעם רעוואלט, די טוישונגען וואס מיר ווילן זען אין סאסייעטי.
און דאס, מיין איך, זאגט ונבנתה אזוי שיין, די דיקטאטורן זענען לאו דוקא די רבנים, ווייל זיי לכשעצמם האבן נישט קיין מאכט, נאר דורך אונז, די קאלעקטיווע אונז, דאס געבט זיי די כח. און איינמאל מיר, נאכאמאל די קאלעקטיווע מיר, וועלן זיך אפשאקלען דערפון, דענסמאל וועט זיין די ריכטיגע גאולה. אז איך און דו הערן אויף קויפן די כל העולם כולו פארלירן זיי גארנישט, אבער אז די המון, די proles הערט אויף זיי נאכצוטאנצן, און לעבט זיך פאר זיך אן צו קאפיטולירן צו זייערע power grabs, ווען מענטשען וועלן אויפהערן פאטשן ווען איינער מיט באבלומטע פיזשאמעס טאנצט מיט פארגלייזטע אויגן, ווען די עולם אויף א מאסנגעבליכן שטייגער וועט אנהויבן אנצופייפן, דאס וועט זיין די רעוואלוציע אין וואס ק"ש וועט זיכער האבן עפעס א חלק דערין.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:43 pm
דורך הוגה
[justify]יעצט איז צייט פאר מיר צו זאגן מיין אייגענע מיינונג. קודם כל שטים איך צו צו אלע פון אברמי ביז וואלווי, און איך דיסאגרי מיט אלע ווי איר וועט ווייטער זעהן. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אלעס דא איז בלויזע שפעקולאציעס. מיר האבן נישט קיין פאראייניגטע ארגעניזאציע אדער איין פירער וואס זאל פאראייניגן און מאכן אפיציעל די באוועגונג. זאכן רוקן זיך פאראויס אבער מיר קענען נישט האבן קיין אהנונג אויב די פראצעס וועט זיין א שטייטע אדער א שנעלע - רעלאטיוו גערעדט. אזוי ווי ס'שוין דערמאנט געווארן דא, די מער דרוק און די מער שטותים די איצטיגע הנהגה וועט צולייגן אלץ שנעלער וועט קומען די ישועה.
ביי די צווילע רעכטן פראטעסטן אין אלאבאמע האט זיך עס גערוקט גאר שטייט און ס'האט אויסגעזעהן ווי די שווארצע טוען גארנישט אויף. ביז די ארטיגע געווארנאר האט געמאכט די פאטאלע באשלוס פון זיך באנוצען מיט הונט אקעגן די פראטעסטירער, פון דאן האט זיך אלעס ארום געדרייט און שנעל געפארן צום ריכטונג פון גלייכבארעכטיגקייט. אויב אונזערע רבנים וועלן אריינברענגן די הונט זענען מיר באלדיגע געהאלפענע. אויב וועלן זיי ארבייטן מיט סטראטעגיא און איינגעהאלטנקייט וועט עס נעמען אסאך לענגער.
אין אלגעמיין האלט איך פונקט ווי [tag]venus[/tag] האט געשריבן. "change happens gradually". אבער ביי אונזער פאל איז נישט מעגליך דאס צו וויסן אויף זיכער. מיר זעהן טרענדס אין ביידע ריכטונגען וואס געבן מיר
האפענונג און פארצווייפלונג אינאיינעם.
פון איין זייט זעהן מיר א גאר שטארקע אויפוואכונג פון די בעלי שכל.
1) מיר זעהן די קאלעדזשעס אנגעפילט מיט היימישע יונגערלייט און פרויען, אפילו אין פרעסטידזשפולע שולעס. מענטשן גייען אפילו צו ווערן דאקטוירים און סייענטיסטן.
2) מיר זעהן א נייגונג אוועק פון די פרעדזשידוס אקעגן פרויען, עכ"פ אויף א פרטי'שע פארנעם.
3) די ראסיסטישע נייגונגען אקעגן מינאריטעטן למיניהם ווערט היינט גאר שטארק אראפ געקוקט ביים המון עם.
4) עס איז דא א שטארקע פרלאנג פאר שטארקע עדזשוקעישאן און עלטערן מוטיקן די בחורים צו ליינען ביכער און זיך לערנען שרייבן.
5) די עולם גייט מיט די צייטגייסט, מען גלידערט זיך אריין אין די ביזנעס און טעכנעלאגיע פון די איין און צוואנציגסטע סענטארי.
6) אפילו אין אידישקייט איז דא א שטארקע אויפוואכונג צו ערהאלטן אטענטישע אמונה, הבנה אין יהדות והשקפה און ארענטליכקייט אין אמת'ע הלכה.
7) די עולם איז מבקש אויף קירבת השם. צו איז דאס ביי שבתונים פון פראדזשעקט אינספייער, אש התורה, שלהבת, געיטוועי, קאלל אוו דע שופר אדער רבי מוטה פראנק. אמאל וואלט מען זיך נישט געחלומ'ט אז א היימישע חסידישע איד וואלט געהאט אן אינטערעסע בכלל.
8) אין אלע היימיש געגנטער געפונען זיך היינט אויף א שטילע פארנעם צענדליגע משפיעים ומורי הוראה וואס פרעדיגן אטענטישע אידישקייט.
9) וויפיל ספרים עס האלטן אין איין ארויסקומען וואס גיבן איבער די דבר השם אן די צוגעלייגטע שטותים וואס פארעקלן אידישקייט בעיני העם.
און נאך אסאך אנדערע דוגמאות...
פון די אנדערע זייט אבער איז די מצב גאר ביטער. אין די גרויסע אינסטיטושענס און פעקטאריס זעהט זיך נישט אן קיין כהוא זה פון א שינוי. אדרבא, זיי האלטן אין איין ציען מער צו די טונקעלקייט. אין די מוסדות לערנט מען נאך אלץ די קינדער כצפיחות בדבש און שומר חנם שומר שכר אבער קיין ווארט נישט איבער אידישקייט. פארוואס זאל איינער וועלן זיין א איד אויסער צוליב דעם וואס זיין טאטע איז איינס? רוב מוסדות קענען טון אסאך מער אין די געביט פון עדזשוקעישאן. ביי רוב היימישע שולעס ווייסט א יעדע מיידל פונקטליך א יעדע סעיף פון רב פאלק'ס ספר אבער זיי האבן די מינדעסטע אהנונג איבער אנכי ולא יהיה לך. די אויבנ-דערמאנטע ספרים ומשפיעים ווערן ארונטער געריסן דורך די מענסטרים הנהגה. פארטיי ליניע און געלט זענען וויכטיגער ווי די תרי"ג מצוות. ווי א קרוב מיינער האט מיר געזאגט נאך דעם וואס די מוסד איז איר דערגאנגן די יארן צוליב א שמועה אז זי גייט מיט מעיקאפ וועלכער איז גע'אסר'ט געווארן דורך די רשכבה"ג'ן שבדורנו,
"זיי האבן די צייט און רעכט צו דערגיין די יארן צוליב א ספק אז איך האב עובר געווען אולי אויף א לא תסור, אבער מיט די ודאי דאורייתא פון לא תונו האבן זיי נישט קיין פראבלעם". (איר זעהט? פרויען קענען יא לערנען...)
דא שטעקט מיין פרייד און מיין פארצווייפלונג. די עולם איז טאקע אויפגעקלערט און מ'טוישט זיך צום גוטן אבער די אינסטעטוציעס בארגראבן זיך נאר טיפער און טיפער. פארוואס האט עס נישט קיין השפעה אויף זיי אויך?
לסיכום הענין, מיר האבן דא זייער מיקסד מעסידזשעס ווי מיר האלטן מיט די רעוואלוציע און אויב עס האט זיך בכלל אנגעהויבן. אבער ביי די המון עם זעהט זיך שטארק אהן אז די עולם איז גרייט פאר טשעינדזש, אבער שוין! יעצט גייט געשעהן איינס פון די דריי זאכן. אדער וועלן זיך זאכן רוקן גאר שטייט און ביז א צוואנציג יאר וועלן זאכן בעזר השם ווערן בעסער (אך און וויי פאר אונז...
). אדער וועלן די יושבי חשך גיין ווילד און עקסטרעם און דאס וועט שטופן די רעוואלוציע צו די נעקסטע שטאפל. אדער וועט אפיר קומען א ריכטיגע מנהיג אדער ארגעניזאציע וואס וועלן שטופן די באן מיט אן אגעניזירונג וואס ס'פעלט זיך אויס. ימים ידברו.
אפטעמיסט האט געשריבן:ווערי נייס הוגה, און גיב איבער א דאנק פאר אברמי פאר מיר טעגן...
צום ענין, עס קומט טאקע פאר א מהפכה אינערהאלב אונזער סאסייעטי, אבער פון דארט ביז א רעוועלאציע איז א שווערן גאנג. אויב וועסט כאפן א בליק אויף די מאסן- טוישן און רעוועלאציעס וואס זענען פארגעקומען אין די לעצטע יאר הונדערט, וועסטו זעהן איין זאך וואס פארבינט זיי אלע: די פראטעסטירער און רעוועלאציאנערן האבן געהאט הילף פון זייער פאמיליע. וואס מיין איך צו זאגן? סיי ביי דער שווארצע אויפשטאנד זענען טאטע מיט זון געוועהן אויף איין בלאט, אין די איסלאמישע לענדער זענען ע"פ רוב גאנצ'עטע משפחות אויף איין זייט פון די מטבע, און איצט אין אוקריינא זענען פאמיליעס אויך פאראייניגט. אין אונזער פאל איז אבער גאר אנדערש. יא, טויזענטע טויזענטע שרייען (אין הארצן) "רייס אראפ דעם וואנט!", אבער דאס איז נאר כלפי פנים; נישט כלפי חוץ. גערעכט, א ריזן חלק כלל ישראל האסט דעם סיסטעם און האפט פאר א בעסערע עתיד לבנינו ולדורותינו-- אבער ביי רוב פון אונז איז דאס א שווערע סוד, און אויב די ווייב ווייסט, ווייסן נישט די עלטערן, און אויב די עלטערן ווייסן, ווייסן נישט די שווער און שוויגער אא"וו.
[tag]אפטעמיסט[/tag], אברמי זאגט אז ער האט נאר געמאכט א ווערטל...
בנוגע עלטערן און קינדער איז אזוי. אמת טאקע אז מען האט מורא צו טון זאכן אין די עפענטליכקייט דערווייל אויס מורא פון די משפחה. אבער קודם כל, ביי די צווילע רעכטן איז עס אין אנהייב בעיקר נאר געווען די קינדער, די עלטערן האבן געהאלטן אין איין שרייען אז ס'גוט אזוי, א שאד די צייט מ'וועט ממילא גארנישט אויפטון וכדומה. נאר ווען די זאכן האבן זיך אנגעהויבן צו רוקן פאראויס מיט אימפעט האבן זיך די עלטערע אויך צוגעשטעלט. ביי אונז האלט איך אויך אז אסאך עלטערן וועלן זיך צושטעלן איינמאל זאכן הייבן זיך אן צו רוקן. עס איז די טבע פון עלטערן זיך אנצונעמען פאר די אייגענע קינדער. צווייטענס, מ'האלט שוין כמעט ביי צוויי דורות אין די רעוואלוציע. ס'זענען דא אסאך אומצופרידענע וואס זענען אין די הויכע דרייסיגער יארן און זיי גייען באלד חתונה מאכן די קינדער.
עוד מישהו האט געשריבן:די רעוואלוציע קען נאר פארקומען דורכן פשוטן המון עם, און אין די פארם פון אן אויפשטאנד וואס איז ברוטאל, קעגן די גאר קליינע פראצענט וואס פירן די סאציאלע ווירטשאפט, סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש.
מען רעדט דאך נישט דא פון אן אויפשטאנד פון איבערנעמען א לאנד, מען רעדט דא פון א טיילונג וכדומה.
יאיר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, דער מצב פון חרדים איז גארנישט אזוי שלעכט. והא ראי', קיינער איז נישט גרייט צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.
[tag]יאיר[/tag], תיקון טעות: דער מצב פון חרדים איז גאר שלעכט. נאר, די עולם ציטערט דערווייל צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.
דער עולם אין די לעצטע פאר תגובות רעדן ארום וואס מיר קענען טון צו העלפן די רעוואלוציע גיין פאראויס.
איך ווייס נישט אויב איך בין דער מענטש צו זאגן. אבער איין פארשלאג קען איך יא געבן און איך בין מיר מקבל דא ברבים עס אויסצופירן. לאמיר נישט פארשווייגען אומרעכטן. ווען מיר זעהן/הערן אין בית המדרש אדער אין אונזערע מוסדות איבער אומרעכטן וואס ווערן געטון אקעגן יחידים, לאמיר זיין VOCAL צו זאגן ברבים אז עס איז אן אומרעכט. אל תירא ואל תחת, מען מוז מאכן א ווינט אז אלע מענטשן וואס האלטן אז אן אומרעכט איז אפגעטון געווארן אקעגן איינעם אז זיי זאלן זיך לאזן הערן. איך וועל נישט פארשווייגען ווען איינער ווערט אפגעזאגט פון די מוסדות צוליב נערישע סיבות. איך וועל נישט פארשווייגען ווען א קבוצה ראציגע פרומאקעס בארעדן איינער וואס גייט נישט אין שפאן מיט זיי. איך וועל נישט שווייגען ווען איך ווייס אז א רב אדער א קהלה טערארעזירט א משפחה. .[/justify]
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:58 pm
דורך בר-כוכבא
גם אני מצטרף צו אלע וואס טראכטן אין די ריכטונג. די ערשטע זאך איז זיך אליין צו באפרייען. יעדער זאל ביי זיך אין קאפ זיין פריי, יעדער זאל וויסן אז ער איז נאך אלע מעשיות א יחיד. אפילו ווען מען לעבט אין אזא סאסייעטי, מיט א ציבור וואס איז יארן שוין צוגעוואוינט נישט אליין נישט צו טראכטן און זיך נישט אנצוקוקן ווי א יחיד, בלייבן מיר נאך אלץ א מחנה יחידים.
דאס איז די ערשטע זאך: וויסן ביי זיך אין קאפ אז מען איז א יחיד און נישט אונטערגעווארפן אונטער קיינעם אויסער די אייגענע געוויסן. ס'איז די ערשטע זאך און אין א וועג גאנץ גרינג, ווייל מען דארף גארנישט טאן למעשה, נאר עס גוט איינחזר'ן און פארשטיין און וויסן ביי זיך אליין. [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט זייער שיין צעלייגט די נקודה.
[tag]הוגה[/tag] האט זייער שיין מסביר געווען וואס מען דארף טאן ווייטער למעשה. די ערשטע (און גרינגסטע) שריט איז צו שטיצן די וואס זענען בעסער. פערפעקט איז קיינער נישט אבער עס זענען דא וואס זענען בעסער. שטיצן מיט געלט און מאראל די מוסדות וואס טוען ווייניגער רשעות ווי אנדערע, זיך נישט שעמען צו איטענדיטיפירן מיט די מענטשן און עסקנים וואס טוען גוטע זאכן מיט וואס מען איז מסכים.
מען קען אויך שטיצן א מענטש וואס ליידט און מוחה זיין (יעדער לויט זיינע מעגליכקייטן) קעגן מענטשן וואס טוען אן עולה.
דער עיקר איז נישט צו מאכן קיין טעות און פראבירן צו מאכן א שינוי מעשי בראשית און אלעס איבערדרייען, ווייל עס ארבעט רוב מאל סיי ווי נישט. מען דארף ארבעטן מיט וואס סאיז שייך און זיין רעאליסטיש. מען קען אלעס באווייזן מיט שכל, איבערצייגונג, גלייבן אין וואס מען טוט, געדולד, פאזיטיוו, העלפן אחים בצרה, און אחים בדעה, וכדומה.
חילוקי דעות וועלן אייביג זיין ביי אלע מענטשן, אבער נאכמער חילוקי דעות זענען דא ביי מענטשן וואס טראכטן אינדרויסן פון די באקס (ופשוט הוא, און עס קומט אזוי). די חכמה איז אוועקצולייגן אין א זייט די חילוקי דעות און זוכן זיך צו פאראייניגן דארט וואו מען איז יא מסכים, און העלפן ווען מען איז נישט מסכים, אויב יענער טוט עפעס וואס דו האלטסט נישט ביים טאן אליין.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:07 pm
דורך ראש הישיבה
הוגה האט געשריבן:[justify]דער עולם אין די לעצטע פאר תגובות רעדן ארום וואס מיר קענען טון צו העלפן די רעוואלוציע גיין פאראויס. איך ווייס נישט אויב איך בין דער מענטש צו זאגן. אבער איין פארשלאג קען איך יא געבן און איך בין מיר מקבל דא ברבים עס אויסצופירן. לאמיר נישט פארשווייגען אומרעכטן. ווען מיר זעהן/הערן אין בית המדרש אדער אין אונזערע מוסדות איבער אומרעכטן וואס ווערן געטון אקעגן יחידים, לאמיר זיין VOCAL צו זאגן ברבים אז עס איז אן אומרעכט. אל תירא ואל תחת, מען מוז מאכן א ווינט אז אלע מענטשן וואס האלטן אז אן אומרעכט איז אפגעטון געווארן אקעגן איינעם אז זיי זאלן זיך לאזן הערן. איך וועל נישט פארשווייגען ווען איינער ווערט אפגעזאגט פון די מוסדות צוליב נערישע סיבות. איך וועל נישט פארשווייגען ווען א קבוצה ראציגע פרומאקעס בארעדן איינער וואס גייט נישט אין שפאן מיט זיי. איך וועל נישט שווייגען ווען איך ווייס אז א רב אדער א קהלה טערארעזירט א משפחה.
.[/justify]
איך בין מסכים מיט יעדער ווארט מיט דיר. איך וויל נאר קלאהר שטעלן מיין מיינונג (אולי וועסטו מסכים זיין): אז מיר קענען דאס טוהן בהשכל ובחכמה, מיר דארפן נישט מאכן קיין געוואלדעס מיט איבערקערינישן, בעסער איז ווען מיר זאגן אונזער מיינונג כסדר בניחותא ובפשטות. דער סם וואס ווערט געזאגט ראוג בטוב טעם, וועט ענדערש נתקבל ווערן על דעת אנדערע, וואס צוביסלעך וועלן מעהר און מעהר איינזעהן די אונטערדריקונג וואס גייט פאהר במחנינו
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:54 pm
דורך הוגה
אודאי, נאר אזוי. איך האב געמיינט לאפוקי דאס אננעמען א שטילשווייגעניש וואס רוב המון עם פירט זיך, אדער חלילה מיט לאכן אדער מיטשטימן.
.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:34 pm
דורך עוד מישהו
מר. הוגה
תיקון טעות, קארל מארקס רעדט נישט פון א לאנד, ער רעדט פון א סאסייעטי פון פראלעטאריער (שוואכע קלאס ארבעטער, ארעמעלייט) וואס ווערט רעגירט דורך בורגאנישע אויסנוצער (די רייכע, די וואס קאנטראלירן אלס און אלעמען).
נארמאל אונטער געווענליכע אומשטענדן איז עס לאנד אבער לאו דוקא. ער רעדט פון א סאציאלע געזעלשאפט אין ענגליש social society. וואו אפאר מענטשן קאנטראלירן אלס און אלעמען.
זיינע טעאריעס איבער דאס לאנד אין זיין מאדעל איז שוין גאר א ווייטערע שטאפל, ס'האט גארנישט מיטדעם. אין זיינע אויגן, גייט זיך די מצב טוישן ווען די שוואכע קלאס גייט מאכן אן אויפשטאנד קעגן די רייכע, (לאנד מאן דכר שמי'), רוף עס סטרייק, יוניאנס א.א.וו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:10 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
עוד מישהו האט געשריבן:מר. הוגה
תיקון טעות, קארל מארקס רעדט נישט פון א לאנד, ער רעדט פון א סאסייעטי פון פראלעטאריער (שוואכע קלאס ארבעטער, ארעמעלייט) וואס ווערט רעגירט דורך בורגאנישע אויסנוצער (די רייכע, די וואס קאנטראלירן אלס און אלעמען).
נארמאל אונטער געווענליכע אומשטענדן איז עס לאנד אבער לאו דוקא. ער רעדט פון א סאציאלע געזעלשאפט אין ענגליש social society. וואו אפאר מענטשן קאנטראלירן אלס און אלעמען.
זיינע טעאריעס איבער דאס לאנד אין זיין מאדעל איז שוין גאר א ווייטערע שטאפל, ס'האט גארנישט מיטדעם. אין זיינע אויגן, גייט זיך די מצב טוישן ווען די שוואכע קלאס גייט מאכן אן אויפשטאנד קעגן די רייכע, (לאנד מאן דכר שמי'), רוף עס סטרייק, יוניאנס א.א.וו.
נאך א תיקון טעות. קארל מארקס איז נישט געוועהן א אידישע (ניטאמאל א מענטשליכע) סאציאלאג. ר'האט מיט אידן און אידישקייט גארנישט געהאט. נאר אפילו נישט געוועהן א מעורב עם הבריות. אן איינזאמער, ווילד-פארוואקסענער מאד'נע בריה. אן עקסענטריק..
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:19 pm
דורך שמעקעדיג
איש הישר האט געשריבן:וועלכע סארט בלוט-פארגיסונג שלאגסטו פאר, גורן?
איך שלאג גארנישט פאר.
מיר האבן נישט קיין רעוואלוציע? וויפיל משפחות וויינען אויף זייערע אפגעפארענע קינדער? וויפיל שרעקליכע פירות באושים איז שוין ארויסגעקומען פון די פארפרומטע חינוך? דאס אליינס איז (ליידער!) די גרעסטע רעוואלוציע.
אלע עלטערן, מחנכים און עסקנים ציטערן אין די הויזן. זיי זוכן וויאזוי אפצוהאלטן דעם מגיפה פון פארדארבענע קינדער זאלן ארויסגיין לתרבות רעה. מען בלעימט טאקע אינטערנעט און צניעות, און איך וועל מודה זיין אז יש דברים בגו, אבער דאס איז נישט די גאנצע, נישט דאס איז דער עיקר סיבה. נאר פון דעם רעדט מען מער ווייל דאס איז גרינגער צו מעורר זיין.
מען דארף נישט איבער'חזר'ן נאכאמאל, אונזער שטיבל איז פול מיט דעם. אידישקייט איז געווארן א שרעקליכער פרעשור און פאר'מיאוס'ט, ליידער. ווילאנג דאס וועט נישט בעסער ווערן וועט דער מצב הדור בלייבן אזוי, און ח"ו גיין ערגער. מען קען מער נישט גיין מיט פארמאכטע אויגן אין וואנט אריין און שרייען אז מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא.
ממילא וואס איך וויל זאגן, די רעוואלוציע האט זיך שוין אייגענטליך אנגעפאנגען. אבער עס האט נאך א וועג צו גיין. די סיבה דערצו איז פשוט. ביי די לענדער ווי מען פייט פאר די אייגענע רעכטן זענען די ערשטע רעוואלוציענערן העלדן! משא"כ אונזערע רעוואלוציאנערן זענען נעבעך אוועקגעפאלענע קינדער מיט שלעכטע חברים, גענוי די פארקערטע פון העלדן. אראפגעקוקט און צוקלאפט (איך גיי נישט אריין יעצט צי עס איז גערעכט צי נישט). אנשטאט צו זאגן, קוק וויפיל אפפאל מיר האבן ליידער, לאמיר זעהן בשל מי הרעה הזאת און מתקן זיין וואס מען קען, וועט מען ליבערשט ארויסשטויסן די חברה פון כלל (ישראל), און דערנאך זיך בארימען מיט שטאלץ, קוק וואספארא שיינע קאמיוניטי מיר האבן, מכף רגל ועד ראש אין בהם מתום! איי, יענע? זיי זענען סתם אויסווארפן, בכלל נישט אונזערע....
דער חלק דארף נאך ווערן אדורכגעבראכן. מען זאל איינזעהן אז עס איז באמת דא א בראך, און מסכים זיין צו פארבעסערן אונזער צוגאנג צו אידישקייט. און אויך אויפהערן פייניגן אידישע קינדער. מען זאל אונז לאזן הנאה האבן אלס אידן. נישט האקן און קריטיקירן נאכאנאנד. און נישט אויסשליסן יעדן דריטן פון כלל ישראל. דאן וועט מען אננעמען מיטלען צו פארבעסערן אונזער מהלך, און דאס וועט זיין די פירות פון די רעוואלוציע.
אויב קום איך נישט אריין גענוג קלאר, נא לדון אותי לכף זכות.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:24 pm
דורך מאטי
אוי קומסטו אריין קלאר, ווי דער אור הגנוז פארן גניזה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
נו לאמיר האפן אז יענקעלע חכם זאל זוכה זיין צום אור הגנוז
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:55 pm
דורך אי איתמר
כ'האב געמיינט אז קאווע שטיבעל איז כשמו כן הוא א פלאץ צו פארבענגען אין זיך ליפטערען,
נישט געגלייבט אז ס'דא אלעכע וואס מיינען עס נעבעך גאר ערענסט לש''ש,
לענ''ד איז נישטא וואס צוטוהן מיט דער-עולם,
הגם דערוילעם ווערט מער אויפגעקלערט.., אבער העיקר חסר כמבואר בונבנתה,
א גרויס טייל פון דערוילעם עם חכם ונבון, שרייען ארויס פון זיך אז דאס איז בל' סגי נהור,
מילא דאס איז עס!! נעמט עס נישט צו ערענסט..,
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי דארף מען ארויסברענגען צוויי נקודות
א. פון די אלע וואס רעדען זיך אפ אויף דער היינטיגע מצב, איז דא פארשידענהייטען אויך. אנדערע ווילען מער לימודי חול אין ישיבות, אנדערע ווילען פטור ווערען פון רעבעס\רויבערס, אנדערע האבען מיט מאטלעסטער'ס, אנדערע האבן קעגען חומרות, וכדו'. דעריבער איז נישט דא וויאזוי זיך צוזאמקומען און ערלעדיגען א רעוואלוציע. (אזוי ווי ר' איצעלע וואלאזינער האט געזאגט פאר נאפאליאן וועגען די פערד וכו')
ב. ס'האט קיינער נישט געברענגט א manifesto א קלארען פלאן וואס מ'קען טוהן. נוצט אייער שכל, שטעל צוזאמען אייער קעפ און מאכט א רשימה פון זאכען וואס מ'דארף טוהן. 'צונעמען די רעדער פון די באנדיטען' איז נישט קיין פלאן. אז דו ווילסט אן אנדערע סארט חדר, ווייז אויף וואס מ'קען מאכען, וויאזוי קענסטו פירען א חדר מיט לימודי קדש און לימודי חול אן שלאגען וכדו', אזוי ווי דו פארשטייסט. אז איינער וויל א נייער שטאט, שרייב אפ וויאזוי וואלסטו געגרינדעט א קהלה ווי ס'וועט נישט די פראבלעמען וואס דו זעסט אין וומסב"ג וכדו. מ'דארף רעדען און טראכטען פאזיטיוו, וואס דארף מען טוהן. דערנאך וועלען די פיס זעלענער קומען אין דער מאסען. ביז דערווייל נאר די אונטערוועלטינקעס האבען א פלאן.
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:42 am
דורך יעקעלע חכם
נעכטן און עפעס א בארא פארקער זאל איז געווען א ריכטיגע רעוועלאציע (אגב... איך האלט נישט אז די נושא דארט איז דער ״פראבלעם״ פונעם היינטיגן דור) א פילע זאל מיט טויזענטער יודן, כאטש דא האבן די געשלאגענע חוזק געמאכט אז די זאל וועט זיין ליידיג, יענע זייט ווייזט רוזעלטאטן זיי פילען אן זאלן מיט מענטשען וואס מאנכע דא ווילן זיך איינרעדן אז עס עקזעסטירט שוין נישט.
די זייט זיצט און ביסהאכיסע מיטן איי פאון און שרייבט אויף קאווע זיינע בויך קוועטשענישן...
לעבן זאלן די נאפאליענס פון קאווע שטיבל!
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:06 am
דורך שטילע אינגערמאן
צוזאם שלעפען א עולם אין בארא פארק א ליל שישי מיינט אין מיינע אויגן גארנישט, זילטש, נאדא,
ס'וואינען היינט אין בארא פארק איבער 25,000 מענטשען, וואס איז מציאה אז ווייניגער ווי צען פראצענט איז געקומען נאך וואס מ'האט אהיים געשיקט צעטליך, געהאנגען די גאסען מיט סיינס, גערופען א גאסט רעדנער, וגו'.
אין דאס איז נכלל נייגריגע מענטשען, ליידיגגייערס, רעבישע איינקלעך (גייט שוין בעצם אריין אין די כלל פון ליידיגגייערס) .
והראיה ווען ס'דא א אינטרעסאנטע רעבישע חתונה, וויפיהל מענטשען וואס קענען נישט די מחותנים קומען מיטהאלטען? הונדרעטע.
כ'וועל נתפעל ווערן טאמער מ'וועט זעהן א שינוי אין די גאס, מ'וועט זעהן א שינוי אויפן פרויען, אבער סתם אז ס'געווען 1500מענטשען מיינט זירא.
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:22 am
דורך פיטומי מילי
שטילע יונגערמאן,
יעצט גייט מען מאכען מעשה אלימות, ביי דיינע קינדער וועט עס שוין זיין א מסורה, דיינע אייניקלעך וואס וועלן זיך כאפן וואס מהאט געטוהן מיט זיי וועלן שוין זיין אויבער חכמים
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:38 pm
דורך סודני
טייערער הוגה אונז זעמיר זייער זייער ווייט דערפון איך וועל עס מאכן זייער קורץ . עס איז בעיקר צוויי נקודת פארוואס מענטשן ווילן א טויש, איינס די מוסדות זאלן זיך נישט אזוי ארומווארפן מיט אונז אין פאר יעדע משוגעת ארויס ואורפן די קינדער,אדער פשוט נישט אננעמען .
צוויי עדיקעשן די צוויטע פראבלעם באדערט פיל וויניגער מענטשן מענטשן ווייל מ׳קוקוט עס נישט פאר א באלדיגן געפאר משא״כ די ערשטע .
יעצט אינקורצן אזוי ווי איינער האט שון דא ארויס געברענגט אז א אינגערמאן וואס וויל שמועסן ביים דאווענען וויל נאכאלץ דייקא דאווענען אין א שול וואס האט א מזרח וואנט אין ס׳דא א קול תפלה אפילו ער האט נישט צופיל געדעלוד צום דאווענען . די זעלבע איז מיט מוסדות אסאך פין די שרייבערס דא וואס האלטן אז די יעצטיגע חינוך סיסטעים איז א פראבלעים וועלן זיי זייערע אייגענע קינדער נישט אריינלייגן אין א חדר וואס איז גרייט אנצינעמען קינדער פין שטויבער וואס ער אליין האלט אויך אז עס טויג נישט אין אנדערע ווערטער ער אליין האט די זעלבע מיינוג אווי די יעצטיגע מנהלים אז מ׳דארף סעלעקטירן ער האט פשוט אנדערע גדרים ער מאכט אנדערע ליינס . 2 די גרויסע קהילישע מוסדות זענען פיל פיל ביליגער ממילא עקאנאמיש לוינט עס זייער צובלייבן אפילו ער האלט נישט אלעס וואס די מוסד פרעדיגט איז ריכטיג 3 רוב עלטערן אפילו פין די וואס שרייבן דא באדערט נישט אז א קינד וועט אויסוואקסן אביסל צי פרום ער טראכט ביי זיך ער וועט עלטער ווערן וועל איך עים שוין ערקלערן וואס איז ריכטיג אין וואס נישט אין מאכן פון פרום אביסל נארמאלער איז נישט אזוי שווער אבער טאמיר וועט זיין קינד באקומען א חינוך אין א אפילו נאר מיט איין זאך וועט ער ווערן נתחנך אויף וואס ער האלא אז עס טויג נישט אין עס איז צי מאדערן וועט עים זיין זייער שווער צי מאכן דעים קינד פרום אין די איינע נושא אין פאר דעים האט ער זייער מורא איז די עלטערן וואס האבן נישט קיין פראבלעמן מיט מוסדות וועלן נישט זיכן קיין חידושים אין אפילו ער האלט אז די מוסדות פרעדיגט נישט ריכטיג אין די אנדערע וואס האבן יא מיט געמאכט די קאשמארן איז ווי נאר עס וועט זיך עפענען א געהעריגע מוסד וועלן די אנדערע מוסדות גלייך ווייכער ווערן אין אננעמען גרינגער וועלן זיי ווייטער לייגן די קינדער אינעם סיסטעים כנלענ״ד
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 9:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סודני, איך וואלט דיר מעגליך געגעבען א לייק, נאר איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו שרייבסט. ביטער קוק איבער און פאררעכט די גרייזען און לייג אריין א פאר commas אדער periods.
א דאנק.