בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:36 pm
דורך שמעקעדיג
ווען איך וואלט געווען דיין ווייב וואלט איך ליב געהאט א טשאקאלאד-קאווערד-וועיפער..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:39 pm
דורך מאטי
אפטעמיסט האט געשריבן:זאגסט א נקודה, אבער דאס איז נישט די מעשה דא. מיין פרוי קומט פון א פאמיליע וואו ס'איז איינגעפירט אז דער מאן ברענגט אהיים גוטע זאכן און נאשערייען פאר די ווייב. ס'איז נישט אז זי דארף איך זאל טראכטן פון איר (פארשטייט זיך זי דארף עס, אבער נישט דאס באדערט זי) זי דארף פשוט א גוטע זאך 'צו עסן' און ווי סאך איך פראביר אויסגעפונען וואס דאס מיינט, בין איך נישט מצליח.
איין זאך האב איך הנאה, אז איך זיץ דא צוזאמען מיט איר, און זי זעהט ווי דער עולם מוטשעט זיך, און קיינער קען נישט אנצייגן וואס מיינט א גוטע זאך. זעהסט האניג?!

נו אויב זי מיינט באמת די זאך און נישט די עטענשאן פארוואס שפילט זי Clue מיט דיר. זאל זי זאגן וואס זי וויל און שוין. אדער ברענג איר א גיפט סערטיפעקאט פון א נאש סטאר און זאל זי אויסקלייבן וואס איר הארץ באגערט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
אייז קרים
באנאנא טשיפס
גריק יאגערט
דעיניש
האלווא
וועניס קראנטש
זשעלי רינגס
חצילים על האש
טשיז קעיק
יאפטשוק
כרעמזלעך מיט סאער קרים
ליקעריש
מילקשעיק'ס
ניסלעך (א פלעטער אוודאי)
סעסימי טשיקן, סיגארס אף קאקא
ענגפלענט פאמאזשאן
פינאט טשוס, פאפקארן
צוקערדיגע דרינקס
קאפקעיק
רעסבערי איטאליענע אייסעס
שאקלאד
אחר ככלות הכל וועסטו אויך דארפן ת'אמס

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:04 am
דורך אפטעמיסט
שכויח וואנצעס פאר די ליסטע, כ'האב עס געקאפי פעיסט צו מיין מעמא פעד און כ'וועל עס ניצען נעקסטע מאל (זינטאג) ווען כ'בין אין א פארלעגענהייט. איין זאך יא, ס'איז מיר א שטיקל חידוש אז דער עולם קוקט מיר אן מאדנע. געמיינט האב איך אז אסאך זענען אין מיין שיך, אדערווייל זעה איך אז דער עולם קוקט מיר אן מיט הינער אויגן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:20 am
דורך רויטע וואנצעס
יעדעמס ווייב האט אנדערע משוגת'ן, געווענדליך וואס זי האט געזעהן ביי איר מאמע. מיין ווייב (און איר מאמע) זאגן איבער יעדע זאך 6 מאל, האסט א עצה? למשל מ'וועט איבער זאגן 6 מאל אז מ'דארף עפעס קויפן אדער ערלעדיגן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:27 am
דורך אפטעמיסט
מיין עצה וואלט געוועהן זאלסט טוען וואס זי בעט דיר ביים ערשטן מאל, וועט זי נישט ברויכן מעלה גרה זיין זעקס מאל. גראדע לייד איך פון דעם פראבלעם אויך (אוי באשעפער, ראה עניי ועמלי) אבער ווי געזאגט איז דא א וועג ארויס.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:36 am
דורך רויטע וואנצעס
מיין ווייב איז אויף מיין נודניק ליסטע.
זי זאגט מיר א גוטס לעצטענס, אז די סיבה פארוואס פרויען נעגין די מענער, איז וויבאלד ס'איז געווארן א צווייטע נאטור פון פרויען במשך די דורות צו נעגין, אלץ א וועג צו באקומען זייער needs, היות מענער האבן דעוועליפט א צווייטע נאטור פון זיך נישט צוהערן צו די ווייבער.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:53 am
דורך אפטעמיסט
לאל! מיין ווייב זאגט מיר איצט, אז וויסן וואס מען דארף קויפן איז חינוך וואס מען דארף לערנען מיט קינדער. אוי, זי איז אזוי אבסעסט, ס'איז לא יאומן.

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 11:30 pm
דורך איך אויך
וואס פלעגט דיין פריערדיגע ניק איר קויפן?

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 11:48 pm
דורך דריידל
איך אויך האט געשריבן:יעדע נאכט גלעט זי דיר די בארד?


ניין, נאר ספירה איז דא א בארד

בארד בארד ווי'ז דיין איד, איד איד ווי'ז דיין בארד..............

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:16 am
דורך חכם עתיק
כווענאס ועוד.. (ווענאס זעהט אויס איז פון די אנדערע זייט מטבע. גערעכט?)

די פרוי ברויך זאלסט טראכטן פון איר. שיקן נאר א טעקסט אויפן וועג אהיים צו פרעגן וואס זי דארף איז נישט גענוג. האט מיר א פרוי אמאל געזאגט.. זי ווייסט נישט צו איר מאן וויל עפעס קויפן אין גראסערי וועגן דעם רופט ער, אדער ער וויל די סאפער זאל זיין רעדי...

אינמיטן טאג ווען די ביסט אין קאווע שטיב אדער ווי אומער, שיק א טעקסט איז עווריטינג אקעי? איז שוין מסודר די פראבלעם פון נעכטן? וכו' וכו'
וזה בדוק ומשוסה..

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:21 pm
דורך איש עברי
אפטעמיסט פון די פארשידענע באקלאגענישן דיינע בין איך געקומען צו די מסקנה אז דיין רעביצין איז א געפערליכע אויסנוצערין, זי רייט אויף דיר ווי אויף א קעמל, זאג איר זי זאל אויפהערן גלעטן דיין בארד און אויפהערן זיך ספוילן, טאמער דאס וועט ווייטער אנהאלטן וועט מען מוזן אינטערווענירן אפצושטעלן דאס אויסנוצעריי באצייטנס, באלד וועט זי דיר נאך בעטן אזוי גלעטנדיג דיין בארד אז דו זאלסט אויפהערן שרייבן אין שטיבל.
דו נעקסטע מאהל דו הערסט איר זאגן אזוי אויף א שטילע טאן, אפטע.. דאן פוץ אפ ווי די פעפער וואקסט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:56 pm
דורך אפטעמיסט
עברי, הלוואי וואלט איך געהאט אזא כח התגברות. וואס זאל איך אבער טאן אז א גלעט אין בארד געט מיר אזא מין קיצל און סקרוך, אזוי אז מיין גאנצע לייב טרייסלט פון אורגאזם. איין זאך יא, אויב וועט זי אנהויבן מאכן זינלאזע און וואנזיניגע פארלאנגען, ווי אויפהערן שרייבן אויף קאווע, וועט מען נעמען אין באטראכט א צוועלף שורות. אלס האט א גבול.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 3:35 pm
דורך מאראנצןזאפט
אפטער רב, דאס ערשטע מאל געליינט דיין ארטיקל :lol:
מיין ווייב בעט מיך יעדע נאכט די זעלביגע, א גוטע זאך, און זי ווייסט שוין, כ'קום געווענליך אהיים אן גארנישט .

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 6:10 pm
דורך חזקיהו המלך
טוה אזוי:

קויף - א באנאנע - א פינאטשו - מיט א ירושלימער לאקשען קוגעל

ערשט געב די פינאטשו, טאמער ס'ארבייט נישט דאן שלעפ ארויס די באנאנע\ טאמער דאס איז אויך נישט גוט קאן נעם ארויס די ירושלימער לאקשען קוגעל, דאס וועט שוין ארבעטען, שוין איינמאל ארבעטען, אבער ס'דארף זיין א שארפע מיט אסאך פעפער,

לאז ביטע וויסען די רעזולטאטען,

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 12:56 am
דורך שמעקעדיג
חזקי דיין אוועטער קוקט אויס אפגעבריהט פון הייסע שארפע ירושלימער קוגל.

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 5:57 am
דורך shem-tov
איר זעהט חברה פאר דעם ארטיקל אליינס האט זיך שוין געלוינט דאס גאנצע קאווע שטיבל. הבאת שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו איז דען עפעס א קלייניגקייט. מיין ווייב איז טאקע נישט תובע בפיה אבער יעדע שטיק צייט וואס איך קום פון ערגעץ גיט זי מיך אזא פרעג האסט מיך גארנישט געברענגט און איך ווי א שוטה האב קיינמאל נישט געכאפט אז איך ברויך מיך מתקן זיין מען קען די חברה אויפלעבן מיט עפעס א פשוט שטיקעל מזונות אדער טשאטשקעלע.

לגבי דיין דילעמע אפשר שיקסטו דיין שוועסטער זאל כאפן א שמועס מיט איר. אבער סנישט אויף מיין אחריות אויב זי ווערט געוואר... אוי כהאב פארגעסען זי ליינט דאך דאס... איחוד זאגט גוט אפשר בלויז א שמייכעל. כגעדענק א גוי וואס ארבעט ביי לאנדאס גראסערי זאגט מיר אמאל אז די ערשטע יודישע ווארט וואס ער האט זיך אויסגעלערנט איז געווען "סגארנישט דא" ווייל דאס שרייען די קינדערליך ווען זיי קוקען אריין אין גראסערי באקס און זעהן נישט די נאש וואס זיי האבן זיך געחלומט... עכ"פ דער אייבערשטער זאל העלפן נאר אזעלעכע פראבלעמען