בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:16 pm
דורך איחוד פעלד
פארוואס רופט מען דער מענער נישט דער בנות ישראל.

כה תאמר לבית יעקב, לשון רך. ותגיד דברים קשים כגידין לבני ישראל.

וואס איז דער לשון רכה? שטיל? אויב מען זאגט דער זעלבער זאך.

פשט איז, פרעה האט געארבעט עבודת פרך מיט אידען, פרך איז פה רך (סוטה), לשון רך אז פרעה אליין האט געארבעט מיט דער אידען. און האט געזאגט פאר די אידען ארבעטס מיט מיר.

לשון רכה מיינט, ווען מען טוט אליין.

בנות ישראל ווילען זיין גוט. לבם זיכער. אונז מענער האבען א תפקיד, צו מאכען די אוויר אין שטוב תורה'דיג, אז אין שטוב וועט זיין א תורה, וכו', מדות, מדות מדות, אינטערנעט ארויסווארפען און פארברענען, דעמאלס זעהט א פרוי, מיין מאן איז אזוי הייליג אין אידיש, אפילו ער ארבעט, און איז א גרויסע עושר, אבער ער איז ערענסט, דארף מען גארנישט פארלאנגען, זיי אליין וועלען שוין טוהן און אלעס ווי מען דארף.

פארדעם האט מען צוזאמען גערופען די מענער. אז אונז דארפען פירען א תורה'דיגע שטוב.

און ער איז מסיים.

מען וועט הערען פין רב פאלק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:18 pm
דורך איחוד פעלד
אידען גייען ארויסווארפען אלע בגדים וואס זענען נישט אויסגעהאלטען, אפילו עס קאסט אסאך געלט, דער אויבערשטער זאגט לוו עלי ואני פורע. פרנסה ברווח פאר אידישע קינדער אז זיי זאלען קענען מחנך זיין אידישע דורות, שיק דער גואל צדק. ותחזינה עינינו בשובך לציון.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:18 pm
דורך געפילטע פיש
איחוד פעלד האט געשריבן:מען האט שוין אסאך מאל פראבירט צו רעדען וועגען דעם.

די פראבלעם איז אז עס שטייט זייער ווייניג אין הלכה וועגען דעם.

נאר אביסעל אין סימן ע"ה.

פארוואס טאקע?

ווייל אמאהל האט מען נישט געדארפט מער ווי איין סימן אויף דעם.

מען איז געגאנגען מער בצניעות, מען האט נישט געדארפט קיין אסיפות.

פאני, אמאל האט קיינער נישט געגעסן קיין חזיר ממילא שטייט נישט אין שו"ע אז מ'טאר נישט עסן חזיר... אויך מיר א טענה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:21 pm
דורך איחוד פעלד
רב פאלק.

ברשות הרבנים והצבור ער רעדט מיט א שטארקע ריש, ווי א חב"דסקער הברה.

ד' אלקיך מהלך בקרב מחניך והיה מחניך קדוש.

דער אויבערשטער כביכול גייט שפאצירען צווישען כלל ישראל, און זיין תפקיד איז מציל זיין כלל ישראל.

שונא זימה, ושב מאחריך. אפילו נאר א שמעק פין זימה.

צרות, שידוכים, ארץ ישראל ישיבה בחורים, ברית מילה, איירופה כנגד שחיטה, א שווערע ענגע צייט. אונז שפירען א ושב מאחריך, דער אויבערשטער איז נישט צופרידען מיט אונז.

טאמער וועט מען מתקן זיין דער אויבערשטער זאל זיך גוט שפירען צווישען אידן, וועט מען דאס מתקן זיין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:22 pm
דורך איחוד פעלד
א מאן און א פרוי זענען אחראי איינער אויף די אנדערע, די מאן איז אחראי אויף די פרוי.

איך סטאפ שרייבען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:26 pm
דורך אויס מענטש
יישר כח פאר די אפדעיטס
פארוואס האסטו געסטאפט צו שרייבן מען האט דיר דערווישט ???

עני וועי א מחי' די אסיפה פול מיט .....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:30 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
ס'קוקט אויס אז פאלק וויל נישט רעדן. אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:34 pm
דורך לאליפאפ
כמיין איך זעה דיר איחוד... הייב אויף דיין פאון א רגע..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:34 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
ער איז בכלל נישט באקוועם מיט רעדן ווגען בגדי נשים ברבים.
ער דארף מסביר זיין אז אויב די בריסטען שטעקן זיך ארויס אדער ס'שאקעלט זיך איז עס מושך את העין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:36 pm
דורך venus
Isn't having a tznius asifa about women's clothes for men the opposite of tznius?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:47 pm
דורך נולד מאוחר
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ער איז בכלל נישט באקוועם מיט רעדן ווגען בגדי נשים ברבים.
ער דארף מסביר זיין אז אויב די בריסטען שטעקן זיך ארויס אדער ס'שאקעלט זיך איז עס מושך את העין.

ווען כהאב דאס געזאגט און כיתה ה' האב איך באקומען זייף אין מויל פון די מנהל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:05 pm
דורך נולד מאוחר
איחוד פעלד האט געשריבן:די רבנים ווילען מאכען א קונטרס יעדער פאר זיין קהלה.

ממילא איז דא א דוגמה פין זיין ספר, וואס אלע קהלות זאלען מאכען.

איחוד קענסט זיי פליעז זאגן אז די קהילה דא האט שוין א דוגמה וואס אלע קהילות קענען נאכמאכן
בילד
יענקל האט דאס געברענגט,
הוגה האט דאס שוין אמאלבאריכות אויסגעשמיעסט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:07 pm
דורך טיטאניק
איחוד פעלד האט געשריבן:א מאן און א פרוי זענען אחראי איינער אויף די אנדערע, די מאן איז אחראי אויף די פרוי.

איך סטאפ שרייבען.

יישר כח פארען סטאפען איבער שרייבען די דברי נבלה פון די אפקורסים די בעלי ריב ומדון
געניג מיט די נערשיקייטען געניג

זיי זענען ביזי מיט יעדמס בילקעס אויסער מיט די אייגענע מצות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:09 pm
דורך טיטאניק
איך גיי מאכען א אסיפה פון די פריצה נוראה פון מחלוקות און ערכאות
מ'מער זען וויפיל רבנים גייען זיך משתתף זיין...........

(נאר די פאר ליטווישע וואס האבען נישט קיין קאמפעטישענס)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:09 pm
דורך נולד מאוחר
טיטאניק האט געשריבן:זיי זענען ביזי מיט יעדמס בילקעס אויסער מיט די אייגענע מצות

:lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:22 pm
דורך איש הישר
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ס'קוקט אויס אז פאלק וויל נישט רעדן. אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר.

ער האט זיך זעלבסט אריינגעלייגט אין קראנקן בעט. אזוי קוקט מען אויס ווען מען ווידמעט א לעבן דורכצוטון וועלכע איברים, תנועות, קליידונג וכו' זענען מושך די אויגן פון מענער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:28 pm
דורך איחוד פעלד
עס איז געוועהן זייער איראטיש ווען רב פאלק האט מסביר געוועהן דער חמוקי יריכיך, ווי דער מקום הירך דארף זיין אינגאנצען באדעקט, מיט הרחיבי מקום אהלך, ווייל דער מקום איז העכסט ציענד.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:31 pm
דורך טיטאניק
איך האלט אז די נייע תקנות דארפען זיין אזוי:
אלע פרויען מיזען זיך קליידען ווי די רעבעצינס, דהיינו:
גראבע דיקע שווארצע זאקען
צינעמען אסאך וואג
לאזען וואקסען די וואנצע
מאכען זיכער אז מען האט א באנטש פימפעלס
גיין מיט קליידער וואס איז מער נישטא בנמצא אין סטארס
נישט גיין אין שאוער משבת לשבת
זיך וואשען אין שאוער נאר מיט בליטש, חלילה נישט קיין שמעקעדיגע זייף
פארצען ברבים
און אזוי וועלען די מענער נישט האבען קיין תאוות בכלל, די קדושה וועט שפריצען און בליען אין אלע גאסען

און נאכדעם וועט מען זיך ווינדערען פארוואס אזויפיל יונגעלייט פארען אזויפיל קיין אומאן...........

די עיקר איז אז מען זאל מבזה זיין אידישע טעכטער אויף די ערגסטע וועג מעגליך
פארגעסט נישט אז אין די תורה שטייט זייער הארבע ווערטער אויף א מוציא שם רע, און דארט רעדט מען פון מוציא לעז זיין אויף א יחיד, טראכט וואס די עבירה איז ווען מען איז מוציא שם רע אויף טויזענטע נשים צדקניות וצנועות, די רבנים דארט איינס ביי איינס גייען פלאקערען אין גיהנום

צניעות איז נאך קיינמאל קיינמאל נישט געווען אזוי שיין ווי היינט
איך בין נייגעריג צי זען א בילד פון ראביי פאלקס מאמע און באבע
און איך וויל אז מען זאל איינפירען אז אלע רבנים וואס שטעלען זיך אויף רעדען פון צניעות זאלען קודם ברענגען צוויי בילדער פארען עולם, איינס א בילד פון זיייער מאמע ביי די 30 יאר און די צווייטע א בילד פון זייער ווייב ביי די 20 יאר, נאכדעם וועלען מיר הערען וואס זיי האבען צי גרעבסען

א באנדע לאו לייוו'ס, ווער האט זיי געפערגט? ווער האט זיי געקרוינט פאר די ווארטזאגער פון גאט?
גייטס ווישט ענק אענקער אייגענע צואה וואס ענק מאכען אן בראש כל חוצות אז יעדער שווארצער ערל ווייסט צי זאגען וועגען יעדע נערישע רעבישע מחלוקה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
היטס אייערע ווייבער און קינדער, די עולם גייט זיין העכטס אויפגערייצט די נעקסטע 24 שעה!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:34 pm
דורך venus
This asifa is making me nauseous.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:37 pm
דורך טיטאניק
רויטע וואנצעס האט געשריבן:היטס אייערע ווייבער און קינדער, די עולם גייט זיין העכטס אויפגערייצט די נעקסטע 24 שעה!

איך האלט בכלל אז דער עולם גייט מקיים זיין דעם "שובו לכם לאהליכם" ווער עס פארשטייט פארשטייט
ניין חדשים ארים פינקלעך גייט זיין אסאך נייע געבוירענע זכרים פון די נאכט, און אלע גייען אויסזען ווי הרב פאלק
:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
טיטאניק האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:היטס אייערע ווייבער און קינדער, די עולם גייט זיין העכטס אויפגערייצט די נעקסטע 24 שעה!

איך האלט בכלל אז דער עולם גייט מקיים זיין דעם "שובו לכם לאהליכם" ווער עס פארשטייט פארשטייט
ניין חדשים ארים פינקלעך גייט זיין אסאך נייע געבוירענע זכרים פון די נאכט, און אלע גייען אויסזען ווי הרב פאלק
:lol: :lol: :lol:



און אלע גייען אויסזען ווי הרב פאלק :like :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:47 pm
דורך קאווע טרינקער
פרויען קליידער געשעפטן זענען אפען היינט א גאנצע נאכט פאר די וואס ווארפען ארויס זייערע שיינע קליידער.