בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:07 am
דורך רויטע וואנצעס
פרעס רעלויס, מידיא קומט!!! איך בין געווארן אטאקירט מיט לאוו!! כ'ווייס נישט פונקטליך ווער ס'האט עס געטוהן, אבער ערשטע לאבעטארי רעזולטאטן ווייזן אז ס'שמעקט' גאר שטארק. עזרת נשים הצלה האט אינטערגענומען א אויספארשונג, היות זיי זענען מומחים אין לאוו. די פאליציי געבט איבער אז די לאוו איז געווען פון א גאר שטארקע גראד, און דער שולדיגער וועט באשטראפט ווערן לאוו תחת לאוו, מיט א פארציע פון הויעך קאנצעטריטע לאוו. ווי מ'געבט איבער איז דא א שטיקעל סקעטש פונעם לאווער: ער טראגט שטענדיג א שמייכעל פון אויער צו אויער, ער שמעקט שטארק, ספעציעל פון קאווע, און ער איז ציינלאז.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:23 am
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]יואב[/tag]
I couldn't love a stranger more, I literally have a crush
נאך א שווערע טאג ביזטו פון די אייציגסטער וואס קענען מיך טוישן די מצב רוח אזוי שנעל. האסט טאלאנט, כ'האף דיין ווייב עפרישיעט עס אזוי פיהל ווי איך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:38 am
דורך רויטע וואנצעס
איך האב א לאוו אטאקע פאר ידידינו היקר [tag]ונבנתה העיר[/tag]. איך ווייס אין לויבאוויטש האט מען נישט געקושט, וועל איך מיר איינהאלטן.
דיינע ידיעות, חכמה, און שרייב טאלאנט איז מיר גורם צו ווערן א משיח'סט. איך האב אן טראכטן אז די רבי לעבט נאך בתוכינו.
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 11:39 am
דורך רויטע וואנצעס
היינט איז מיין לאוו אטאקע צו [tag]וועטערבאריכט[/tag]. וועטערבאריכט איך קען דיר נישט גענוג דאנקן פאר די גאר אינטערעסאנטע באריכטן, בילדער און מאפעס. א גאון אין וועטער און א גאון אין
מדות.
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:55 pm
דורך וועטערבאריכט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:היינט איז מיין לאוו אטאקע צו [tag]וועטערבאריכט[/tag]. וועטערבאריכט איך קען דיר נישט גענוג דאנקן פאר די גאר אינטערעסאנטע באריכטן, בילדער און מאפעס. א גאון אין וועטער און א גאון אין
מדות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:52 am
דורך שמעקעדיג
האחד בא לגור, קוים אריינגעקומען, און שוין גיסט ער רייכע הודעות נאן-סטאפ! וועקט אויף אלטע באלערנדע אשכולות!
אדנירם!!
ממנו ילמדו וכן יעשו, איין ניק וואס פאקט איין 20 אנדערע נייע ניקס וואס מען הערט נישט קיין פיפס פון זיי.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:24 am
דורך [NAMELESS]
איך 'בלאש' אוועק...
זינט כ'בין אנגעקומען דא צוויי טעג צוריק, בין איך ב"ה כסדר אונטער אטאקע. 'ליבשאפט אטאקע' - ווי דער נאמען פון דעם אשכול.
כ'ווייס נישט במה זכיתי [אייגנטליך. האלט דיך נישט אזוי קליין, דו ווייסט פונקטליך פארוואס. אבער שוין, מען ברויך רעדן 'פאליטיקלי קארעקט'], אבער אוודאי געבט דאס כסדר א שטופ אויף ווייטער, ללמוד ללמד ולהתלמד.
ייש"כ טייערע חברים וידידים וואס געבן כסדר חיזוק און הערכה צו א צווייטן.
ועל כגון דא קאמרינן: כל המהנה את חבירו הוא נהנה תחילה...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:12 pm
דורך זייגער
[tag]אדנירם[/tag], איך ווייס וואס די מיינסט. איך באקום עס אויך.
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
כ'פרוביר שוין אפאר טעג צו באפאלן א צווייטן מיט א LOVE ATTACK, ווערנדיג נתפעל פון זיינע שטארקע געדאנקען, פילפארביגע שפראך, זאפטיגע לשון, און שיינע ארטיקלען.
אבער כ'בין שנעל געקומען צום החלטה, אויפצוגעבן אויף אזא חלום, זעענדיג אז 'כל העדה כולם קדושים'. ס'איז ב"ה דא א געפאקטע קאווע שטיבל מיט פיינע מענטשן, ליבנדע ניקס, געשמאקע לייט, און ספעציעל ברודערליכע פערזאנען. ממילא איז נישט שייך צו רימען, ווייל ס'וועט נישט סטייען די טינט און שפייעכץ פון מויל מרוב שירה וגעזאנג.
ווייסן מיר פארט אז 'פטור בלא כלום אי אפשר', על'עך פשוט אראפברענגען די ווארימע אויפנאמעס און שבחים וואס אנדערע האבן דא צוגעטיילט אויף מיין חשבון, און דאס וועט מעיד זיין כמאה עדים אויפן ספעציעלקייט, ווארעמקייט, ברודערליכקייט, און פארגינערישקייט, פון די חברים דא אין קאווע שטיבל.
[ואל יקשה הדבר בעיניך לאמר, הן דברים פשוטים יאמר, וכן ראוי ונכון לעשות כדת תורה ואנושיות. אף אתה אמור לו, לא כן הדבר בכל אתר ואתר, אני בעניי השתמשתי בכתרה של אדנירם בעוד מקומות, והגם שזכיתי להיות מאריות שבחבורה במקו"א, מ"מ חיבה יתירה נודעת לי במקום קדוש הלז יותר מבכל מקום. ומאתרא הדין ילמדו וכן יעשו אחרים!].אט זענען אויסצוגן פון די אויסערגעווענליכע ליבשאפט בין איש לרעהו אין 'קאווע שטיבל', וואס כ'האב געשפירט אויף מיין הויט:
נופת צופים האט געשריבן:שלום עליכם ר' שש. איך האב נאך געהאלטן פאר'ן ליינען דיין אינטראדוקציע און כ'האב שוין הנאה געהאט פון דיינע ווערק.
כה לחי!
viewtopic.php?p=263112#p263112
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער אדנירם@ איז עפעס אזא געפלאכטן שטיקל וואו עס ברויך צו זיין , איך האב שוין געליינט דיינע ערשטע פאר תגובות נעכטען שפעט אויף דערנאכט עס האט מיר שטארק דערקוויקט דעם זעהל ,
עס קוקט אויס וואו די האסט א שטארקע פאטענטשעל דא , לך בכוחך !
viewtopic.php?p=263188#p263188
זייגער האט געשריבן:איך בין היפש ניי דא, און איך קען נישט אנהייבן באדאנקען אלע גוטע שרייבער, אבער היות [tag]אדנירם[/tag] איז אויך ניי, וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן און עם באדאנקען ברבים.
ירבו כמותך ב'קאווע שטיבל
viewtopic.php?p=266000#p266000
שמעקעדיג האט געשריבן:האחד בא לגור, קוים אריינגעקומען, און שוין גיסט ער רייכע הודעות נאן-סטאפ! וועקט אויף אלטע באלערנדע אשכולות!
אדנירם!!ממנו ילמדו וכן יעשו, איין ניק וואס פאקט איין 20 אנדערע נייע ניקס וואס מען הערט נישט קיין פיפס פון זיי.
viewtopic.php?p=263737#p263737
און צום לעצט, א באמבע:
טייערע קאווע שטיבל מיטגלידער, א גרויסער דאנק פארן ארויסווייזן אזויפיל ליבשאפט צו א צווייטן, עס געבט דיר א הרגשה פון וועלן צוריקקומען און שמועסן מיט גוטע פריינט. און דערפאר זאג איך אייך אלע:
איך שפיר א גרויסע LOVE ATTACK צו אלע חברים וידידים תושבי קאווע שטיבל.
I LOVE YOU ALL !!!
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 2:21 pm
דורך ונבנתה העיר
[tag]הקטן[/tag], עס געפעלט מיר זיין אייגנארטיגקייט.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 7:33 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]moshav zekeinim[/tag]
ביסט מכובד אפצונעמען מיין לאוו אטאקע!!!
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:31 pm
דורך כוכב
איך האב א לאוו אטאקע אויף [tag]ונבנתה העיר[/tag]
אזא צום גאט צום לייט ניק וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.
דערצו איז ער געווען דער סאמע ערשטער באשטייערער סיי פאר שושנים און סיי פאר פה סח, איך האב צוויי מאל געדינט מיט אים אלס גבאי, כבין ממש חולת אהבה.
וואלט ער געווען א פרוי, וואלט נישט געוועןקיין חרם דרבגמה וואלט איך מיט אים חתונה געהאט.
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 4:11 am
דורך [NAMELESS]
[center]איך געב דא איבער מיין ליבשאפט אטאקע אין ריכטונג פון א פארהעלטנמעסיג ניי-אויפגעקומענעם כוכב,
וואס ווייניג דא האבן אויסגעדריקט זייער ריכטיגע שעצונג אויף זיין געוואלדיגע מאס וויסנשאפט און קלארע שפראך,
ה"ה מורה מורינו [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] שליט"א.
זיין ידיעה בכל כך הרבה מכמנים, זיין דעת תורה צרופה, זיין מצטט זיין מקורות נאמנים,
און איבערהויבט - דאס אז ס'איז נישט קיין שטער פארן האבן שכל הישר [אדרבה, גייטס אדורך זיינע רייכע 95 הודעות],
איבערצייגט מיך נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר האבן אריינבאקומען אן אוצר בלום ביי אונז אין שטיבל.
יהא בואך לברכה, און זיי אונז ווייטער מהנה מיט דיינע ברייטע ידיעות!!![/center]
ENGLISH TRANSLATION
נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 12:50 am
דורך אויבערלענדער חכם
אדנירם האט געשריבן:[center]איך געב דא איבער מיין ליבשאפט אטאקע אין ריכטונג פון א פארהעלטנמעסיג ניי-אויפגעקומענעם כוכב,
וואס ווייניג דא האבן אויסגעדריקט זייער ריכטיגע שעצונג אויף זיין געוואלדיגע מאס וויסנשאפט און קלארע שפראך,
ה"ה מורה מורינו [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] שליט"א.
זיין ידיעה בכל כך הרבה מכמנים, זיין דעת תורה צרופה, זיין מצטט זיין מקורות נאמנים,
און איבערהויבט - דאס אז ס'איז נישט קיין שטער פארן האבן שכל הישר [אדרבה, גייטס אדורך זיינע רייכע 95 הודעות],
איבערצייגט מיך נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר האבן אריינבאקומען אן אוצר בלום ביי אונז אין שטיבל.
יהא בואך לברכה, און זיי אונז ווייטער מהנה מיט דיינע ברייטע ידיעות!!![/center]
[center]
[tag]אדנירם[/tag] שרייבט זייער וויכטיגע אשכולות און תגובות, פון צייט צו צייט טראכט איך אז ליטיראטור אויף אזא הויכע מדרגה וואלט געדארפט איבערגעטייטשט ווערען אין א שפראך וואס ביליאנע מענטשען קענען ליינען, נישט נאר אונז פאר היימישע לייט. איך קען זיך נישט אונטערנעמען אזא ארבייט אליין, אבער אזא וויכטיגע הודעה דארף זיכער איבערגעטייטשט ווערען. וממני ילמדו וכן יעשו אחרים בכיוצא בהם.[/center]
[left][center]I offer here my “
love attack” in the direction of a rather new rising star, that few here have expressed their rightful appreciation for his amazing mass of knowledge and clear language,
Behold he is: Moreh Moreinu
Oberlander Chacham Shlit’a
His knowledge in so many precious areas, His pure da’as torah, his citations of trustworthy sources, and above all – that it doesn’t deter him from having a clear mind [I recommend that you all go through his 95 rich posts] shows me again and again that we have a treasure trove in our shitbel.
May your arrival be a blessing, and may you continue indulging us with the breadth of your knowledge!!![/center][/left]
נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 1:30 am
דורך ישראל קאפקע
!
נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 2:40 pm
דורך פריש וואסער

- 31gOcmZDVNL.jpg (24.39 KiB) געזען געווארן 3333 מאל
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 9:07 pm
דורך שבת אחים
@מושב זקנים
[tag]moshav zekeinim[/tag]
איך האב געוואלט מודיע זיין פאר דיר און פאר יעדעם איינעם אז איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבן דא, פון דיין אפענקייט און ברייטקייט צו יעדע זאך, כה לחי׳ שרייב ווייטער וואס דו האלטס אז סאיז ריכטיג, ואל יתבייש מן המלעיגים!

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:03 pm
דורך איש חזון
[tag]מי אני[/tag]
דער'דיך א גאון
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:30 pm
דורך הדסים
איש חזון האט געשריבן:[tag]מי אני[/tag]
דער'דיך א גאון
יא, ער איז גוט.
Re: LOVE ATTACK!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:04 pm
דורך מי אני
ייש״כ ייש״כ.
(איך גלייב נישט אז איך בין, אבער איך וויל זיין א גאון. אויך א מדריגה... ועיין ברבינו יונה באבות ריש פרק ד.)