בלאט 2 פון 21

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:17 pm
דורך אברעמעל
פארוואס האב איך נאכנישט דעם אפשען?

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:30 pm
דורך Java
אברעמעל האט געשריבן:פארוואס האב איך נאכנישט דעם אפשען?

מען דארף ארויסיינען אין נאכאמאל אריינסיינען. די ביסט נאך ווארשיינליך אריינגעסיינט צו די אלטע ווערסיע.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:43 pm
דורך אברעמעל
ליידער האב איך נאכנישט די זכי', ארויסגעסיינט און צוריק אריינגעסיינט, כ'זעה ווי מ'האט זיך טאקע באדאנקט פאר דיין פרידערדיגע תגובה, דעם לייק קנעפל זעה איך אבער נישט.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:45 pm
דורך אךשמח
איך האב ארויסגעסיינט און צוריק אריינגעסיינט און איך זע נאר די לייק ראנגען אבער נישט ביי יעדע תגובה.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:47 pm
דורך Java
אברעמעל האט געשריבן:ליידער האב איך נאכנישט די זכי', ארויסגעסיינט און צוריק אריינגעסיינט, כ'זעה ווי מ'האט זיך טאקע באדאנקט פאר דיין פרידערדיגע תגובה, דעם לייק קנעפל זעה איך אבער נישט.

פרוביר פארמעקן דיין cache (און דיין cookies אויך). אסאך מאל "געדענקט" די בראוזער דער אלטער html אויסלייג. אויב דאס העלפט אויך נישט, לאזט וויסן און איך וועל רעדן מיטן פראגראממער.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:48 pm
דורך Java
אךשמח האט געשריבן:איך האב ארויסגעסיינט און צוריק אריינגעסיינט און איך זע נאר די לייק ראנגען אבער נישט ביי יעדע תגובה.

פארמעקט אייער קוקיס און cache, און דערנאך סיינט צוריק אריין. האפענטליך וועט דאס סאלווען דעם פראבלעם.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:50 pm
דורך אברעמעל
Java האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:ליידער האב איך נאכנישט די זכי', ארויסגעסיינט און צוריק אריינגעסיינט, כ'זעה ווי מ'האט זיך טאקע באדאנקט פאר דיין פרידערדיגע תגובה, דעם לייק קנעפל זעה איך אבער נישט.

פרוביר פארמעקן דיין cache (און דיין cookies אויך). אסאך מאל "געדענקט" די בראוזער דער אלטער html אויסלייג. אויב דאס העלפט אויך נישט, לאזט וויסן און איך וועל רעדן מיטן פראגראממער.

דיר יו גאוי, ער איז אנגעקומען,
שכוח פאר דיין געטרייע הילף.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:54 pm
דורך אברעמעל
מדארף מאכן א עקסטערע אשכול ווי מ'קען זיך באדאנקען פאר א לייק..

קודם באדאנק איך דיר דא.. :)

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:57 pm
דורך Java
אברעמעל האט געשריבן:מדארף מאכן א עקסטערע אשכול ווי מ'קען זיך באדאנקען פאר א לייק..

קודם באדאנק איך דיר דא.. :)

אי"ה בקרוב קומט אן אשכול ווי מיר וועלן ערקלערן די ראנגן סיסטעם פון דעם לייק קנעפל און נאך דעטאלן און פיטשורס.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:58 pm
דורך אךשמח
עס ארבעט אייזן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער איז דאך א געוואלדיגער אפדעיט פאר דעם זייטל, און האט מיר יעצט געגעבן ארבעט פאר שעות.

טייערע אידן, האלט אייך רואיג, איך וועל אנקומען צו יעדן, און וועל לייקן די אלע וואס זייער ארבעט געפעלט מיר, אבער דערווייל מוז איך אריינשטעלן עטליכע תגובות ווייל איך מוז אנקומען צום אקטיווע מעמבערשיפ ראנג. און צופיל ארבעט ליגט נאך אויף מיינע פלייצעס!

א דאנק פאר די טייערע מנהלים מיט די געוואלדיגע רעיונות!

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:01 pm
דורך Java
אךשמח האט געשריבן:עס ארבעט אייזן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער איז דאך א געוואלדיגער אפדעיט פאר דעם זייטל, און האט מיר יעצט געגעבן ארבעט פאר שעות.

טייערע אידן, האלט אייך רואיג, איך וועל אנקומען צו יעדן, און וועל לייקן די אלע וואס זייער ארבעט געפעלט מיר, אבער דערווייל מוז איך אריינשטעלן עטליכע תגובות ווייל איך מוז אנקומען צום אקטיווע מעמבערשיפ ראנג. און צופיל ארבעט ליגט נאך אויף מיינע פלייצעס!

א דאנק פאר די טייערע מנהלים מיט די געוואלדיגע רעיונות!

וילייקו ענוים וישבעו.
אגב, אוודאי האט די הנהלה געארבעט שווער דאס אויסצופירן מכח אל הפועל, אבער דער אריגינעלער געדאנק איז בעצם געקומען פון "פשוט'ע מעמבערס" וועלכע האבן דאס געוואלט. דאס הייסט "טיעם ווארק"!

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:04 pm
דורך קארלסבורג
ס'איז געוואאאאאאלדיג!
כ'לאמיך ארויס אין א לייק-קאראהאד...

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:12 pm
דורך שמואל שלום שלמה
פשיהא! היינט האב געבעטן דערפאר (בשם טאמבל סאס) און היינט האט די הנהלה עס אימפלעמענטירט! כה לחי!! מכם ילמדו וכן יעשו! (מ'קען נאך נאוצן די אלטע "לייקס"? :like :like)

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:17 pm
דורך ראשעקאל
הערליכע געדאנק!! ממש מוראדיג.
יעצט דארף מען שוין אפילו נישט האבען די ראנגען אין די זייט!! ס'איז נישט א פארמעסט ווער עס קען האבען מען תגובות, נאר ווער עס קען באקומען מער לייק'ס.
אה, דאס איז א חידוש!!!

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:18 pm
דורך שמואל הלוי
איך נוץ גוגל קראם, און איך האב נאך נישט די זכי' צו האבן די לייק קנעפל, האט עס מיט די בראוזער צו טוהן?

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:19 pm
דורך אברעמעל
פאר גוגל קראום גיי דא
chrome://settings/clearBrowserData

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:29 pm
דורך חיים נחום הלוי פריעד
א פראכט!
:like
מיר דארפן באמת מכיר טובה זיין די געטרייע מנהלים פון דעם מקום. דער עולם האט געבעטן און אזוי שיין צוגעשטעלט, נאך מיט אזעלכע הערליכע פיטשערס. איך גלייב אז דאס איז נישט אנגעקומען גרינג. כה לחי!!

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:53 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:איך נוץ גוגל קראם, און איך האב נאך נישט די זכי' צו האבן די לייק קנעפל, האט עס מיט די בראוזער צו טוהן?

אברעמעל האט געשריבן:פאר גוגל קראום גיי דא
chrome://settings/clearBrowserData

אברעמעל, דיין עצה איז נישט מבחין בין טוב לרע און כיון שניתן רשות למשחית מעקט ער אויס אלע קוקיס און די גאנצע קעש, בעסער איז צו גיין צו chrome://settings/cookies און אויפזוכן דעם סייט, מ'קען מאכן א סוירטש פאר kave וועט עס ארויפקומען גלייך, דערנאך גיין צו chrome://settings/clearBrowserData און לאז נאר א טשעק ביי empty the cache און וועל אויס א צייט לענגער ווי די ביסט דא אין קאווע שטיבל the last 4 weeks וועט זיכער זיין גענוג און קליק דעם clear browsing data.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:38 pm
דורך Java
מיר האבן צוגעלייגט דעם פיטשור פון א פאפ-אפ אין וועלכ מ'קען אריינלייגען url לינקס, און image urls. ביז היינט האט מען געמוזט קענען די קאוד צו קענען לייגן א לינק אויף א ווארט (דוגמא) יעצט, וועט עס די נייע פאפ-אפ פיטשור טון פאר אייך.
עס ארבייט ווי פאלגנד:
ווען איר ווילטלייגן א לינק צו א בלאט, קאפיט קודם די לינק צו יענעם וועב בלאט, דערנאך דרוקט אויפן URL קנעפל:
url button.png
url button.png (3.37 KiB) געזען געווארן 4080 מאל

די פאלגענדע פאפ-אפ קעסטל וועט ארויף קומען:
url popup 1.png
url popup 1.png (15.31 KiB) געזען געווארן 4080 מאל

פעיסט אריין די url און דרוק ok. די פאלגענדע קעסטל וועט ארויף קומען:
url popup 2.png
url popup 2.png (16.44 KiB) געזען געווארן 4080 מאל

לייגט אריין די ווערטער וועלכע איר ווילט זאלן ערשיינען אינעם תגובה (אזוי ווי דער ווארט "דוגמא" אויבן).
דרוקט אקעי, און די קאוד איז אויטאמאטיש אריין אין אייער הודעה.

ווען איר ווילט אריינלייגען א בילד פון אן אנדערען וועסבייט אין אייער הודעה, דרוקט אויף Img קנעפל:
img button.png
img button.png (4.5 KiB) געזען געווארן 4080 מאל

די פאלגענדע פאפ-אפ וועט ארויף קומען:
img popup.png
img popup.png (14.78 KiB) געזען געווארן 4080 מאל

פעיסט אריין דעם image url און דרוקט אקעי. דער בילד וועט דאן ערשיינען אין אייער תגובה.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:44 pm
דורך לאדיך אפ
שטייצעך אז עס ארבייט נאר אויב מ'פארמעקט קיכעלעך און קעש.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:45 pm
דורך שמואל הלוי
הארציגן יישר כח דזשעווא.

אגב, אויב וויל מען לינקן צו א ווארט וואס איז שוין אין די תגובה, למשל קודם האט מען געשריבן "זעה דא ווי מען רעדט דערפון", קען מען קודם היילייטן די ווערטער "זעה דא" אדער נאר די ווארט "דא", און דאן דריקן די URL קנעפל און אריינלייגן די לינק, און די געהיילייטע ווערטער וועט ווערן די ווערטער אנשטאט די לינק.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:24 pm
דורך amechiya
אפשר מאכט מען אויך א "דיסלייק" קנעפל?

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:30 pm
דורך שמואל הלוי
amechiya האט געשריבן:אפשר מאכט מען אויך א "דיסלייק" קנעפל?

מען רעדט שוין דערפון
viewtopic.php?p=2874#p2874