בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 7:13 pm
דורך סאשי פיש
שקויעך פאר די הנהלה פארן ארויפריקען די וואטערמארק!

וואטערמארק נערווירט

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:20 pm
דורך לאליפאפ
כשמעקעדיג ואחרים, וויל איך מעורר זיין עטליכע נקודות איבערן וואטערמארק:

ערשטנס, דער דיפולט איז אז די בילד זאל באקומען א וואטערמארק, א זאך וואס פעלט רוב מאל נישט אויס ביי בילדער וואס מקורן איז פון וואטסעפפ ודומיו, און טייל מאל שטערט דאס שטארק למשל ביי א דיסק ווי איינער שטעלט ארויף די קאווער און ס'קומט מיט א קאווע שטיבל וואטערמארק. . פארוואס למען השם?

נאך א נקודה אפילו ווי עס איז יא פארהאן א צורך, ווערט דאס בילד טיילמאל שטארק געשטערט ווי צום ביישפיל דא, וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן טאמער די מארק וואלט נישט געווען אזוי ווייסליך נאר דורכזיכטיג אדער לפחות קלענער און גראדער..

און אז מ'רעדט שוין איז דאס אביסל א מאדנער פאנט פאר א וואטערמארק.

און אז איך קום מיט קריטיק וויל איך שוין אין איינוועג אויסדרוקן א דאנק פאר אלע גבאים און בפרט פאר [tag]קעלנער[/tag] וועלכע געבן זיך אזוי ווארים אוועק שלא על מנת לקבל פרס.. הקב"ה ישלם שכרם!

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:26 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען דיסעיבלען דעם וואטערמארק בשעת דו לאדנסט ארויף דעם בילד. וכן אני נוהג לפעמים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:30 pm
דורך לאליפאפ
שמעקעדיג האט געשריבן:מען קען דיסעיבלען דעם וואטערמארק בשעת דו לאדנסט ארויף דעם בילד. וכן אני נוהג לפעמים.

רוב מאל אויך, אבער מיין אפיל איז געווען לכבוד די נערוונלאזע ניקס וועלכע לאדענען געזיגלטע סחורה אטאמאטיש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:58 am
דורך שמעקעדיג
לאור וואס רוב בילדער ווערן אומאקצעפטירבאר מיטן וואטערמארק אויפן גאנצן שיעפן לענג איבערן בילד, וואלט איך געוואלט פארשלאגן אז די DEFAULT פועם וואטערמארק זאל זיין אויף "ניין", ד.ה. עס זאל נישט זיין קיין וואטערמארק, ס'רוב בילדער זענען דאך ממילא נישט אייגענע געכאפטע נאר קאפירט ערגעץ פון דעם אינטערנעט, טא ווער עס וויל דוקא יא, האט דעם אפציע צו דרוקן דעם "יא" קנעפל, אזוי וועלן רוב בילדער אויסקומען בעסער צו זעהן.

ווער איז מיט מיר?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:21 pm
דורך בשבילי!
א ווי אייביג איז דער אמת ערגעץ אינדערמיט וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל לייגן דעם וואסער מארק אין דער זייט, נישט אזוי שיף אויפן גאנצן ברייט, וועט עס נישט שטערן דעם בילד.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:19 pm
דורך חסיד
אדער אז עס איז טארנספארינט טיילווייז

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:37 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:לאור וואס רוב בילדער ווערן אומאקצעפטירבאר מיטן וואטערמארק אויפן גאנצן שיעפן לענג איבערן בילד, וואלט איך געוואלט פארשלאגן אז די DEFAULT פועם וואטערמארק זאל זיין אויף "ניין", ד.ה. עס זאל נישט זיין קיין וואטערמארק, ס'רוב בילדער זענען דאך ממילא נישט אייגענע געכאפטע נאר קאפירט ערגעץ פון דעם אינטערנעט, טא ווער עס וויל דוקא יא, האט דעם אפציע צו דרוקן דעם "יא" קנעפל, אזוי וועלן רוב בילדער אויסקומען בעסער צו זעהן.

ווער איז מיט מיר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: דו ביסט 100% גערעכט. די זאך איז נישט אז ס'מאכט נערוועז אדער ס'שטערט. מיט דעם וואטערמארק זענען א סאך פיקטשערס פשוט אומזעעבאר. ס'איז יצא שכרו בהפסידו.
איין משל וואס קומט מיר אין זיכרון. די "טאטאא" פון די רבי אויפ'ן פוס פון יענעם "חאסיד". מיט'ן וואטערמארק האט מען אינגאנצן נישט געזעען די בילד פון די רבי. און ס'איז נישט געווען פארשטענדליך די מטרה פון ארויפלאדענען די בילד...!

Re: חדש: אויטאמאטישע "וואטערמארק" פאר בילדער

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 8:13 pm
דורך חאצקעל שניידער
פארוואס איז עס נאך דא? מדארף אינגאנצען אוועקנעמען די אפציע , לפחות דארף מען מעורר זיין דעם עולם עס צו פארלעשן