בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:09 pm
דורך petergrifin
מעג איך דעמאנען די מערכה פון ״דער איד״ יארן צוריק קעגן די ״בית המינות״ (The Boro Park Y).
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:16 pm
דורך דריידל
מ'דארף אויך מזכיר זיין די מערכה פון ארונים קעגן זלונים און זלונים קעגן ארונים וואס קיינעם איז נישט געלונגען צו ציברעכן דעם צד שכנגד
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:17 am
דורך איש עברי
לדראון עולם זאל געדענקט ווערן די שמוציגע עקלהאפטיגע מערכה וואס די ירושלימע בעסטערדס האבן געפירט קעגן ישראל אהרן קלצקי, א געשמאקע עהרליכע אינגערמאן וואס זיין גאנצע חטא איז געווען אז די קנאים האט זיך פארגלוסט צו עפענען א קאנקורענץ צו זיין דרוקעריי און האבן אריינגענומען דעם אייבערשטען אין דעם ביזנעס געפעכט און אים טערארעזירט און באשמוצט און גערודפ'ט עד חורמה ועד בכלל, ביז ער האט געמוזט אפציען פון ירושלים ווי זיין משפחה וואוינט שוין דורי דורות.
די נארישע ווילימסבורגע רבנים האבן אהנע בושה ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן אים פאר גארנישט און פאר נישט, און מיט דעם צוגעהאלפן גיסן זיין בלוט, מפי השמועה האט אים ר' זלמן לייב מסאטמאר לעצטנס איבערגעבעטן און זיך פארענטפערט אז מען האט אים געפיטערט מיט פאלשע אינפארמאציע....
נאך א רינגעלע און די לאנגע קייט פון רשעות און שפיכת דמים דורך די פארשאלטענע רשעים, דער אייבערשטער זאל העלפן אז די מלכות הרשעה פון וויליאמסבורג זאל אונטערגיין אהן קיין שאדן פאר קיין שום איד בקרוב ממש
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:04 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:40 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:54 pm
דורך גיבור
ביי דעי וועי די נאמען "סיקרירין" האט די קלעצקי זיי געגעבן דעמאלטס ביי זיין מערכה, איך מיין אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס איז עם געבליבן פון דעמאלטס.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:13 pm
דורך עפל סיידער
אדמיניסטראטער שלום עליכם:
א וויילע צוריק האט איינער געשריבען איבער א מעמד חיזוק וואס איז פארגעקומען פאר די אלע פעולות קעגן די געשעפטן, איך מיין אז דיין אשכול געט חיזוק פאר אזא מסיבה,
די העדליינס ביים רופען דעם עולם אין וויליאמסבורג צום מלוה מלכה השניי', וועט מסתמא זיין די רייד פינעם נייער אדמיניסטראטאר יר''ה.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=32336דא איז דא א אינטערוויו מיט קלצקין. איך האב אבער פראבלעמען צו עפענען די ווידיאו.
ער האט געפענט א סאשי סטאר, אבער ס'איז שוין לויט yelp ליידער פארמאכט .
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:54 pm
דורך איך אויך
ליין אביסל די קאממענטס דארט און וועסט זעהן אז קלעצקין איז גאר ווייט פון א טלית שכולה תכלת. כאטשיק די סיקריקים זענען א באנדע אין-דער-ערד-ליגערס און איך גיי זיי זיכער נישט פארטיידיגן האט ער אויך א פולע קופה של שרצים מאחוריו.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 5:31 pm
דורך ביבער
קעגן די קאמפיוטער קיאסק'ס פלעגט אויך זיין מחאות, נישט זיכער צו ס'גייט נאך אן.