בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 7:54 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען אויך אויסטראכטן נייע זכרונות? אדער פוטסטעפס טוט וועריפייען אמיתת הדברים און מען דארף אונטערשרייבן תקנות צעטלעך אז מען זאגט נישט ליגנט?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:36 pm
דורך איך בין עס
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער דא אבער יא א גרויסע ליינער, אבער דא פיל איך ווי איך מוז זאגן וואס גייט דא פאר. די מלמד איז ר'.... ער איז געווען מיין בעסטע מלמד וואס איך האב נאר געהאט. און מיינט נישט אז איך בין געווען א שעפעלע, איך האב געהייסן פין די קינדער וואס חוץ טראבל מאכן זיי גארנישט, באט יענע יאר איז געווען מיין בעסטע יאר וואס איך האב געהאט אלס יונגל און בחור. ער פלעגט זיך אויסקומען מיט יעדער יונגל. ווען אונז זענען ארויס פון אים האט קיין איין מלמד נישט געוואלט נעמען אונזער קלאס ווייל מען האט געוויסט אז נאך מען קומט פון יענע מלמד איז נישט מעגליך צו זיין בעסער. סוי האט מען גענומען די איין מלמד פון די עלטערע כתה וואס האט נאך קיינמאל נישט איבערגענומען קינדער פון אים, און סוף יאר האט ער טאקע געזאגט אז דאס איז אויך זיין לעצטע יאר. אין מיין יאר האט ער געגעבן איין פראסק פאר א יונגל פארן זאגן ליגנט. וואס די מעשה איז דא געווען ווייס איך נישט, אבער וואס איך ווייס יא איז אז אויב עס איז נאך דא היינט איין מלמד וואס מיינט א יונגל'ס טובה און ווייסט ווי אזוי עס צו טון איז עס אים.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:50 pm
דורך איך בין עס
איך וויל נאר מאכן קלאר איך זאג נישט אז ער געהאט רעכט אים צי שלאגן אדער אז ער שלאגט מיינט אז עס קימט זיך פאר די יונגל. נאר איך זע ווי די מען ריפט אים אן רשא וויל איך זאגן אז עס איז נישט ער. ער איז די מלמד וואס אוינז אלע זיכן פאר אינזרע קינדער
אין די אויבשטער זאל העלפן אז די קליפס פין די רשאים זאלן שנעל ארויס קימען
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:21 pm
דורך טיטאניק
דער ווינער רב שליט"א זאגט אלטס:
יעדע גט האט 4 נוסחאות
זיין מעשה
איר מעשה
וואס די גאס שמיסט
און די אמתדיגע מעשה...
די זעלבע מיט די פראסק,
זיין מעשה איז באקאנט
דער רבי'ס מעשה לכאורה אז ער האט "נאר דעמאלס" געגעבען א מתנת יד
די גאס שימפט
די אמת קען זיין גאר אנדערש, יכול להיות אז עס איז געווען א ביטער שווערע קלאס, דער רבי האט געסטראגעלט צי כאפען קאנטראל, די בחורים האבען באשלאסען צי טאנצען אויף זיינע געהירען, און געווארט אויף א שעת הכושר מיט א קעמערע קרא, און ויצלח! דער רבי האט דערלאנגט און נאך שענער אז די קליפ איז געלינגען און נאר מער אז דער בחור איז אפגעפארען און האט גאר א גיטע תירוץ
אמת די רביס האבען געטיילט מכות רצח, אבער נישט אלע!
און נישט יעדע פראסק איז א רבי טאטאל ראונג
זאג נאר, די געבסט קיימאל נישט קיין פאטש פאר דיין זין אין שטיב? וואס טיסטי ווען פינקט יענע פאטש ווערט רעקארדעט?
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:40 am
דורך גאנצל
אינטערסאנט אז איר וועט מדייק זיין גייט אלס אזעלכע פאסירונגען מיט 180 דעגרי
"פונקט" זעהט מען דעם "בעסטן מלמד"זיך אויפפירן מיט אזא "רציחה"
ס'האט נאר פונקט פאסירט די איינמאל אבער באמת האט ער קיינמאל נישט געשלאגן איין פאטש גאנץ יאר אהא יו איז דעס פאני
אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:56 pm
דורך איך בין עס
אויב דו קענסט טרעפן אלטע תלמידים פרעג זיי אליינס, וועם איך קען האט יעדער איינער גוטע זכרונות פון אים
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:08 pm
דורך טאמבל סאס
גאנצל האט געשריבן:
אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט
די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:29 pm
דורך elter-zeide
טאמבל סאס האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:
אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט
די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.
ווען די דייטשען וואלטען געווען מלמדים וואלט קיינער נישט געהארגעט געווארען, זיי האבן געוואלט הארגענען די יודען אפילו אזעלעכע ווי די אויך,
סארי איך איך רעד אויף דיין שפראך
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 1:51 pm
דורך לאליפאפ
איך דארף אביסל צוריקציען פון מיין אויבענדערמאנטע אפשאצונג איבער דעם ספעציפישן מלמד, נאך וואס כ'האב געטשעט וועגן דעם ענין אויף א גרופע פון חברים ווי עמיצער איז א סקווירא אויפגעוואקסענער, און איך בין געווען זיכער אז דער וועט זיך נעמען שיטן פעך און שוועבל אויף דעם מלמד כדרכו בקודש ביי אזעלכע ענינים, כ'בין אבער געווארן שטארק סורפרייזד ווען ער האט געלאזט א לאנגן וואויס נאוט מסביר'נדיג אז ער איז געזעצן א יאר צייט אין דעם מלמד'ס כיתה און נישט געזעהן קיין איין איינציג מאל ווי ער הייבט אויף די האנט אויף א קינד, און אמאל אמאל ווען ער פלעגט זיך שטארק אויפרעגן פלעגט ער גיין בארגן א שטעקן און בעטן דאס קינד זאל זיך אליינס געבן א קלאפ דערמיט... און דא איז ער פשוט אריינגעפאלן אז אין דעם גאר גאר זעלטענעם פאל האט איינער געכאפט א קליפ דערפון. ממילא רציתי לחזור על דברי.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:09 pm
דורך דריידל
סאו וואט האט געשריבן:א חידוש אז ס'דרייט זיך א ביפאר און עפטער בילד, פון בן ר' מרדכי אהרן מייזעלס בן ר' בעריש אב"ד ייט"ל, חתן בדעעש, און קיינער האט עס נאכנישט ארויפגעשטעלט.
א חידוש?
ווען איך האב דעם בילד וואלט איך עס נישט ארויפגעלייגט. שטעל דיך פאר וויאזוי די וואלסטיך געשפירט אויב ס'דא א בילד פון דיינס א משפחה מיטגליד וואס איז אט"ד, חס ושלום פוי פוי פוי עפ"ל. מ'מיז זיין א מושחת אין מידות מפרסם צו זיין אזא בילד. זיין משפחה'ס בלוט איז נישט רויט? קענסטיך פארשטעלן פאר א מינוט די צער וואס דאס וועט גורם זיין.
איך בעט טאקע מ'זאל אויפהערן מפרסם זיין אזעלכע בילדער.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:24 pm
דורך טאמבל סאס
elter-zeide האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:
אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט
די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.
ווען די דייטשען וואלטען געווען מלמדים וואלט קיינער נישט געהארגעט געווארען, זיי האבן געוואלט הארגענען די יודען אפילו אזעלעכע ווי די אויך,
סארי איך איך רעד אויף דיין שפראך
וועמען איז לייכטער אריינצונארן אין א גאז קאמער?
דער אידל וואס מ'האט אים אין חדר געלערנט אז אפ' טאקע דינא דמלכותא דינא (וואס מ'האלט מילא נישט איין), איז אבער א גוי איז טמא און מ'דארף שטיין ווייט פון אים וכו' וכו'?
אדער דער פרייער איד וואס מ'לערנט מיט אים בלויז, אז מיר זענען קלוגער ווי דעם גוי און דערפאר קען מען אים אויסזעקלען ביז'ן לעצטן פרוטה?
בעסער געזאגט, לאמיר זאגן דו ביסט א גויאַץ און כ'זאג דיר ביידע שיטות, וואס וועט דיר מער אויפרעגן?
דו רעדסט נישט מיין שפראך, ווייל דו מאכסט בכלל נישט קיין סענס. דאס אז רוב קינדער בלייבן ערליכע אידן מיינט נאכנישט אז זיי זענען געבליבן נארמאלע מענטשן. האסט שוין אמאל זיך באגעגנט מיט דעם טערמין "האלאוקאוסט סוירווייווער?"
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:54 pm
דורך berlbalaguleh
elter-zeide האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:
אבער דער מדובר זאל מיר געבן א ברעיק איך האב געזען במו עיני אסאך קינדער כאפן אזעלכע מכות און היינט זענען זיי זייער ערליכע אידן
סאו האק נישט קיין טשייניק האסט נישט קיין שום רעכט צו באשמוצן דעם מלמד זיין בלוט איז נאך נישט הפקר און מוכן פאר דיר צו כאפן א הייס גלעזל בלוט
די דייטשן זענען נישט אזוי ארג געווען ווי מ'מאכט זיי, איך קען אסאך אידן וואס זענען געווען אין לאגער, און זענען געבליבן לעבן.
ווען די דייטשען וואלטען געווען מלמדים וואלט קיינער נישט געהארגעט געווארען, זיי האבן געוואלט הארגענען די יודען אפילו אזעלעכע ווי די אויך,
סארי איך איך רעד אויף דיין שפראך
די עלטער-זיידי זאלל נישט ברויגעז זיין אבער מר. טאמבל סאוס האט געשריבן זיין מאמר נאר אויפ צו ווייזן ווי לעכערליך ס'קלונגט ווען מ'זאגט אז כאטשיג די מלמדים זענען געווען רוצחים און האבן געקלאפט שאאנעס (הושענות) פון די קליינע קינדער א יעדן טאג מיט גרויס הנאה, דאך זעמיר געבליבן ערליכע אידן. זיכער. פאר דעים אליינס פארט קיינער נישט אראפ פונ'ם אידישן וועיג. אבער דאס בארעכטיגט בכלל נישט די רוצח'ישע אויפפירונג פון רוב מלמדים פון יענע יארן. וגם אני בתוכם. מיין רבי פלעיגט צו זאגן אז ער איז נאך א גוטער ווייל ס'דא רבי'ס וועלכע זאגן אז ס'מוז זיין א יעדן טאג א קרבן תמיד של שחר און א קרבן תמיד של בין הערביים. דערווייל איז נישט אדורעך קיין איין טאג וואס 5 אדער 6 אינגלעך האבן נישט געכאפט מיט'ן שטעקעלע אדער פעטש אויפ'ן פנים.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:55 pm
דורך elter-zeide
אודאי האב איך באגעגנט יודען פון דע האלאקאסט, איך בין ביי זיי אויפגעוואקסען, עס זענען געווען פיינע ראיוגע מענטשין, אין נישט ראויגע, איך האב געלערענט ביי 5 מלמדים אלע סארווייווערס פין דע האלאקאסט, איך האב ב"ה נישט קיין שום שלעכטץ אויף זיי, אפשר איינער איז געווען א אכזר א רשע, אבער איך מיין אז דאס האט נישט מיטן האלאקאסט, א אכזר איז אכזר, אין א ליבלעכער בלייבט א ליבלעכער, דע לעבל "האלאקאסט סארווייווער" האט גארנישט מיט נערוועזקייט,
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:59 pm
דורך berlbalaguleh
elter-zeide האט געשריבן:אודאי האב איך באגעגנט יודען פון דע האלאקאסט, איך בין ביי זיי אויפגעוואקסען, עס זענען געווען פיינע ראיוגע מענטשין, אין נישט ראויגע, איך האב געלערענט ביי 5 מלמדים אלע סארווייווערס פין דע האלאקאסט, איך האב ב"ה נישט קיין שום שלעכטץ אויף זיי, אפשר איינער איז געווען א אכזר א רשע, אבער איך מיין אז דאס האט נישט מיטן האלאקאסט, א אכזר איז אכזר, אין א ליבלעכער בלייבט א ליבלעכער, דע לעבל "האלאקאסט סארווייווער" האט גארנישט מיט נערוועזקייט,
מיט נערוועזקייט אפשר יא. אבער נישט רציחה און אכזריות. א מלמד א רוצח און אכזר איז א סאדיסט וואס האט ספעציעל הנאה ווען ער קען אריינפליקן אין אן אומשולדיג אינגעלע.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:01 pm
דורך איש עברי
רבי בערל בעלעגאלע אליין איז לפי הנראה א האלאקאוסט סורווייווער און ער איז א פריינטליכע ליבליכע מענטש
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:23 pm
דורך טאמבל סאס
עקספערימענטן אין עפיגענעטיקס ווייזן, אז מ'דארף אפ' נישט האבן געהערט פון די עלטערן זייערע איבערלעבענישן פאר די קינדער צו ליידן פון פאוסט טראומעטיק סטרעס וכדומה. ווי למשל ביי 9.11
לייען דעם ארטיקל פון פרופ רחל יהודה איבער קינדער פון האלאקאסט סוירווייווערס.
http://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC2891396/
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 4:07 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 4:39 pm
דורך יין שרף
פאר א קורצע תקופה בין איך געווען א מלמד תשב"ר.
וכמו שקבלני ממורי דרך שיחי' האב איך קיינמאל נישט געטיילט פעטש ברבים! אפילו אנגעשריגן אויך (כמעט) נישט. (חוץ אויף חוצפה ברבים). נאר ארויסגערופן די קינד, אין מסביר געווען בטוב טעם וואס ער האט געטוהן, וואס איז נישט גוט געווען דערפון, צומאל אים אפי' געגעבן א קליין פעקל פאטעטא טשיפס, ווייל פון היינט אין ווייטער וועט ער דאך שוין זיין וואויל...
און איך קען זאגן כמעט אלעמאל האט עס געהאלפן, עכ"פ אסאך מיר ווי פעטש! ווייל ווען א קינד באקומט א פסק ברבים אדער פעטש, קלאפט עם עס אזוי שטארק אראפ, אזש ער נעמט גארנישט אן דעמאלסט, נאר אדער טראכט ער פון די בושות אין נישט פון וואס די רבי זאגט, אדער כדאי צו ווייזן פאר די חברים אז ער איז נישט די "קליינע מעקעלע" וועט ער עפעס צוריק ענפערן, אין כאפן נאך כגלגל החוזר...
ביחידות נעמט מען עפ"ר אן, און פארשטייט וואס מען וויל פון אים ווייל ער הערט אויס!
(היינט קען מען שוין נישט ביחידות, משום ****, וקלא אית ביה, ודו"ק)
איך בין אויך א וויקטים פון מכת רצח, ממילא איז שווער צו געבן, ווייל איך טראכט צוריק, ווי אזוי איך פלעג פיהלען.
עכ"פ ווען מען מוז געבן, האב איך קיינמאל געפראקט גלייך בשעת מעשה נאר געווארט אביסל (איין מאל אפי' געזאגט א קורץ קאפיטל תהילים), ווייל אויב נישט געט מען זיך אויס אויפן קינד, אין מע געט נישט פארפאשענאל צו די חטא..., אויך נישט מיט א שטעקן נאר מיט די הענט.
די פאונט פון פעטש איז נישט נקמה אדער די שטארקייט פון די מכות, נאר א רמז פאר די קינד אז ס'איז שוין אווער די לימיט.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:00 pm
דורך ברסלבער
בכלל איז גוט צו וויסן סיי פאר עלטערן און סיי פאר מלמדים, אז דאס שלאגן ווייזט אויף א שוואכקייט פון זייער זייט און די תוצאות דערפון איז אז דער מחנך פארלירט זיין אוטאריטעט.
דער מלמד דארף קענען באפעלן א זאך מיט א שטארקייט, מיט אזא טאן און מינע אויפן פנים, אז דאס קינד זאל דאס נישט קענען אפזאגן, ער זאל מוזן פאלגן. ווען דער מחנך דארף הייבן הענט ווייזט דאס אז ער האט נישט די נויטיגע שטארקייט אין זיך, און דאס מאכט אז ער זאל פארלירן זיין אוטאריטעט אינעם קינד'ס אויגן.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 5:11 pm
דורך פישלע העררינג
אויב עס מיינט עפעס פאר איינעם, קוקענדיג דעם קליפ בין איך נתפעל געווארען פון דעם מלמד'ס איינגעהאלטענקייט. ער שטייט רואיג. ער שרייט נישט. ער פארציילט פאר'ן יונגעל גענוי פארוואס ער פארדינט זיך די מכות.
וואס האט מיך אבער יא געשטערט פון דעם קליפ איז גאר עפעס אנדערש -
די קינדער זיצן צאמגעקוועטשט ווי סארדינען. זיי האבן נישט קיינע אינדעווידיואלע בענקלעך. גמירי דאינשא על אמתא קיתיב, און דא האבן זיי ניטאמאהל קיין אטעם פלאץ פאר זיך אליינס.
ועוד, עס איז טונקעל אין קלאס. ליכטיגקייט געבט צו צום גוטע גוסטע פון א מענטש, און עס העלפט צו צום לייענען און לערנען.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 11:04 pm
דורך לאליפאפ
איך בין עס האט געשריבן:אויב דו קענסט טרעפן אלטע תלמידים פרעג זיי אליינס, וועם איך קען האט יעדער איינער גוטע זכרונות פון אים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 7:36 am
דורך פלעין יודיש
כדי ציברענגען די joke וואס פינקי וועבער האלט און איין איבערזאגן
אז ער איז געגאנגן צו די דייטשע קאנסעלוט בעטן ווידערגוטמאכונג געלט, פרעגן זיי אים
ביזט דאך נישט קיין מלחמה געליטענער, זאגט ער
אבער איך האב געהאט די מלמדים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:53 am
דורך מצטמק ויפה
עס איז זיכער פארהאן פעלער וואס פעטש איז א וויכטיגע זאך, מעו דארף נאר וויסען, ווען, און וויאזוי.
איך געדענק נאך פון גירסא דינקתא, עס איז געווען א יונגעל מיט מיר אין חדר, דער רוח שאינה מציאה און קלאס, א חיה בצורת אדם. א גוטן קאפ האט ער געהאט, אבער האט נישט ג'עפענט א אידיש ספר, פון אחרון של פסח לאחרון של פסח.
ויהי היום, די רבי האט איהם ארויף געריפען צו איהם, און אנגעהויבן פארהערן די גמרא, אין פארשטייט זיך לא נודע כי בא.... און פאר יעדע ווארט וואס ער האט נישט געוויסט, האט ער געכאפט א יד אחת צו געדענקען, אזוי האט ער נעבעך געכאפט מכות איינס נאכ'ן צווייטען, ביז די כעס פונם רבין האט זיך אויסגעלאזט ....
און וואונדער איבער וואונדער, פון יענעם טאג אן האט דער זיך געזעצט האקן שטיקער, און איז גאר שנעל געווארן פון די מציינים פון די כיתה, אזוי איז ער געגאנגען מעלה מעלה, און היינט איז ער אויסגעוואקסן א גאר חשובע אינגערמאן. און ווער ווייסט צו ווען די רבי'ס שלום בית וואלט יענע טאג געווען אביסל מער מסודר, צו דער וואלט אויסגעוואקסען אזוי שיין?!