שמעון ד'זיגאן
כ׳בין נישט זיכער צו ער קען אריינגיין אין גדר פון א אפיקורס להלכה. ס׳איז זייער א לאנגע מהלך פון מאכן וויצן, אפילו נישט אויסגעהאלטע וויצן ביז אפיקורסעס, ס׳אפיקורס׳טזיך נישט אזוי שנעל, נאך די אלע וויצן האט ער נאך אלץ געקענט גלייבן.
זאת ועוד איינער וואס האט שוין געהערט א פולישער איד וואס איז געווען פון פיר יאר און מער אין לאגער רעדן פון די ענינים קען פארשטיין פשט אין פסוק אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איינער האט דא א ספק צו דזיגאן איז געווען אן אפיקורס? צו וואס דען איז ער געווארן פריי?
פארוואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס א מענטש לאזט אפ עפעס א קולט? סתם ווייל אונז מאכן א גאנצער דראמא דערפון?

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:איינער האט דא א ספק צו דזיגאן איז געווען אן אפיקורס? צו וואס דען איז ער געווארן פריי?
פארוואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס א מענטש לאזט אפ עפעס א קולט? סתם ווייל אונז מאכן א גאנצער דראמא דערפון?
@מושב: ביטע זיי מסביר בטוב טעם ודעת איינמאל פאר אלעמאל וואס איז די דעפעניציע פון אן אפיקורת און פונקטליך וואס מיינט א קולט און פארוואס רעליגיע אדער דווקא פארוואס איז די אידישע רעליגיע א קולט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
א קולט איז פארשטייט זיך רעלאטיוו, טאמער דיין געזעלשאפט ערלויבט דיר נישט אוסצוברייטערן דיין אופק המחשבה והמעשה כאטש אזויווי דער ארום, דאן איז עס א קולט.
איך גיי נישט אריין גיין דעפענירן דעם באגריף פון אפיקורוס, אבער לויטן פאלקליכן מיין איז עס איינער וואס שענד די עקרי יהדות. איך מיין אז דזיגאן איז געווען אזא איינער, ער האט טאקע געליבט דעם אידישן קולטור, אבער צו תורה ומצוות האט ער געהאט א קנאפע שייכות.
איך גיי נישט אריין גיין דעפענירן דעם באגריף פון אפיקורוס, אבער לויטן פאלקליכן מיין איז עס איינער וואס שענד די עקרי יהדות. איך מיין אז דזיגאן איז געווען אזא איינער, ער האט טאקע געליבט דעם אידישן קולטור, אבער צו תורה ומצוות האט ער געהאט א קנאפע שייכות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: די דעפיניציע פון אן אפיקורס. און די חילוק פון אן אפיקורס ביז א לץ איז זייער פשוט. דו ביסט אן אפיקורס. שמעון דזשיגאן איז א לץ. דו זאגסט ארויס דיינע דיעות כוזבות מיט א גלאטן פנים. שמעון דזשיגאן האט אפגעשפעט פון אלץ און אלעמען. אריינגערעכנט די תורה ומצוות. נאר ער האט עס ארויסגעברענגט אויף אן אופן וואס די צוהערערס האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער. דאס איז די ריכטיגע מיין פון ..."ליצנות"... וואס ס'שטייט אין אלע מוסר ספרים..."ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות"... א ציניקער, וואס גלייבט נישט אין גארנישט. נישט דווקא א בדחן וועלכער זאגט דזשאוקס און מאכט דעם עולם לאכן. אויך די רש"י אין אנהייב פ' תולדות, וואס רש"י הק' זאגט איבער די ליצני הדור. אט דאס מיינט מען...!
נאר היינט איז אין ארץ ישראל דא א טעאטער גרופ וועלכע רופן זיך מיט'ן נאמען..."היהודים באים"...זיי זענען זייער א טאלאנטפולע גרופ פון שפילערס. זיי שפעטן אפ פון אלץ און אלעמען. ביי זיי איז קיין שום זאך נישט פארהייליגט. זיי שפעטן אפ פון די מייסדי המדינה און די מצבים ארום דעם. ס'איז זייער הילעריעס. די פראבלעם איז אבער אז זיי מאכן אויכעט ליצנות פון די תורה ומצוות. און אלטע אידישע היסטאריע, ווי הבטחת הקב"ה על ארץ ישראל פאר אברהם אבינו. און פון די עקידה. און מכירת יוסף...!
נאר היינט איז אין ארץ ישראל דא א טעאטער גרופ וועלכע רופן זיך מיט'ן נאמען..."היהודים באים"...זיי זענען זייער א טאלאנטפולע גרופ פון שפילערס. זיי שפעטן אפ פון אלץ און אלעמען. ביי זיי איז קיין שום זאך נישט פארהייליגט. זיי שפעטן אפ פון די מייסדי המדינה און די מצבים ארום דעם. ס'איז זייער הילעריעס. די פראבלעם איז אבער אז זיי מאכן אויכעט ליצנות פון די תורה ומצוות. און אלטע אידישע היסטאריע, ווי הבטחת הקב"ה על ארץ ישראל פאר אברהם אבינו. און פון די עקידה. און מכירת יוסף...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:א קולט איז פארשטייט זיך רעלאטיוו, טאמער דיין געזעלשאפט ערלויבט דיר נישט אוסצוברייטערן דיין אופק המחשבה והמעשה כאטש אזויווי דער ארום, דאן איז עס א קולט.
איך גיי נישט אריין גיין דעפענירן דעם באגריף פון אפיקורוס, אבער לויטן פאלקליכן מיין איז עס איינער וואס שענד די עקרי יהדות. איך מיין אז דזיגאן איז געווען אזא איינער, ער האט טאקע געליבט דעם אידישן קולטור, אבער צו תורה ומצוות האט ער געהאט א קנאפע שייכות.
זייער טריקן נישט טוב נישט מיט טעם און נישט דעת.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אישתישבי האט געשריבן:מושב איז אן אפיקורס אין חריידיזים, נישט אידישקייט.
בערל בעל עגלה איז אן אפיקורס אין דזיגאן'ס אמונה.
אן אפיקורס אין אידישקייט איז איינער וואס האלט אז ס'איז חלילה נישטא קיין בורא עולם.
ביטע נישט צומישען די גדרים.
בארעח האשעם אז דו האסט ארויס די זאך, ווי לייגסט עס טאקע ביינאכט אויפן דאכענע אדער אינטערן דאכענע?.
כווארט אויף א תשובה מיט שפאנונג!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
קורקלענד האט געשריבן:@מושב: איז דזיגאן געווען א ציוניסט?
דער אמת איז אז איך ווייס נישט קיין סך איבער אים, טראץ וואס איך בין א גרויסער פען זיינער (לכאורה דער גרעסטער אידישער קאמידיען אין די היסטאריע).
אבער וואס איז שייך ציוניסט? ער איז נישט געווען פרום טא פארוואס זאל ער דען זיין קעגן ציוניזם?! אזויפיל ווייס איך יא, אז ער האט נישט געוואלט אויפטרעטן אויף עברית פשוט ווייל ער איז נאר געווען באקוועם אין יידיש. ער איז טאקע דערפאר אוועק געפארן פון ישראל פאר עטליכע יאר (קיין ארגענטינע), ביז די מדינה האט אים צוריק פארבעטן און אים פארשפראכן צו ערלויבן אידישע פארשטעלונגען בתנאי אז ער ווארפט אריין גענוג עבריתישע ווערטער.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
קורקלענד האט געשריבן:זייער טריקן נישט טוב נישט מיט טעם און נישט דעת.
אפשר נישט מיט טעם אבער מיט דעת לכאורה יא.
לב טהור איז א קולט כלפי סקווירא, סקווירא איז א קולט כלפי סאטמאר ז"ל, סאטמאר איז א קולט כלפי א נאטראלער פלעטבושער קהילה, און א פלעטבושער קהילה איז א קולט כלפי דער געווענדליכער אמעריקאנער, און דער געווענדליכער אמריקאנער איז א קולט כלפי די פארשידענע גאר ליבעראלע באוועגונגען.
ווי געזונטער, ברייטער און בויגזאמער די מחשבות און נארמעס זענען, אלס ווייניגער קולט איז עס.
אפיקורס איז בעצם א נאמען פון א מענטש, א גריכישער מנהיג וואס האט געגרינדעט א מעדיטאציע שיטה וואס איז שולל א העכערער כוח. איבער די ים התיכון ברעגן האבן זיך געגרינדעט טעמפלען צו פראקטיצירן אפיקורוס'עס גאר געלונגענער מעטאד פון שלוות הנפש. א גרויסער טייל פון די אפיקורוס טעמפלען זענען שפעטער פארוואנדלט געווארן אין קריסטליכע קירכעס.
אפיקורוס האט געמאכט א ריזיגער דורך ברוך בימיו, ער האט געוויזן אז מען קען האבן א קהילה און שלוות הנפש אן ניצן מאטיוון פון איבערנאטורליכע כוחות. ער איז דעריבער געווארן די גרעסטער שונא פון די כוהני הדת.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:פארוואס זאל ער דען זיין קעגן ציוניזם?! אזויפיל ווייס איך יא, אז ער האט נישט געוואלט אויפטרעטן אויף עברית פשוט ווייל ער איז נאר געווען באקוועם אין יידיש. ער איז טאקע דערפאר אוועק געפארן פון ישראל פאר עטליכע יאר (קיין ארגענטינע), ביז די מדינה האט אים צוריק פארבעטן און אים פארשפראכן צו ערלויבן אידישע פארשטעלונגען בתנאי אז ער ווארפט אריין גענוג עבריתישע ווערטער.
לויט ווי איך געדענק עס איז געווען א פאליטיק וועלעכע שפראך ציוניזם זאל אדאפטירן און עברית האט גובר געווען.
ווי איך פארשטיי פון דיר האסטו איהם א סאך אויסגיהערט און מיט דעם אלעם האלטסטו אז ער איז מעגליך געווען א שטארקע ציוניסט, איי ס'שטעלט זיך א פראגע ער האקט און מאכט ליצנות פון די מדינה און ציוניזם רעכטס און לינקס, העסטו איצט קומען זאגן אה דעס איז סתם פאר מליצה, זאג איך דיר אז די קענסט די זעלבע מליצה תירוץ זינגען ווען ער רעדט פון גאט אדער רעליגיע. איי ער איז נישט געווען רעליגיעז מיינט נאך אלס נישט אז ער איז לעגאל אן אפיקורת (איך פארשטיי אז מען ווערט נישט אן אפיקורת פון טוהן עבירות) חוץ אז דו ניצט די דעפעניציע אויף אן אפיקורת פון מנשה פילאפ אדער טעלער.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:לב טהור איז א קולט כלפי סקווירא, סקווירא איז א קולט כלפי סאטמאר ז"ל, סאטמאר איז א קולט כלפי א נאטראלער פלעטבושער קהילה, און א פלעטבושער קהילה איז א קולט כלפי דער געווענדליכער אמעריקאנער, און דער געווענדליכער אמריקאנער איז א קולט כלפי די פארשידענע גאר ליבעראלע באוועגונגען.
ווי געזונטער, ברייטער און בויגזאמער די מחשבות און נארמעס זענען, אלס ווייניגער קולט איז עס.
אדער אזוי:
פארשידענע גאר ליבעראלע באוועגונגען איז א קולט כלפי דער געווענדליכער אמריקאנער, דער געווענדליכער אמריקאנער איז א קולט כלפי א נאטראלער פלעטבושער קהילה, א נאטראלער פלעטבושער קהילה איז א קולט כלפי סאטמאר, סאטמאר איז א קולט כלפי בעלז, בעלז איז א קולט כלפי לב טהור.
ווי געזונטער, ברייטער און בויגזאמער די מחשבות און נארמעס זענען, אלס ווייניגער קולט איז עס.
ודו"ק היטב כי קצרתי מאד.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
קורקלענד האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:פארוואס זאל ער דען זיין קעגן ציוניזם?! אזויפיל ווייס איך יא, אז ער האט נישט געוואלט אויפטרעטן אויף עברית פשוט ווייל ער איז נאר געווען באקוועם אין יידיש. ער איז טאקע דערפאר אוועק געפארן פון ישראל פאר עטליכע יאר (קיין ארגענטינע), ביז די מדינה האט אים צוריק פארבעטן און אים פארשפראכן צו ערלויבן אידישע פארשטעלונגען בתנאי אז ער ווארפט אריין גענוג עבריתישע ווערטער.
לויט ווי איך געדענק עס איז געווען א פאליטיק וועלעכע שפראך ציוניזם זאל אדאפטירן און עברית האט גובר געווען.
ווי איך פארשטיי פון דיר האסטו איהם א סאך אויסגיהערט און מיט דעם אלעם האלטסטו אז ער איז מעגליך געווען א שטארקע ציוניסט, איי ס'שטעלט זיך א פראגע ער האקט און מאכט ליצנות פון די מדינה און ציוניזם רעכטס און לינקס, העסטו איצט קומען זאגן אה דעס איז סתם פאר מליצה, זאג איך דיר אז די קענסט די זעלבע מליצה תירוץ זינגען ווען ער רעדט פון גאט אדער רעליגיע. איי ער איז נישט געווען רעליגיעז מיינט נאך אלס נישט אז ער איז לעגאל אן אפיקורת (איך פארשטיי אז מען ווערט נישט אן אפיקורת פון טוהן עבירות) חוץ אז דו ניצט די דעפעניציע אויף אן אפיקורת פון מנשה פילאפ אדער טעלער.
אה, דו פראבירסט מיך צו טריקן, אזויווי ר' יהושע פלעגט טון צו אנדריניוס, תשמע אזנך מה שפיך מדבר...
הער צו אחת ולתמיד, דזיגאן איז געווען פריי, ער האט קיין שבת נישט געהיטן און קיין שום עול תורה ומצוות נישט געהאלטן. איך דארף נישט צוקומען צו זיינע וויצעלעך דאס צו וויסן. אז דו ווילסט זאגן אז כופר ומין לא היה ולא נברא אזויווי חז"ל זאגן אויף בן סורר ומורה דאן זענען מיר אויף צוויי אנדערע פעידזעס.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: לב טהור און סקווירא זענען ביידע קולטס. ווייל מ'פאלגט בלינדערהייט די באפעלן פינ'ם פיהרער. אפילו ס'איז קעגן לאגיק און מאראל. משא"כ, אין סאטמאר, אפילו איך גלייך נישט א גרויסן חלק פון זייערע פאררוקטע, אזוי-גערופענע תקנות. אבער מ'פאלגט נישט נאך בלינדערהייט וואס די פיהרערס זאגן. אויב די פיהרערס זאללן זאגן א זאך וואס איז טאטאל אקעגן לאגיק אדער מאראל, וועט דער עולם רעוואלטירן. און די פיהרערס ווייסן דאס און זיי מוזן זיך רעכענען מיט דעם...!
ס'איז דא דאס באקאנטע ווערטל איבער די דעפינישן פון פארשידענע חסידות'ן...מ'האט געזאגט פאר א באבוב'ער אז זיין רבי האט געהייסן אז ער זאלל אראפ שפרינגען פון די עמפייער סטעיט בילדינג. האט ער געענטפערט...ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...האט מען געזאגט די זעלבע פאר א סקווירא'ער. האט ער זיך אנגעטון דעם גארטל און געגאנגען דזשאמפן.ווען מ'האט געזאגט די מעסעדזש פאר א סאטמאר'ער, האט ער געענטפערט...פארוואס זאלל איך דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן...
ס'איז דא דאס באקאנטע ווערטל איבער די דעפינישן פון פארשידענע חסידות'ן...מ'האט געזאגט פאר א באבוב'ער אז זיין רבי האט געהייסן אז ער זאלל אראפ שפרינגען פון די עמפייער סטעיט בילדינג. האט ער געענטפערט...ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...האט מען געזאגט די זעלבע פאר א סקווירא'ער. האט ער זיך אנגעטון דעם גארטל און געגאנגען דזשאמפן.ווען מ'האט געזאגט די מעסעדזש פאר א סאטמאר'ער, האט ער געענטפערט...פארוואס זאלל איך דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
זיין געבינדן צו א געזעלשאפט צווינגט דיר צו בלאקירן דיין געזונטער לאגיק און לבנסשטייגער, און באמת, אפילו פאר א יחיד איז נישט שייך נאכצוקומען אלע לאגיק ווייל דו קענסט נישט וויסן אלעס און דו קענסט נישט נאכקומען אלעס. עס איז אבער שייך צו פארברייטערן די לאגיק און לעבנסשטייגער מיטן זיך באזעצן אין א געזונטער סביבה.
סאטמאר איז בדרך כלל זיכער ווייניגער לאגיקאל ווי דער מאדערנער פלעטבושער. דער מאדערנער אין אלגעמיין איז לכאורה ווייניגער קאפ אין וואנט ווי דער סטמארער.
אבער פארגעס פון מעסטן קולט מיט פרומקייט לעוולס. עס קען זיך מאכן אז מען זאך זיין פארפרומט אבער האבן זייער א געזונטער מהלך החיים, און מען קען זיין אומרעליגיעז און פארמאגן א צוקוועטשן שכל אז ל"ע.
אבער עס ווענד זיך אויכעט אין די גרויס פונם קולט. למשל ס'פארהאן וואס ווילן זאגן אז ניו יארק סיטי איז איין גרויסער קולט, ווייל יעדער מוז טראכטן די זעלבע און זיך פירן די זעלבע אפילו עס האט נישט קיין זין, מען האט א שוואכער איינונג איבער דער גרויסער וועלט. אבער וויבאלד ניו יארק איז גענוג גרויס קען מען גרינג און באקוועם אויסקומען מיט דער קליינער מאס וויסנשאפט פאר אייביג. ד.ה. די גרויס מאכט שוין די נאן סענס מער סענסיבול.
סאטמאר איז בדרך כלל זיכער ווייניגער לאגיקאל ווי דער מאדערנער פלעטבושער. דער מאדערנער אין אלגעמיין איז לכאורה ווייניגער קאפ אין וואנט ווי דער סטמארער.
אבער פארגעס פון מעסטן קולט מיט פרומקייט לעוולס. עס קען זיך מאכן אז מען זאך זיין פארפרומט אבער האבן זייער א געזונטער מהלך החיים, און מען קען זיין אומרעליגיעז און פארמאגן א צוקוועטשן שכל אז ל"ע.
אבער עס ווענד זיך אויכעט אין די גרויס פונם קולט. למשל ס'פארהאן וואס ווילן זאגן אז ניו יארק סיטי איז איין גרויסער קולט, ווייל יעדער מוז טראכטן די זעלבע און זיך פירן די זעלבע אפילו עס האט נישט קיין זין, מען האט א שוואכער איינונג איבער דער גרויסער וועלט. אבער וויבאלד ניו יארק איז גענוג גרויס קען מען גרינג און באקוועם אויסקומען מיט דער קליינער מאס וויסנשאפט פאר אייביג. ד.ה. די גרויס מאכט שוין די נאן סענס מער סענסיבול.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
@מושב: דו האסט אייגענע מיינונגען אויף חרידיזם, חסידישיזם, כפיריזם, מיניזם, אפיקורתיזם און קאלטיזם.
אז דו ווילסט טאקע פארשטיין פארוואס דו ביזט לכאורה נישט גערעכט בנוגע דיין דעפעניציע אויף א קאלט אפשר וואלט כדאי געווען זאלסט באזוכן דעם לינק
אז דו ווילסט טאקע פארשטיין פארוואס דו ביזט לכאורה נישט גערעכט בנוגע דיין דעפעניציע אויף א קאלט אפשר וואלט כדאי געווען זאלסט באזוכן דעם לינק
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
איך האב יעצט נישט קיין געדולט צו הערן א שמועס פון 45 מינוט. קענסט מיר זאגן בקיצור מיט וואס ער זאגט אנדערש ווי מיר?