בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 9:43 pm
דורך איחוד פעלד
זיי זאגען אז זייט די סמארט פאנס זענען ארויס געקומען, האבען די מענער נישט קיין פראבלעם צו נעמען די ווייבער שאפינג, און ווארטען אין די קאר דאבעל פארקט ביז זיי קומען צוריק........

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:52 pm
דורך אפטעמיסט
אודך כי עניתני. איך שטיי שוין אין מאלל מיט מיינע צוויי פיצלעך זינט 10 אזייגער. ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט וואלט מען גוזר תענית געוועהן אויף די אומדערהערטע מיטמאכעניש וואס מענער מאכן מיט על לא עוול בכפם. וכאן הקריאה יוצאת, אפילו אויב איר קענט נישט קומען פארברענגען מיט מיר, אויב זענט איר פונקט אין די געגענט פונעם פאלעסעיד מאלל קומט אריין זאגן א גוטן. ווייזט כאטש אז איר קומערט זיך מיט מיינע צרות.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:37 pm
דורך קפנדריא
איך האב אראפגעשטעלט מיינע איידעלע פיסלעך באלד נאך מיין ערשטע שאפינג ספרי, קורצליך נאכ'ן עררייכן מיין דרייווערס לייסענעס האט מיך מיין עזר'ל גע'אנערט מיט קומען צו א "שאפינג אוטינג", אנקומענדיג אין לאבי פון די מאלל, האב איך געזאגט, "או נאו, איך זעה דאס איז סם פאר שמירת עינים, נישט אויף דעם האב איך געהארעוועט אלע יארן..", איך בין געבליבן שטיין אין א ווינקל פון פארקינג לאט מיט א ספר אין האנט, ווען מיין חלק שני איז ארויסגעקומען מיך זוכן האט זי מיך געזען אזוי שטיין אין ווינקל ווי א נזיר, און אויף אירע וואונדערליכע בליקן האב איך ערקלערט, אז לויפן די גאז אין די אויטא קאסט גאר אסאך געלט, און כסדר גייען דארט דורך פריצות'דיגע באשעפענישן, קען איך סייווי נישט זיצן אין פארקינג לאט, שטיי איך דא אזוי אויף די פיס דריי שעה..

זענדיג ווי די שמירת עינים גייט מיר אין לעבן, (וכדברי [tag]דריידל[/tag]), ווער איך זייט דעמאלס באפרייט פון אזויפיל ווי כאטש א פופציג פראצענט פון אירע שאפינג ספריס..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:18 am
דורך Big Boy
קפנדריא האט געשריבן:איך האב אראפגעשטעלט מיינע איידעלע פיסלעך באלד נאך מיין ערשטע שאפינג ספרי, קורצליך נאכ'ן עררייכן מיין דרייווערס לייסענעס האט מיך מיין עזר'ל גע'אנערט מיט קומען צו א "שאפינג אוטינג", אנקומענדיג אין לאבי פון די מאלל, האב איך געזאגט, "או נאו, איך זעה דאס איז סם פאר שמירת עינים, נישט אויף דעם האב איך געהארעוועט אלע יארן..", איך בין געבליבן שטיין אין א ווינקל פון פארקינג לאט מיט א ספר אין האנט, ווען מיין חלק שני איז ארויסגעקומען מיך זוכן האט זי מיך געזען אזוי שטיין אין ווינקל ווי א נזיר, און אויף אירע וואונדערליכע בליקן האב איך ערקלערט, אז לויפן די גאז אין די אויטא קאסט גאר אסאך געלט, און כסדר גייען דארט דורך פריצות'דיגע באשעפענישן, קען איך סייווי נישט זיצן אין פארקינג לאט, שטיי איך דא אזוי אויף די פיס דריי שעה..

זענדיג ווי די שמירת עינים גייט מיר אין לעבן, (וכדברי [tag]דריידל[/tag]), ווער איך זייט דעמאלס באפרייט פון אזויפיל ווי כאטש א פופציג פראצענט פון אירע שאפינג ספריס..



Since you are so holy, she doesn’t have to look through your text messages anymore. And what do you do when you want to go with her to a place where shmiras einiyim is a problem?