בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:11 am
דורך שמעקעדיג
פרישער האט געשריבן:און א קליינע עכעם וואס כאב נישט געקענט פטור ווערן

:lol: :lol: :lol: :lol:
YOU ARE FUNNY

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:43 pm
דורך בעל הבית
בנוגע וואס איר זאגט וועגן עמיצער וואס האט געליינט און צוריק אנגעהויבן איז מסתבר
1) אדער אז ער האט נישט פארשטאנען קלאר דעם בוך
2) אדער האט ער געליינט זייער אויבערפלעכליך
3) אדער אינגאנצן א צווייטע בוך




איז דער מר. קאר פין דהי ענגלאנד ?

אז יא איז דאס יא די זעלבע בוך, קען זיין פאר איינעם איז דאס גיט אין פאר איינעם נישט

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:41 pm
דורך סלינקי
לאליפאפ האט געשריבן:טאמער איינער דא איז אינטערסירט צו סטאפן רייכערן אויף א געשמאקע באקוועמע וועג, קען ער מיר נאכמאכן. איך בין געווען א שווערע רויכערער פאר עטליכע יאר ביז איין טאג האט מיר איינער פארבארגט א בוך פון א שרייבער אלען קערר, וואס ווי יענער האט מיר מסביר געווען טוט ער דיר לאגיש העלפן קוויטן, אוו סאיז ממש נישט מצוי כמעט פאר איינער וואס פארשטייט וואס ער שרייבט צו בלייבן רייכערן, האב איך מחליט געווען אז איך וועל דעם יונגערמאן אויפווייזן אז איך וועל עס ליינען און יא ווייטער רייכערן (איך האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו אויפהערן דאן), איך האב עס דורכגעליינט און דאס איז דאס. צוויי און א האלב יאר האב איך שוין נישט צוגערירט קיין פאפיראסל און עס איז אסאך געשמאקער צו זיין א נאן-סמאוקער ווי איך האב געמיינט אז ס׳איז.


דא האט איהר א פי-די-עף פון דעם בוך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:32 pm
דורך שמעקעדיג
אפגעטיילט פון דא

אלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.

#אשמנו מכל עם!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:50 pm
דורך קאמענטירער
שמעקעדיג האט געשריבן:אלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.
#אשמנו מכל עם!

אינטערסאנט מיין עקספיריענס איז געווען פונקט קאפויער, די ישיבה האט נישט געלאזט רייכערן, און מהאט גע'קנס'עט וועמען מהאט נאר געכאפט רייכערען, און דאס האט געברענגט די פארקערטע רעזולטאטען אז די בחורים האבען באקומען א רייץ דייקא יא צו רייכענען, בשעתו האב איך געהאלטען אז די סיבה פארוואס א בחור זאל נעמען א ציגרעטל אין האנט איז נאר צוליב ווייל די ישיבה פירט א מערכה קעגן, און מיינענדיג אז ער טוט אפ די ישיבה.. רייכערט ער,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:29 pm
דורך ונבנתה העיר
[tag]שמעקעדיג[/tag], כמעט 23 פראצענט היי-סקול סטודענטן רויכערן.

#אח עשו ליעקב

Re: דאס לעצטע ציגערעטל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מערק אז ווייניגער און ווייניגער בחורים און יונגעלייט רייכערען. ס'איז אכשר דרא אין דער הינזיכט און פארשטייט זיך איז אלס צום קרעדיט פונ'ם וועלטס בארימטען משב"ק ר'יחזקאל אשחייק שליט"א

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:47 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה העיר האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag], כמעט 23 פראצענט היי-סקול סטודענטן רויכערן.

#אח עשו ליעקב

וויפיל פראצענט דערפון זענען היימישע בחורים..?

Re: דאס לעצטע ציגערעטל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:51 pm
דורך קל וחומר
שמעקעדיג האט געשריבן:אלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.

#אשמנו מכל עם!

קענדי מיט סאדע מיט נאש און כמעט נישט קיין עקסערסייז זענען אויך נישט געזונט.
זינט ווען איז די ישיבה אחראי אויף דעם בחור'ס געזונטהייט?
די ישיבה ברויך דען לשיטתך זיכער מאכן אז בחורים עסן נישט צופיל קענדי?

Re: דאס לעצטע ציגערעטל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:00 pm
דורך טרויבן88
שמעקעדיג האט געשריבן:אלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.

#אשמנו מכל עם!

סא די ווילסט אז עס זאל אסור? וויאזוי? דורך די מנהל... דאס הייסט אז די מנהל זאל זיך נעמען און קנסנען? ער האט גענוג ארבייט געב עם נישט נאך... און א איסור האט נאך קיינמאל נישט געארבעט ספעציעל א מנהל וואס איז אנדערסטעפט
אבער א שאנדע איז עס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:35 pm
דורך שמעקעדיג
מען דארף נישט קנס'ענען, מען דארף פשוט אויפקלערן די בחורים. זיי ווייזן די שרעקעדיגע בילבאורדס. מיט די שווארצע לונגען. סתם זיי ווייזן די פאקטן, און זאגן אז מען איז מיט זיי אויף איין פעידזש, יעדער וויל די טובה פונעם תלמיד, מען זוכט נישט קיין געפיכטן.
אז עס ארבעט אין אזויפיל פלעצער, פארוואס קען עס נישט ארבעטן ביי אונזער עולם?

Re: דאס לעצטע ציגערעטל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי, וכן כתבתי במקומות אחרות אין שטיבעל, די סבה פארוואס בחורים רייכערען איז צוליעב דעם אז זיי זענען זיך נישט גענוג מחשיב, זיי זע'ען נישט זייער לעבען אלס עפעס אן ערנסטע וויכטיגער זאך. וואס מער תקנות, וואס מער דערדרוקט זענען זיי, וואס ווייניגער וועלען זיי זיך מחשיב זיין און וואס מער רייכערען וועט מען זען

Re: דאס לעצטע ציגערעטל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:13 pm
דורך קל וחומר
שמעקעדיג האט געשריבן:מען דארף נישט קנס'ענען, מען דארף פשוט אויפקלערן די בחורים. זיי ווייזן די שרעקעדיגע בילבאורדס. מיט די שווארצע לונגען. סתם זיי ווייזן די פאקטן, און זאגן אז מען איז מיט זיי אויף איין פעידזש, יעדער וויל די טובה פונעם תלמיד, מען זוכט נישט קיין געפיכטן.
אז עס ארבעט אין אזויפיל פלעצער, פארוואס קען עס נישט ארבעטן ביי אונזער עולם?

לדעתי איז די סיבה דערצו וויבאלד מ'האלט די בחורים אזוי איינגעצוימט אין ישיבה, אן קיין ספארטס אדער סיי וועלכע עמטליכע אויסלופטערונגען ווילן זיי לאזן א מקום פאר די בחורים זיך אביסל אויסגעבן. דער ציגערעטל איז בעוה"ר דער איינציגסטער כשר'ע אויסגעבונג וואס דער בחור קען האבן בתחומי הישיבה.

כ'האב נישט געוואלט שרייבן זאכן וואס באלאנגען נישט דא וד"ל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:47 am
דורך וואלווי
קל וחומר לאו דוקא הוא, ווייל אין ליטווישע און אמעריקאנע ישיבות רייכערען בחורים אסאך, אפשר נאך מער ווי ביי די חסידישע ישיבות. אזוי אויך אין די סעקיולערע וועלט רייכערען אסאך הייסקול טינעידשזערס אין בפרט אין קאלעדזשעס און מ'רייכערט נאך געשמאקע געווירצען אויכעט. ענד געס וואט, זיי געבען זיך אסאך מער אויס מיט ספארטס ווי אונז.

נ"ב דיין וד"ל איז היבש פארשפרייט אין ליטווישע ישיבות אויכעט. ביי די גוים איז נאך ערגער מיט אנדערע וד"לס.

Re: דאס לעצטע ציגערעטל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:16 am
דורך טרויבן88
שמעקעדיג האט געשריבן:מען דארף נישט קנס'ענען, מען דארף פשוט אויפקלערן די בחורים. זיי ווייזן די שרעקעדיגע בילבאורדס. מיט די שווארצע לונגען. סתם זיי ווייזן די פאקטן, און זאגן אז מען איז מיט זיי אויף איין פעידזש, יעדער וויל די טובה פונעם תלמיד, מען זוכט נישט קיין געפיכטן.
אז עס ארבעט אין אזויפיל פלעצער, פארוואס קען עס נישט ארבעטן ביי אונזער עולם?

כאטשיק איך האלט אז די ביסט גערעכט אין פרינציפ קען עס לפי עניות דעתי נישט ארבייטן ביי חסידישע בחורים וואס זענען אנגעהאסט און אנגעהעצט אויף די גויאישע וועלט... גיי זיי מסביר פאר א בחור סייענס... עס וועט אפשר יא ארבייטן פאר בחורים וואס זענען נישט אזוי ברעינוואשט... ממילא טראכט אז עס איז נישט אן אפציע...
גראדע טראכט איך פארוואס חברה הצלה מאכט נישט קיין פאסטערס און יעדע בית מדרש??? אפשר קען זיי די רעד קראס העלפן אדער די העלט דעפארטמענט... אפשר...
גוטע חלומות, אונזער קאמיוניטי איז נישט רייף דערפאר.

Re: דאס לעצטע ציגערעטל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געדענק אז אין ליטווישע ישיבות וויילט מען צען יאר, נישט פינף און ס'איז דא פיהל מער צייט אנצוהויבען רייכערין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:23 pm
דורך אייז קריעם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי, וכן כתבתי במקומות אחרות אין שטיבעל, די סבה פארוואס בחורים רייכערען איז צוליעב דעם אז זיי זענען זיך נישט גענוג מחשיב, זיי זע'ען נישט זייער לעבען אלס עפעס אן ערנסטע וויכטיגער זאך. וואס מער תקנות, וואס מער דערדרוקט זענען זיי, וואס ווייניגער וועלען זיי זיך מחשיב זיין און וואס מער רייכערען וועט מען זען

ווען מען וואלט זיי פארשטיין געגעבן וויפיל damage דאס מאכט פאר אנדערע וואלטן זיי דאס מער געהערט