בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 8:05 am
דורך כוכב
און די קאמפלעמענט פון די נעכטיגע טאג גייט פאר [tag]מצטמק ויפה[/tag] פאר'ן ארויפברענגען די ברענעדיגע פראגע: וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:06 am
דורך שמעקעדיג
און א עקסטערן קאמפלימענט "יעדן טאג" גייט פאר כוכב אליינס, וואס האט אינזין זיך צו באדאנקען, און טיילן קאמפלימענטן, זוכן דאס גוטס פון די חברי השטיבל און זיי געבן חיזוק.
ממנו ילמדו וכן יעשו, סיי דא אין שטיבל, סיי אינדערהיים, און סיי אין די עכטע קאווע שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 1:46 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שמעקעדיג האט געשריבן:און א עקסטערן קאמפלימענט "יעדן טאג" גייט פאר כוכב אליינס, וואס האט אינזין זיך צו באדאנקען, און טיילן קאמפלימענטן, זוכן דאס גוטס פון די חברי השטיבל און זיי געבן חיזוק.
ממנו ילמדו וכן יעשו, סיי דא אין שטיבל, סיי אינדערהיים, און סיי אין די עכטע קאווע שטיבל.

אם סארי. אין מיינע אויגן איז דא די עכטע קאווע שטיבעל, אין דער פארחזירטע שטוב לעבן פאליש איז די פאלשע קאווע שטיבעל ;) ;)

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 9:48 am
דורך כוכב
און די קאמפלעמענט פון די נעכטיגע גייט פאר [tag]איש עברי[/tag], פאר זיין ברייטע ערקלערונג בדברים חובצים להבות אש אויף די מיליון דאלערדיגער פראגע, ווער איז שולדיג אין אונזערע פראבלעמען?

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:24 am
דורך טעפל
און די קאמפלימענט היינט גייט פאר כוכב פאר דעם שטיקל חדר וועלט

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 9:41 pm
דורך יין שרף
[tag]berlbalaguleh[/tag]
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל דא אויסדרוקן מיין קאמפלימענט און לאוו אטאקע צו אונזער זקן החבורה, בערל באלעגאלע. יעדע תגובה'לע זיינע באשטייט פון שיינע עפיזאדן און זיסע אנעקדאטן, ווערטלעך מיט מליצה'לעך, מיט אן אמת'ן טעם זקנים, אפילו ווען ער בייזערט זיך קאסט עס א שמייכל, און ווער רעדט נאך פון די סמייליס וואס זענען כתרי ריעין דלא מתפרשין, ווען איך זעה א סמיילי אין א צווייטנס תגובה שרייעט זיך מיר ארויס פון מויל מיט פאטאס: "סמיילי סמיילי ווי איז דיין בערל"? :roll: :) :P


צו פארשטיין די "עמקות" פון די באלעגעלע'ס סמייליס...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6B0NBVT6VP4[/youtube]

:roll: :lol: :lol: :P :oops: :cry: :| :( :o :shock: :דמיונות: :lol: :ביי :קלאטש :רח"ל :אויוויי: :פארנומען: :אויוויי: :קלאטש :גוווט: :דאבללייק: :דאבללייק: :שפעט: :lol: :twisted: :oops: :ביי :בייביי: :צוויי: :איךשטיל: :פורים: :לאךהויך:

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 10:57 pm
דורך שטילע אינגערמאן
די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר [tag]סאשי פיש[/tag].
ער גראבט אויף בילדער פון אלע נייעס'ן אין סיי וואס, ער איז מיין די בליק אין די וואך צוזאם.
אלף תודות פאר אונז האלטען אפטעיטיד.

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 12:29 am
דורך קליגער אינגערמאן
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:די קאמפלימענט פונעם טאג גייט פאר [tag]סאשי פיש[/tag].
ער גראבט אויף בילדער פון אלע נייעס'ן אין סיי וואס, ער איז מיין די בליק אין די וואך צוזאם.
אלף תודות פאר אונז האלטען אפטעיטיד.

כבר אמר החכם [tag]שמעקעדיג[/tag] "זאג נאר, דו ארבעטסט אפשר פאר די NSA ??"

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 12:33 am
דורך סאשי פיש
שקויעך [tag]שטילע אינגערמאן[/tag].
ביסט שוין גארנישט אזוי שטיל ווי איך האב געמיינט... דו געבסט אסאך צו צום שטיבעל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:18 pm
דורך כוכב
איך גלייך די תגובות פון [tag]פלעין יודיש[/tag] זיי זענען הארט סאליד אינפארמאטיווע אינפארמאציע, א קליפ, א לינק, א נייעס, וכדו' נישט קיין וואסער געמאלאכטס און לופט געדרעשאכטס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:54 am
דורך לית דין בר נש
די קאמפלימענט פון די וואך גייט צו [tag]כוכב[/tag] ער האט אויף גילעבט די שטיבל אויף א געוואלדיגע אופן
כל הכבוד!!!

:like :like :like :like keep it up such great ideas

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 1:56 am
דורך שמעקעדיג
און די קאמפלימענט פון דעם לעצטן חודש גייט פאר [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag], וואס פארפעלט קיינמאל נישט ארויסצושלעפן א שמייכל אויף די לעפצן, יעדע תגובה זיינע איז מלא וגדוש מיט הומאר, דברי ומאמרי חז"ל, און בליציגע רעיונות און מליצות ורמזים און געשמאקע אויסדרוקן אז ס'גייט א רויך...!

געוואגטער קיעפ איט אן, איי לאוו יו און יעדע תגובה באזונדער פון דיר איז א דערקוויקעניש פאר די נשמה!

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 11:48 am
דורך [NAMELESS]
ווי דער מצורה נאכן באשפרענקלט ווערן שטיי איך דא א נאסער, אנגעגאסן מיט אן עמער אהבה. אנשטאט די נאשעריי פעקלעך וואס פליען פונעם עזרת נשים, פליען דא "פארשעמטע ברויטלעך" לרחצה.

שמעקי, די ביזט סופער גוט.

#לאוו באקעט טשעלענדזש

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 2:55 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ווי דער מצורה נאכן באשפרענקלט ווערן שטיי איך דא א נאסער, אנגעגאסן מיט אן עמער אהבה. אנשטאט די נאשעריי פעקלעך וואס פליען פונעם עזרת נשים, פליען דא "פארשעמטע ברויטלעך" לרחצה.

שמעקי, די ביזט סופער גוט.

#לאוו באקעט טשעלענדזש

דער געוואגטער יונגל: דו ביסט די בעסטע פרוף אז דער פסוק..."על כל פשעים תכסה אהבה"...איז גערעכט. ווייל וואו ס'דא לאוו קוקט מען נישט אויף גארנישט. אפילו ספעללינג מיסטעיקס...למשל די ווארט ..."מצורה/מצורע"...מעג זיין שלעכט געספעללט... :קלאטש :קלאטש :קלאטש

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 1:17 am
דורך שטילע אינגערמאן
מיך האט מען געלערנט פון קינד ווייז אויף צו געבן ווייניג קאמפלימענטן, סאיז נישט קיין אפטע פאסירונג וואס איך קאמפלימענט
אבער דא דארפ מען באגיסן [tag]כוכב[/tag]׳ן נישט פארן פה סח 1&2, נישט פאר דע עסקנות ער טוט.
נאר פאר די דילעווערי וואס ער האט, ער לייגט אראפ א תגובה אזוי קלאר, אזא זיסקייט הערשט.
ווען ער וויל אדורך קומען פריינטליך קומט ער אדורך עפעס אזוי שיין, ווען ער וויל אדורך קומען בייז אין אויפגערעגט, איז ער מצליח אז יענער זאל מאכן קטנים. זיין פעדער איז כאילו א לייוו מענטש וואס רעדט צו דיר מיט פאקסן אין מיט די הענט, עפעס אזא זיסקייט.
כוכב איי פריקען לאוו יו. דיינע 96 אשכולות האסט געפענט זענען אלע וואנדעבאר.
נ.ב. יעצט קען איך נישט קאמפלימענטן אדער טיילן לייקס פאר אפאר חדשים.

Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 2:24 am
דורך קל וחומר
.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:51 am
דורך שמעקעדיג
און א פרישע קאמפלימענט גייט פאר דעם נייעם ניק [tag]דער דאס[/tag]. האחד בא לגור, קוים אנגעקומען, און שוין אזויפיל בייגעשטייערט פארן שטיבל, מיט שיינע מאמרים און געשמאקע ווערטלעך. עס איז ווי א פרישע ווינטל אין א הייסן טאג, בשעת חדשים לבקרים שרייבן זיך אריין נייע ניקס אינעם שלום עליכם אשכול און כמעט אלע בלייבן שטום; איז 'דער דאס' אונז אזוי מהנה מיט זיין הערליכע פעדער.

ממנו ילמדו וכן יעשו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 9:13 am
דורך וואלווי
ווי קען מען פארשאפען די העמד פון דער דאס ווי ער שאקלט ארויס פון ארבעל די אלע ווערטלעך אזוי כלאחר יד?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:43 pm
דורך דער דאס
איי'ם שאאאקט!!

נאך שחרית, געכאפט עפעס אין מויל, כ'לויף אויפמאכן ס'געשעפט, ערלעדיגט וואס מ'ברויך, סערווירט אפאר קונים, ווען ס'געווארן אביסל שטיל, טראכט'ך צו מיר אזוי, לאמיר זען וואס גייט פאר אין אונזער באליבטע שטיבל.. כ'קליק אקטיווע אשכולות, עפעס וועגן א נייע פלאנעט, אדמו"ר מבעלז, קראקס, און העי דאס האב'ך נאך נישט געזען, וכו' וגו' ודוק וק"ל וד"ל, איינער האט נישט וואס צו טוהן? אקעי גיימער ליינען.. נישט קיין שלעכטע איידיע, אשכול פאר קאמפלימענטן! זייער שיין, כ'לויף שנעל דורך דעם אשכול, באלד קומען קאסטומער'ס, ס'אטעם שטעלט זיך מיר אפ.. קען דאס טאקע זיין? @שמעקעדיג קאמפלימענט מיך?? שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטע פילינג.. איינער האט אפי' באמערקט אז כ'בין דא? ס'קען זיין מ'האט הנאה פון מיין בויך וויי? אקעי איך טריי מיין בעסט.

יעצט א קאמפלימענט פאר @שמעקעדיג האסט געמאכט מיין טאג! (כ'סאונד אפשר ווי א בעבי אבער א קאמפלימענט העלפט מיך אייביג)

ב.ד.וו. @וואלווי עסט גארנישט האבן פון מיין העמד, ס'שאקלט זיך גארנישט אזוי כלאחר יד! באט א קאמפלימענט עניוועי.

Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:56 pm
דורך קל וחומר
די עולם באלייקט דיינע גאלדענע סחורה יומם ולילה און ניטאמאל באמערקסטע?
קומט דיך טאקע קרעדיט פארן אנגיין און מהנה זיין דעם עולם!

קיעפ אפ וויד דע גרעיט ווארק!!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:20 pm
דורך שמעקעדיג
החרש לא אוכל, די לעצטיגע קאמפלימענטן מוז איך געבן פאר אחד מחשובי בני החבורה, כמר [tag]וואלווי[/tag].

יעדע תגובה באזונדער באשטייט פון א קאפ שטיק, בדרך פרד"ס, רייכע מליצה'לעך, זיסע ווערטלעך, און פאסיגע טייטשן.

אדרבה, טשעקט נאך זיינע תגובות, איך בין גארנישט מגזם. דער האט א מין טאלאנט אייביג צו זאגן א פאסיג ווארט.

קיפ איט אן!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:30 pm
דורך וואלווי
דער פיינשמעקער [tag]שמעקעדיג[/tag] איז מורח ודאין ממש ווי משיח'ן אליינס!

Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 4:23 am
דורך פאליטיקאנט
די קאמפלימענט פונעם טאג איז צום זעקסטן מאל דא אין אשכול פאר... (דראם ראל............................................................................................................................................................................................................................................................................................................צינדט אויך אן א פססססט / טיק ביעט...............................................................................................................................*ווייזט מיט'ן האנט פארן שפילער אז עס איז שוין גענוג*) @כוכב ייש"כ פארן אונז מוצא זיין מיט ושמחת בחגך דורכן אינטערוויו מיט @ונבנתה העיר !