שמעקעדיג האט געשריבן:ענדליך! האט גאווערנאר קאומא פארשפראכן 4 ביליאן דאלער צו רענאווירן און פארבעסערן דעם לאגווארדיע עירפארט, וועלכע איז שוין געפערליך אלט - זינט 1939. טערמינאל B גייט ווערן גענצליך אראפגעהאקט און איבערגעבויעט, און אלע אנדערע טערמינאלן מאדערן און פראקטיש איבערגעמאכט, מיט טראנספארטאציע צווישן זיי, ווי אויך די וועגן ארום וועט ווערן פארבעסערט, סיי פאר די קארס וואס קומען צו פארן, און סיי די טעקסי וועי'ס אוו ראנוועי'ס פאר די עראפלאנען מיט א נייע סיסטעם וועלכע וועט זיי געבן מער פלאץ, און וועט פארמיידן עס זאל נישט פאסירן אזויפיל דילעי'ס ווי ביז יעצט.
די גאנצע פראיעקט וועט געדויערן ארום 4-5 יאר.
און יעצט איז געקומען די צייט אויף די אנדערע 2 ניו יארקער עירפארטס, קאומא זאגט אז קענעדי עירפארט וועט באקומען א גרענט פון ארום 20 בעלאנעס, עס וועט ווערן שיין איבערגעמאכט, ווי אויך וועט מען מוסיף זיין נאך לעינס צו די וועגן וועלכע פירן צום לופטפעלד כדי צו פארבעסערן די שווערע טרעפיק און שיין עירפארט.
אין אנדערע נייעס, וועט אויך נוארק עירפארט ערהאלטן א שיינע סכום זיך צו מאדערניזירן.