בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:59 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:ענדליך! האט גאווערנאר קאומא פארשפראכן 4 ביליאן דאלער צו רענאווירן און פארבעסערן דעם לאגווארדיע עירפארט, וועלכע איז שוין געפערליך אלט - זינט 1939. טערמינאל B גייט ווערן גענצליך אראפגעהאקט און איבערגעבויעט, און אלע אנדערע טערמינאלן מאדערן און פראקטיש איבערגעמאכט, מיט טראנספארטאציע צווישן זיי, ווי אויך די וועגן ארום וועט ווערן פארבעסערט, סיי פאר די קארס וואס קומען צו פארן, און סיי די טעקסי וועי'ס אוו ראנוועי'ס פאר די עראפלאנען מיט א נייע סיסטעם וועלכע וועט זיי געבן מער פלאץ, און וועט פארמיידן עס זאל נישט פאסירן אזויפיל דילעי'ס ווי ביז יעצט.
די גאנצע פראיעקט וועט געדויערן ארום 4-5 יאר.
און יעצט איז געקומען די צייט אויף די אנדערע 2 ניו יארקער עירפארטס, קאומא זאגט אז קענעדי עירפארט וועט באקומען א גרענט פון ארום 20 בעלאנעס, עס וועט ווערן שיין איבערגעמאכט, ווי אויך וועט מען מוסיף זיין נאך לעינס צו די וועגן וועלכע פירן צום לופטפעלד כדי צו פארבעסערן די שווערע טרעפיק און שיין עירפארט.
אין אנדערע נייעס, וועט אויך נוארק עירפארט ערהאלטן א שיינע סכום זיך צו מאדערניזירן.
Re: אלעס ארום אוויאציע
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 1:47 am
דורך קלוגע יודל
שמעקעדיג האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ענדליך! האט גאווערנאר קאומא פארשפראכן 4 ביליאן דאלער צו רענאווירן און פארבעסערן דעם לאגווארדיע עירפארט, וועלכע איז שוין געפערליך אלט - זינט 1939. טערמינאל B גייט ווערן גענצליך אראפגעהאקט און איבערגעבויעט, און אלע אנדערע טערמינאלן מאדערן און פראקטיש איבערגעמאכט, מיט טראנספארטאציע צווישן זיי, ווי אויך די וועגן ארום וועט ווערן פארבעסערט, סיי פאר די קארס וואס קומען צו פארן, און סיי די טעקסי וועי'ס אוו ראנוועי'ס פאר די עראפלאנען מיט א נייע סיסטעם וועלכע וועט זיי געבן מער פלאץ, און וועט פארמיידן עס זאל נישט פאסירן אזויפיל דילעי'ס ווי ביז יעצט.
די גאנצע פראיעקט וועט געדויערן ארום 4-5 יאר.
און יעצט איז געקומען די צייט אויף די אנדערע 2 ניו יארקער עירפארטס, קאומא זאגט אז קענעדי עירפארט וועט באקומען א גרענט פון ארום 20 בעלאנעס, עס וועט ווערן שיין איבערגעמאכט, ווי אויך וועט מען מוסיף זיין נאך לעינס צו די וועגן וועלכע פירן צום לופטפעלד כדי צו פארבעסערן די שווערע טרעפיק און שיין עירפארט.
אין אנדערע נייעס, וועט אויך נוארק עירפארט ערהאלטן א שיינע סכום זיך צו מאדערניזירן.
10 בעלאנעס
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 7:21 pm
דורך [NAMELESS]
יונייטעד עירליינס איז אין הייס וואסער
א פליגער פון שיקאגא צו קענטאקי איז געווען פול, יעדער איז שוין געזיצן אויף זייער פלאץ און זיך געגרייט ארויסצופארן, אבער יונייטעד האט פאר סאם ריזען געדארפט האבן 4 פלייט אטענדענטס אין קאנטאקי, זענען זיי געגאנגען און אווערבוקט 4 זיצן און געאפערט קודם $400 פאר ווער עס איז גרייט אראפצוגיין, נאך דעם $800, און ווען קיינער האט זיך נישט אנגעטראגן אראפצוגיין האבן זיי געמאכט א גורל און געפיקט 4 סיטס וואס דארפן גיין, 3 חברה זענען געגאנגען, אבער דער פערטער האט געזאגט בלא איך גיי נישט אין ערגעץ! איך בין א דאקטער איך דארף מאכן אן אפעראציע מארגן 8 צופרי, איך בלייב דא! האט יונייטעד גערופן די TSA פאליציי, זיי האבן אים געפאנטשט אין פנים און געמאכט אנקאנשעס, צובראכן זיין נאז און ארויסגעשלעפט פון זיין סיט און אים געשלעפט ווי א טויטער ביז'ן טיר ווי ער האט זיך אויפגעוועקט, זיך אויסגעריסן און צוריק אריין געלאפן, שרייענדיג איך גיי נישט אין ערגעץ! אודאי איז געווען דארט גענוג פאון'ס אויפצוכאפן די גאנצע מעשה און די גאנצע מידיא איז פרייליך...
למעשה האט יונייטעד יעדן אראפגעשיקט, און יעדער וואס איז געווען אויפן פליגער האט באקומען געלט פון זיי, און דער CO איז ארום געלאפען ווי א פאר'סמ'טע מייזל צו אלע נייעס סטעשענס פארזיכערן אז עס גייט מער קיינמאל נישט פאסירן.
איין זאך וואס ער האט געזאגט איז אז עס גייט נישט אנקומען אין קארט ווייל ער גייט טוהן אלעס וואס ער קען צו סעטעלען מיט אים אליין, אזוי אויך זענען די 3 TSA פאליציי געפלויגן.
c/p
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:49 am
דורך ארי נוהם
און יעך זאג, אז א כפרה די TSA פאליציי, א כפרה די קנאקערס פון יונייטעד עירליין: אהער מיט די דאקטאר!
דער דאקטער איז א העלד וואס מיר דארפן שעצן און בעיקר זיך אפלערנען א גבורת הנפש פון אים. זיין פירותיהן גייט ער יעצט עסן בעולם הזה, ווען מגייט אים צאלן טאטע געלט אז ער זאל זיי נישט שלעפן אין קאורט, והקרן קיימת לו לעולם הבא.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 5:11 pm
דורך ווייל אזוי
New #United Airlines Mottos:
✈️ “Drag and Drop”
✈️ “We put the hospital in hospitality”
✈️ “Board as a doctor, leave as a patient”
✈️ “Our prices can’t be beaten, but our passengers can”
✈️ “We have First Class, Business Class and No Class”
✈️ “Not enough seating, prepare for a beating”
✈️ “We treat you like we treat your luggage”
✈️ “We beat the customer. Not the competition”
✈️ “And you thought leg room was an issue”
✈️ “Where voluntary is mandatory”
✈️ “Fight or flight. We decide”
✈️ “Now offering one free carry off”
✈️ “Beating random customers since 2017”
✈️ “If our staff needs a seat, we’ll drag you out by your feet”
✈️ “A bloody good airline”
#Aviation
קרעדיט Jewish Media
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 7:50 pm
דורך שמעקעדיג
ארום 700 ארבעטער פון די 3 היימישע עירפארטס, JFK, נוארק און לאגווארדיע, האבן דערקלערט א סטרייק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 7:31 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:43 pm
דורך שמעקעדיג
ווי שנעל קען מען דען שוין פליען היינט? עס איז שוין נישט גענוג. מיר ווילן נאך שנעלער!
באואינג אינאיינעם מיט נאסא האבן ערצייגט א נייעם פליגל דעזיין, וואס וועט ערמעגליכן צו פליען פיל שנעלער, כמעט אזוי שנעל ווי דער קול.
https://www.cnn.com/travel/article/boei ... index.html
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:42 am
דורך חתן בחור
איך כאפ נישט די אויפטו דערפון. אין 1960 יארן איז שוין געוועהן א מיליטערישע פליגער וואס האט געקענט פליען דריי מאל אזוי שנעל פונעם קול.
http://en.wikipedia.org/wiki/Lockheed_SR-71_Blackbird
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:16 am
דורך חסיד פון ליטא
א ראקעט פליעט נאך שנעלער, און ס'איז שוין אויך געווען אין יענעם תקופה.
דא רעדט מען פון א "פאסאזשיר עראפלאן" וואס וועט זיין גאר אן איינגענעמע רייזע און וועט קענען פליען פון יעדע פלאץ - צו יעדע פלאץ אויף דער וועלט, אין א צוויי דריטל צייט וואס עס נעמט יעצט.