בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 4:00 pm
דורך נולד מאוחר
סאו וואס רעקאמענדסטו ער זאל יעצט טאן?

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 5:34 pm
דורך יאיר
לעיקוואוד, איך זע נישט ווי פאטערנאליזם אדער פעמיניזם קומט דא אריין, די זעלבע שאלה איז פונקט אזוי שייך אויב א היימישע פרוי פארלירט די אמונה און זי איז מסופק צו דערציילן פאר איר תמימות'דיגער כולל יונגערמאן. אבער למעשה טרעפט זיך כמעט נישט אזא פאל, פארוואס טאקע? ווייל די פרויען ביי אונז האבן כמעט נישט די מעגליכקייט זיך צו ספראווען בעניני אמונה (די מענער האבן ע"פ רוב, אויך נישט, פונדעסטוועגן אחד באלף מצאתי). ניטאמאל ווייסן זיי אויף וועלכע זייט צו עפענען א חומש אדער וואס דאס מיינט מורה נבוכים, ווי אזוי זאלן זיי קענען דיעלן מיט אזעלכע הארבע סוגיות ווי עוואלוציע און ביקורת המקרא. שוין אפגערעדט אז מען פרעגלט זיי אריין פון יונגערהייט אן אז זייערע אייגענע מיינונגען זענען פסול און זיי מוזן זיך אלעס פארלאזן אויף א מאן. גיי זיי בודק און איבערצייג דיך אז ווען עס קומט צו עניני אמונה זענען היימישע פרויען ממש ווי קליינע קינדער. דאס איז א מציאות, ס'האט גארנישט מיט מיינע פערזענליכע סעקסיסט שיטות. מען דארף האבן גאר ברייטע פלייצעס צו נעמען א תמימות'דיגע פרוי און איבערדרייען איר וועלט פון אויבן אראפ, זי זאל נישט האבן קיין טאג און קיין נאכט, אלס כדי מען זאל חלילה נישט נכשל ווערן אין סעקסיזם.
(זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז מער קאמפליצירט, עס זענען דא מעלות און חסרונות אויף ביידע זייטן, איך ברענג נאר ארויס איין צד פון די מטבע, וואס לדעתי הייבט זיך ביי דעם אן דער גאנצער נידון, נאכדעם קען מען שוין שוקל זיין אויב עס לוינט זיך יא אדער נישט).

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:12 pm
דורך אי איתמר
נולד מאוחר האט געשריבן:סאו וואס רעקאמענדסטו ער זאל יעצט טאן?

ער זאל טאקע גארנישט טוהן,
און פארשטיין אז ער האט א פראבלעם,
ווייל למעשה וועטזיך נישט אויסארבעטען קיין טויש אויף למעשה..,
אויב איז ער מסופק ילך אצל חכם..

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:45 pm
דורך טאמבל סאס
און וואס איז אויב זיין פרוי איז יא א קלוגע און ער וואלט מיט איר בעצם געקענט שטימען א מחיה און האקן א טאג, ווען נישט די פארפרומטקייטן וואס פארדרייען איר א קאפ ווי או סי די, און זאגן איר אז זייער ביידנ'ס ציהל בעצם איז זיך צו פייניגן?

ביידע מיטשען זיך טאקע. ער פאר זיך , זי פאר איר. נאר ער האט שוין געטראפן תירוצים און ער איז עס גרייט צו שערן מיט איר. ער איז נאר נישט זיכער אויב זי האט די מעגליכקייט צו פארשטיין ווייל ער נאך קיינמאל נישט פרובירט צו רעדן מיט איר וועגן מיינע ספיקות (פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיין גוטער חבר, פון שוהל, וואס איז שוין אפאר יאר צוריק צוגעקומען צו אט די זעלבע מסקנות, האט אים יעצט, נאך אלס נישט אנטדעקט דערוועגן, כאטש אין אנדערע זאכן זענען זיי אויפ'ן זעלבן פעידזש). נאך א סיבה פארוואס ער ספיקה'ט זיך צו ער זאל איר זאגן צו נישט קען זיין, ווייל ער איז מסופק צו ער פארמאגט די ריכטיגע ווערטער אין מויל איר צו מסביר זיין וואס ער האלט. ועל כולם ווייסט ער נישט צו זי האט א ווילן, א אינטערעסע, א גוטער בליק אויפ'ן "לעבן".

אין קורצן, אמאל איז דא אז טעארעטיש וואלטן ביידע א גוטע פאר געווען, נאר די שאור שבעיסה איז מעכב און דערפאר פארציילט ער איר גארנישט, אפילו נישט וועגן דער קוגל. ווי גוט וועט אבער זיין אויב קען ער איר ברענגען נאנטער, און אראפנעמען די שווערע געוויכטן וואס פארשווארצן אירע הענט און פארבויכעווען אירע יארן.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 7:55 pm
דורך טאמבל סאס
יאיר, כ'האף אז דו פארשטייסט אז דאס גייט נישט ממש צוזאמען. אויב האבן רוב פון זיי כמעט נישט די מעגליכקייט צו פארשטיין, דאן דארף מען נישט האבן קיין ברייטע פלייצעס אויפצוקלערן א תמימות'דיגע פרוי, ווייל דו וועסט נישט איבערדרייען איר וועלט און זי וועט יא נארמאלע טאג און נאכט. די חילוק איז נאר די סטראטעגיע וואס מ'נוצט איר אויפצוקלערן און נאכדעם וויפיל ליבע ס'הערשט סתם אזוי צווישן דעם פארל.
סאו ענדישער דארף די תירוץ פאר דעם שואל זיין אזוי.
ווי שטארק האט דיך דיין ווייב ליב, און די זעלבע פארקערט?
וויפיהל שכל האט זי?
און וויפיל צייט און כח ביסטו גרייט צו אינוועסטירן?

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:10 pm
דורך שמעקעדיג
און אויך איז וויכטיג אויב מען זאגט שוין יא, דער אופן ווי אזוי מען זאגט.
אהיימקומען זאגן "איך האב באשלאסן אז איך גלייב נישט דאס און דאס" איז ווי ווארפן פלוצים א באמבע און די פרוי (אדער חבר) ווערט שאקירט און קען דאס נישט פארדייען.

די גלייכסטע וועג איז איר אויסצופרעגן איר בינה יתירה אויף די געוויסע זאך, און איר קארנערן מיט שאלות, ביז זי בלייבט מיט די צונג אינדרויסן אן א תירוץ, און ער קען איר נאך אפילו דעמאלס זאגן אז ער ווייסט נאך נישט דעם ריכטיגן תירוץ, ער האלט אינמיטן אויספיגערן, און ביז אפאר טאג קען ער זאגן אז ער האט געשמועסט מיט א קלוגן איד אדער געטראפן אין א ספר אז די און די זאך איז שטותים וכו'.

איך בין מוסר מודעה אז איך רעד נישט ח"ו פון קיין יסודי אמונה, נאר אין אמונות טפילות. איך האב אויך געהאט געוויסע נארישע זאכן אין וואס מיין ווייב האט געגלייבט אמאל און היינט לאכט זי דערפון מער ווי מיר. מען דארף עס טון מיט שכל און געדולד.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 11:13 pm
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:די גלייכסטע וועג איז איר אויסצופרעגן איר בינה יתירה אויף די געוויסע זאך, און איר קארנערן מיט שאלות, ביז זי בלייבט מיט די צונג אינדרויסן אן א תירוץ, און ער קען איר נאך אפילו דעמאלס זאגן אז ער ווייסט נאך נישט דעם ריכטיגן תירוץ, ער האלט אינמיטן אויספיגערן, און ביז אפאר טאג קען ער זאגן אז ער האט געשמועסט מיט א קלוגן איד אדער געטראפן אין א ספר אז די און די זאך איז שטותים וכו'.

דאס ארבעט נאר אויב סאיז דא א שטארקע ליבשאפט צווישען זיי אזוי טאמבעל סאוס האט געשריבען. אדערווייס טריי די טאקטיק מיט דיין שכן
ביי שלש סעודת, ביי מלוה מלכה וועסטו נאך האלטן ביי א.

נאך דיין מסירות מודעה מעג ער ניצן דיין עדוויס אויף יסודי אמונה?

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:18 am
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט צי איך האב רעכט צו ענטפערן אויף יסודות פון אמונה.
איך בין א איד א מאמין און אויב רעדט מען פון עיקרי הדת, איז ידי מסולקת.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:און אויך איז וויכטיג אויב מען זאגט שוין יא, דער אופן ווי אזוי מען זאגט.
אהיימקומען זאגן "איך האב באשלאסן אז איך גלייב נישט דאס און דאס" איז ווי ווארפן פלוצים א באמבע און די פרוי (אדער חבר) ווערט שאקירט און קען דאס נישט פארדייען.

די גלייכסטע וועג איז איר אויסצופרעגן איר בינה יתירה אויף די געוויסע זאך, און איר קארנערן מיט שאלות, ביז זי בלייבט מיט די צונג אינדרויסן אן א תירוץ, און ער קען איר נאך אפילו דעמאלס זאגן אז ער ווייסט נאך נישט דעם ריכטיגן תירוץ, ער האלט אינמיטן אויספיגערן, און ביז אפאר טאג קען ער זאגן אז ער האט געשמועסט מיט א קלוגן איד אדער געטראפן אין א ספר אז די און די זאך איז שטותים וכו'.

איך בין מוסר מודעה אז איך רעד נישט ח"ו פון קיין יסודי אמונה, נאר אין אמונות טפילות. איך האב אויך געהאט געוויסע נארישע זאכן אין וואס מיין ווייב האט געגלייבט אמאל און היינט לאכט זי דערפון מער ווי מיר. מען דארף עס טון מיט שכל און געדולד.

נאר מען דארף אויך קענען מבחין זיין וואס איז א זאך וואס האט צו טון מיט אמונה און הלכה אדער מנהגים וועלכע האבן א מקור אין פוסקים און חסידות. און וועלכע זענען הוילע שטותים און איינרעדענישן. און אפטיילן צווישן די ריכטיגע און נישט ריכטיגע. אזוי ווי די גמרא ברענגט אראפ איבער ר' מאיר, וועלכער איז געווען א תלמיד פון אלישע/אחר. פרעיגט די גמרא וויאזוי האט ער געקענט זיין א תלמיד פון איינער וואס איז נישט ערליך?! נאר די גמרא ענטפערט אז "תוכו אכל, וקליפתו זרק". ער האט געלערנט די גוטע זאכן, ווי הלכות. ווייל אלישע האט געקענט לערנען.ער האט נאר נישט געגלייבט און געהאלטן גארנישט. די זעלבע דארפן מיר טון. אויסוועילן וועלכע פון די זאכן האבן א מקור און א טעם. און אוועקווארפן די וואס נישט... :? 8-) :roll: :lol: :x :P :cry: :o